בלאט 13 פון 14

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 3:55 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 3:49 pm
היום האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 3:45 pm
אוהב ספרים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:22 am מענטשען רעדן אין די וועלט אריין, ווייל עס איז זיי גרינגער אזוי, אויב דער אינגעל איז געשטארבען פליצלונג פון עפעס א מחלה קען דאך דאס פאסירען ל"ע צו יעדען, מען זאל שומר ומציל זיין. אבער א סועסייד אה, דאס מיינט נישט מיר, עס ווערט איהם גרינגער אויף די הארץ
מיין סברה זאגט פינקט פארקערט.
א מחלה קען מען נאר טיען וויפל מען קען, און פארשטייט זיך מתפלל זיין.
אבער פאר פארווייטאגטע, פארלורענע נשמות איז נאך דא אסאך ווי מיך און דיך און יעדער קען טיען און אויפטיען…
???
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 4:54 pm
דורך שמעקעדיג
גייט ארום שמועות אז עס איז געווען א פשוט'ע עקסידענט, ער האט זיך געשפילט מיטן ביקס און בטעות האט פאסירט וואס האט פאסירט ה"י.

ווייס איך שוין נישט וועלכע ווערסיע צו גלייבן.

אלענפאלס, זאל מען שוין נישט הערן אזעלכע ביטערע בשורות.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 5:00 pm
דורך שעפטאל
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16240

איי
נאך א ברידער פארלוירן
ברידער טייערע, דארטן ווי דו ביסט
פרעג דעם טאטן הימל די פיהר קשיות (אויב נישט מער)

טאטע לעבן - חי העולמים
מיר האבן דיך געפרעגט גענוג קשיות - דינים
זיי מוחל - מחילה סליחה וכפרה
און ענטפער אונז א תירוץ - גאולה פרטית וכללית ממש. אמן.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 5:03 pm
דורך מנחם מנדל
א לעכטיג נפש געווען, ליידער נישט געקענט דערטראגן די פינסטערע וועלט. דאס הארץ רייסט!!

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 6:40 pm
דורך אפטימיסטיש
שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:54 pm גייט ארום שמועות אז עס איז געווען א פשוט'ע עקסידענט, ער האט זיך געשפילט מיטן ביקס און בטעות האט פאסירט וואס האט פאסירט ה"י.

ווייס איך שוין נישט וועלכע ווערסיע צו גלייבן.

אלענפאלס, זאל מען שוין נישט הערן אזעלכע ביטערע בשורות.
די גמרא (מכות ט:) זאגט אז די סיבה פארוואס מ'האט אוועקגעשטעלט אן עיר מקלט דוקא אין גלעד איז: "אמר אביי בגלעד שכיחי רוצחים", שטעלט זיך א קושיא: ערי מקלט איז דאך געווידמעט בלויז פאר רוצחים בשוגג, דהיינו נאר פאר עקסידענטל טויט פעלער? אויב אזוי איז שווער: וויאזוי איז שייך צו זאגן אז 'בגלעד שכיחי רוצחים'? אין גלעד ווערן אסאך מענטשן גע'הרג'ט בשוגג? (בשלמא אזא שטאט ווי ניו יארק סיטי אדער שיקאגא קענסטו זאגן שכיחי רוצחים, ווייל דא איז עס במזיד, אבער בשוגג? וויאזוי ארבעט דאס?).

אלא מאי ווייזט אויס אז אפילו "עקסידענטל טויט" איז א סטאטיסטיק וואס מ'ברויך זיך רעכענען דערמיט, און אז מ'זעהט אז אין א געוויסע שטאט/געגנט פאסירן צופיל עקסידענטל טויט פעלער, צופיל בחורים שטארבן אין טוילעט... טאקע פאר עקסידענטל אורזאכן, דאן ברויך מען זיך מתבונן זיין פארוואס פונקט ביי די שטאט/סאסייעטי געשעהן לעצטנ'ס צופיל עקסידענטס...

וויאזוי פלעגט מיין מנהל זאגן?: ווען ס'דא א סאבסטיטוט אין חדר, דאן דרייען זיך איבער בענק (בשוגג שטייצעך)

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:30 am
דורך היום
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 3:49 pm
היום האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 3:45 pm
אוהב ספרים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:22 am מענטשען רעדן אין די וועלט אריין, ווייל עס איז זיי גרינגער אזוי, אויב דער אינגעל איז געשטארבען פליצלונג פון עפעס א מחלה קען דאך דאס פאסירען ל"ע צו יעדען, מען זאל שומר ומציל זיין. אבער א סועסייד אה, דאס מיינט נישט מיר, עס ווערט איהם גרינגער אויף די הארץ
מיין סברה זאגט פינקט פארקערט.
א מחלה קען מען נאר טיען וויפל מען קען, און פארשטייט זיך מתפלל זיין.
אבער פאר פארווייטאגטע, פארלורענע נשמות איז נאך דא אסאך ווי מיך און דיך און יעדער קען טיען און אויפטיען…
???
וואס פארשטייסטו נישט?

איך וועל פראבירן פון א אנדערע דירעקציע…

יא! סאיז קלאר אז ממש רוב פון סועסייד קען ווערן פארמיטן אויב ער האט אפילו נאר איין נאנטע מענטש וואס געט עהם די געפיהל אז מען דארף דיר האבן דא…

ממימלא, ווען איך הער פון אזא פאל געט עס מיר א שאקל… מען קען טיען מער…

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:26 pm
דורך אינטערסאנטער
שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:54 pm גייט ארום שמועות אז עס איז געווען א פשוט'ע עקסידענט, ער האט זיך געשפילט מיטן ביקס און בטעות האט פאסירט וואס האט פאסירט ה"י.

ווייס איך שוין נישט וועלכע ווערסיע צו גלייבן.

אלענפאלס, זאל מען שוין נישט הערן אזעלכע ביטערע בשורות.
פון ווי קומט אן א ביקס אין דער האנט פון א אינג קינד?

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:50 pm
דורך מאן דאמר
אינטערסאנטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:26 pm
שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:54 pm גייט ארום שמועות אז עס איז געווען א פשוט'ע עקסידענט, ער האט זיך געשפילט מיטן ביקס און בטעות האט פאסירט וואס האט פאסירט ה"י.

ווייס איך שוין נישט וועלכע ווערסיע צו גלייבן.

אלענפאלס, זאל מען שוין נישט הערן אזעלכע ביטערע בשורות.
פון ווי קומט אן א ביקס אין דער האנט פון א אינג קינד?
א בחור א כלי, געהאט א קאפ אויפן פלאץ אין ליעב געהאט אביסל צו צוען דעים שטריקל, שוין, ס׳איז נישט שיין אויסצושמועסן יענעם׳ס אן אימגליק ברבים, אבער נישט קיין סועסייד, איך קען לכאורה זאגן אנא סהדא אבער מחשש גילוי לאז איך עס ביי דעים.

נאטורליך האבן מענטשן ליעב צו גלייבן די מער נעגאטיווע ווערסיעס פון יעדע פּלָאטְקֶע שטייצעך, ממילא טוט׳ס ווי עטץ פארשטייטס

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 10:16 pm
דורך יאנקל בעל העגלה
איינער מיט די נומערן וויל זעלבסטמערדער סאיז דא אין די אלגעמיינע וועלט אין וויפל די היימישע עולם האט? כבין זיכער אז די נומערן זענען פובליק צוליב וואס "יעדער ווייסט" אז איינער פון אינזערע הויפט מעלות זענען אז מיר פארמאגן כמעט נישט קיין זעלבסטמערדער 😏

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:20 pm
דורך בת קול
מאן דאמר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:50 pm
אינטערסאנטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:26 pm
שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:54 pm גייט ארום שמועות אז עס איז געווען א פשוט'ע עקסידענט, ער האט זיך געשפילט מיטן ביקס און בטעות האט פאסירט וואס האט פאסירט ה"י.

ווייס איך שוין נישט וועלכע ווערסיע צו גלייבן.

אלענפאלס, זאל מען שוין נישט הערן אזעלכע ביטערע בשורות.
פון ווי קומט אן א ביקס אין דער האנט פון א אינג קינד?
א בחור א כלי, געהאט א קאפ אויפן פלאץ אין ליעב געהאט אביסל צו צוען דעים שטריקל, שוין, ס׳איז נישט שיין אויסצושמועסן יענעם׳ס אן אימגליק ברבים, אבער נישט קיין סועסייד, איך קען לכאורה זאגן אנא סהדא אבער מחשש גילוי לאז איך עס ביי דעים.

נאטורליך האבן מענטשן ליעב צו גלייבן די מער נעגאטיווע ווערסיעס פון יעדע פּלָאטְקֶע שטייצעך, ממילא טוט׳ס ווי עטץ פארשטייטס
אויב איז דאס אמת וואלטן זיינע עלטערן געווארן ארעסטירט פאר טשיילד נעגלעקט און סי פי עס וואלט גלייך אוועקגענומען די אנדערע קינדער פון שטוב.
עס איז נישט ליגאל צו האבן וואפן אנגעלאדנט אין שטוב ווען נישט אין באניץ, און אוודאי און אוודאי אין א פלאץ ווי א מיינער קען האבן אקסעס צו דעם. א וואפן מיט א לייסענס דארף זיין פארשפארט אין א סעיף, און די בולעטס דארפן ווערן געהאלטן פארשפארט אין אן עקסטערן ארט.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:43 pm
דורך מנחם מנדל
דאונט ווארי, דאס איז נישט די פאל דא,

דער בחור פלעגט זיך אלץ ארומדרייען מיט א פיסטאל, און ליידער האט ער געהאט דא א שוואכע מינוט. קיינער קען אים נישט דן זיין, א לעכטיגע נשמה געווען. זאל זיין נשמה רוען אין גן עדן.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:54 pm
דורך חב''ד הויזן
בת קול האט געשריבן: עס איז נישט לעגאל צו האבן וואפן אנגעלאדנט אין שטוב ווען נישט אין באנוץ, און אוודאי און אוודאי אין א פלאץ ווי א מיינער קען האבן אקסעס צו דעם. א וואפן מיט א לייסענס דארף זיין פארשפארט אין א סעיף, און די בולעטס דארפן ווערן געהאלטן פארשפארט אין אן עקסטערן ארט.

איז וואס איז די ציל פון האבן א רעוואלווער? אז אויב מ'איז אין א געפאר פון אריינדרינגער זאל מען זאגן דעם אטאקירער 'איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען די נאמבער פון די סעיף, אקעי, נאך איין מינוט ביטע שיס נאכנישט, די בולעטס ליגן אין די אנדערע לעדל, וואס איז נאר יענע נאמבער... אקעי יעצט בין איך גרייט פאר דעפענס....'

און בכלל וואס מיינט די ווערטער ס'איז אומלעגאל צו האבן א אנגעלאדענטע ביקס ווען נישט אין באנוץ?

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 7:42 pm
דורך דערהויבענע איד
בת קול האט געשריבן: עס איז נישט לעגאל צו האבן וואפן אנגעלאדנט אין שטוב ווען נישט אין באנוץ, און אוודאי און אוודאי אין א פלאץ ווי א מיינער קען האבן אקסעס צו דעם. א וואפן מיט א לייסענס דארף זיין פארשפארט אין א סעיף, און די בולעטס דארפן ווערן געהאלטן פארשפארט אין אן עקסטערן ארט.

כ'בין כמעט זיכער אז מ'רעדט נישט פון קיין מיינער

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:25 pm
דורך שמן למאור
מען רעדט פון א ניינצן יעריגער, און די מעשה האט פאסירט אין א דארמיטארי, נישט אין שטוב.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:29 pm
דורך קא משמע לן
חב''ד הויזן האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן: עס איז נישט לעגאל צו האבן וואפן אנגעלאדנט אין שטוב ווען נישט אין באנוץ, און אוודאי און אוודאי אין א פלאץ ווי א מיינער קען האבן אקסעס צו דעם. א וואפן מיט א לייסענס דארף זיין פארשפארט אין א סעיף, און די בולעטס דארפן ווערן געהאלטן פארשפארט אין אן עקסטערן ארט.

איז וואס איז די ציל פון האבן א רעוואלווער? אז אויב מ'איז אין א געפאר פון אריינדרינגער זאל מען זאגן דעם אטאקירער 'איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען די נאמבער פון די סעיף, אקעי, נאך איין מינוט ביטע שיס נאכנישט, די בולעטס ליגן אין די אנדערע לעדל, וואס איז נאר יענע נאמבער... אקעי יעצט בין איך גרייט פאר דעפענס....'

און בכלל וואס מיינט די ווערטער ס'איז אומלעגאל צו האבן א אנגעלאדענטע ביקס ווען נישט אין באנוץ?

עס איז דא ספעציעלע סעיף'ס מיט א פינגער פרינט סענסאר.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:37 pm
דורך נ נח נחמ נחמן מאומן
א זיסע לעכטיגע צדיק געווען, אלעמאל מיט א שמייכל!

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:40 pm
דורך חב''ד הויזן
קא משמע לן האט געשריבן: עס איז דא ספעציעלע סעיף'ס מיט א פינגער פרינט סענסאר.

אקעי, איך האב נישט געמיינט דוקא די נאמבער, דו כאפסט די נקודה אז אויב מעג מען זיך נישט דרייען מיטן ביקס נאר עס מוז זיין פארשפארט אין א לעדל אין די בולעטס אין א צווייטע פלאץ, איז אין פילע פעלער א שאד די גאנצע ביקס.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 5:38 pm
דורך מאן דאמר
נ נח נחמ נחמן מאומן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:37 pm היות איך בין אביסעל אינפארמירט מיט אינפארמאציע וועגען די שרעקליכע טראגעדיע וויל איך שרייבען עטליכע פונקטען, אינזער לעכטיגע צדיק ע"ה איז געווען 20 יאר יונג, א טייערע נשמה א לעכטיגע בחור אלעמעל געהאט א שמייכעלע אויפען געזיכט אין אויך פאר א צווייטען, אזויווי א יעדע מענטש האט ליב אסאך מאל צי זיך אויסגעבען אויף א געזינטע וועג, אין אסאך מענטשען האבען ליב צי האבן א רעוואלווער אין גיין אין א שאטינג רענגש זיך אויסצילערנען שיסען איז אזוי אויך מיט אינזער לעכטיגע צדיק, עטליכע חדשים צירוק איז ער געגאנגען אין געמאכט לייסענס פאר א רעוואלווער, זיין טאטע אין מאמע האבן געוויסט וועגען דעם, די מוצאי שבת איז געווען די ערשטע מאל וואס אינזער לעכטיגע צדיק האט אנגעפילט די רעוואלווער מיט קוילען, אין די ביטערע טראגעדיע האט זיך אפגעשפילט אין זיין ישיבה שלאפ פלאץ, נישט ביי איהם אין שטוב, סאיז געווען נאך בחורים דארט בשעת מעשה אין סאיז מסתבר צי זאגען אז מהאט זיך ארום געשפילט מיט די רעוואלווער אין היות סאיז געווען די ערשטע מאל וואס די רעוואלווער איז געווען אנגעפילט איז געשען א ביטערע טעות, פינקט ווי אינז אלע מאכען דא טעותים, אין ליידער דא האט זיך עס אויסגעלאזט מיט א ביטערע טראגעדיע!!!
א בחור וואס האט ליעב צו שיסן, האט א לייסענס און ס׳איז די ערשטע מאל ער האט אריין געלייגט קוילן? ווען מ׳שרייבט אזעלכע זאכן מאכט עס אויס זעהן ווי א קאווער אָפּ, דער בחור איז געווען א צופרידען בחור, ס׳איז געווען גאנץ קלאר אן עקסידענט, ס׳איז נישט וויכטעג אלעס אויסצופּאַקען דא ברבים , נעקסט קעיס

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:16 am
דורך אלע צוזאמען
פרישע פרשה אין באבובע חדר?

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:19 am
דורך סקרו דרייוער
??

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:22 am
דורך נפרייליכע מענטש
אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:16 am פרישע פרשה אין באבובע חדר?
וואו, וואס, ווען?

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:33 am
דורך [NAMELESS]
אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:16 am פרישע פרשה אין באבובע חדר?
אפגעדראפט א באמבע און פארשווינדן פון שטח

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:34 am
דורך סקרו דרייוער
וועלעכע פרשה?
וועלעכע באבוב?