בלאט 13 פון 17
נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 12:17 pm
דורך איך אויך
מיינסט כל דאלים גאב"ד.
נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 12:18 pm
דורך Yesh
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב
נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 2:12 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
איך אויך האט געשריבן:מיינסט כל דאלים גאב"ד.
ע' פנים לפעטש
נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 8:01 pm
דורך חדשים
לכאורה וויאזוי מעג מען אויפנעמען א נייע רב אין די ניין טעג? נאר די הלכה איז, אז אויב מען טרעט עס אן פארדעם איז נישט קיין פראבלעם...
נשלח: מוצ"ש יולי 22, 2023 10:30 pm
דורך [NAMELESS]
.
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:18 pm
דורך עמרם
ס'איז ארויס א צעטיל פון די עדה החרידית ווי הגאון ר' משה שליט''א, ווערט נאכאלץ באטיטלט מיט די ראב''ד טיטל
(נישט אז ס'מאכט אים א משהו קלענער)
דעת תורה בחירות להעיריות אד''ר פ''ד.jpg
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:23 pm
דורך היימלינד
עמרם האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:18 pm
ס'איז ארויס א צעטיל פון די עדה החרידית ווי הגאון ר' משה שליט''א, ווערט נאכאלץ באטיטלט מיט די ראב''ד טיטל
(נישט אז ס'מאכט אים א משהו קלענער)
דעת תורה בחירות להעיריות אד''ר פ''ד.jpg
נישט סתם אז עס שטייט ראב"ד נאר ער איז אין איין שורה מיט די עלטערע חברי הבד"ץ געווענליך קומט די גאב"ד צום סוף אין א אייגענע שורה
און איך מיין אז די ראב"ד האט אויך א עקסטערע מקום החותם געווענליך
עמוק עמוק
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:42 pm
דורך סבא דבהתא
דרך אגב זעה איך צוויי בראנדסדארפערס אבער נישט ר’ משה וואס איז די מעשה מיט אים? די ליטווישע זענען זייער צוגעצויגן צו אים אבער ביי די חסידישע געבט ער זיך עפעס נישט איין, איינער ווייסט מה פשעו ומה חטאתו?
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:44 pm
דורך [NAMELESS]
סבא דבהתא האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:42 pm
דרך אגב זעה איך צוויי בראנדסדארפערס אבער נישט ר’ משה וואס איז די מעשה מיט אים? די ליטווישע זענען זייער צוגעצויגן צו אים אבער ביי די חסידישע געבט ער זיך עפעס נישט איין, איינער ווייסט מה פשעו ומה חטאתו?
די ערשטע ר' שמואל בראנדסדורפר איז די עלטסטע זוהן פון ר' מאיר זצ''ל נאטורליך נעמט מען אויף די עלסטע מען קען דאך נישט אויפנעמען אלע זוהן די צווייטער האט נישט מיט ר' מאיר גראדע איז ער א 'איידעם' בזיווג שני ביי ר' מאיר זיין אויפנעמען האט מן הסתם מיט קהילת תולדות אהרן
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:44 pm
דורך נחום הסופר
עמרם האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:18 pm
ס'איז ארויס א צעטיל פון די עדה החרידית ווי הגאון ר' משה שליט''א, ווערט נאכאלץ באטיטלט מיט די ראב''ד טיטל
(נישט אז ס'מאכט אים א משהו קלענער)
דעת תורה בחירות להעיריות אד''ר פ''ד.jpg
ס'איז דא 2 נוסחאות פון די זעלבע צעטל, ביי די אנדערע שטייט ער א שורה העכער ווי אלע אנדערע מביד"צ - כ'ווייס אבער נישט וועלכע ס'איז די ריכטיגע גירסא
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:45 pm
דורך נחום הסופר
חיים הלוי האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:44 pm
סבא דבהתא האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:42 pm
דרך אגב זעה איך צוויי בראנדסדארפערס אבער נישט ר’ משה וואס איז די מעשה מיט אים? די ליטווישע זענען זייער צוגעצויגן צו אים אבער ביי די חסידישע געבט ער זיך עפעס נישט איין, איינער ווייסט מה פשעו ומה חטאתו?
די ערשטע ר' שמואל בראנדסדורפר איז די עלטסטע זוהן פון ר' מאיר זצ''ל נאטורליך נעמט מען אויף די עלסטע מען קען דאך נישט אויפנעמען אלע זוהן די צווייטער האט נישט מיט ר' מאיר גראדע איז ער א 'איידעם' בזיווג שני ביי ר' מאיר זיין אויפנעמען האט מן הסתם מיט קהילת תולדות אהרן
אודאי תולדות אהרן, ס'איז געווען קאנטראווערסיעל וויבאלד ר' אהרן בר"ס איז דער בעל הצוואה פונעם דברי אמונה וכו', און לכבוד דעם האט תולדות אברהם יצחק באקומען צוגעווארפן א ביינדל עטליכע נייע חברי הנהלה
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:36 pm
דורך לאכעדיג
למעשה האט שוין ירושלים נישט קיין רב פאר אפאר יאר און אלעס גייט אן ווי געהעריג.
קוקט אויס אז אזוי ווי אין ניו יארק דארף בארא פארק, וומ"ס און מאנסי נישט קיין רב דארף ירושלים אויך נישט קיין רב.
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:12 am
דורך [NAMELESS]
נחום הסופר האט געשריבן: ↑
אודאי תולדות אהרן, ס'איז געווען קאנטראווערסיעל וויבאלד ר' אהרן בר"ס איז דער בעל הצוואה פונעם דברי אמונה וכו', און לכבוד דעם האט תולדות אברהם יצחק באקומען צוגעווארפן א ביינדל עטליכע נייע חברי הנהלה
תולדות אהרן האט דאך שוין ר' יעקב מענדל יוראוויטש, אלס חבר הבי"ד, פארוואס קומט זיך זיי נאך א בענקל?
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 5:01 am
דורך נאך א שמויגער
ר' יעקב מענדל לרפו"ש איז שוין לאנג נישט ביי די כוחות.
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 5:02 am
דורך נאך א שמויגער
חיים הלוי האט געשריבן: ↑
דער ערשטער ר' שמואל בראנדסדורפר איז די עלטסטע זוהן פון ר' מאיר זצ''ל, נאטורליך נעמט מען אויף די עלטסטע, מען קען דאך נישט אויפנעמען אלע זוהן.
דער צווייטער האט נישט מיט ר' מאיר, גראדע איז ער א 'איידעם' בזיווג שני ביי ר' מאיר. זיין אויפנעמען האט מן הסתם מיט קהילת תולדות אהרן.
זיכער האט ר' אהרן מיט ר' מאיר. זיי זענען ברידער.
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:38 pm
דורך [NAMELESS]
דו ווייסט וואס דו רעדסט? עס שטימט אפילו מיט די יארן?
עכ''פ אפילו הכי האט זיין אויפנעמען נישט מיט ר' מאיר, נאר מיט קהלת תולדות אהרן.
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:15 pm
דורך נאך א שמויגער
ר' מאיר איז געבוירען סוף צ"ד.
ביזט גערעכט אז זיין אויפנעמען האט מיט תו"א. איך האב נאר געשריבן אז דער שייכות וואס מ'וואלט געמיינט אז ער איז "נאר" א איידעם איז נישט גערעכט, זיי זענען אויכעט ברידער.
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:55 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
דעס איז רבי אהרן בעל הצוואה מחקתי איק וד״ל
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:04 pm
דורך כספי
אברהם שנית מן השמים האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:55 pm
דעס איז רבי אהרן בעל הצוואה מחקתי איק וד״ל
ויש אומרים בעל הצואה...
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:18 pm
דורך מופת הדור
ר' אהרן איז א נעפיו פון ר' מאיר
ער האט פארלוירן זיין ווייב 6 יאר צוריק
ער האט חתונה געהאט בזוו"ש מיט ר' מאיר'ס טאכטער וואס האט פארלוירן איהר מאן ביי קאוויד (די איין תולדות אהרןע צווישען 16 קינדער פןן ר מאיר)
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:25 pm
דורך ארכיטקט
וואס איז געווען די שלעגעריי אין בית שמש?
עפעס פארפירט די בלאט.
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:27 pm
דורך היום
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:36 pm
למעשה האט שוין ירושלים נישט קיין רב פאר אפאר יאר און אלעס גייט אן ווי געהעריג.
קוקט אויס אז אזוי ווי אין ניו יארק דארף בארא פארק, וומ"ס און מאנסי נישט קיין רב דארף ירושלים אויך נישט קיין רב.
אמת
ירושלים דארף טאקע נישט א רב, אבער יו אחר מיסינג דע פוינט אויווער הער.
די קנאים, שלעגער׳ס, שווענץ שלעפערס, אינטערדרייערס און איבערדרייערס, משמרת ה****, הפגנות גייערס, קברים פאונדראיזערס, וכו׳ וכדו׳ וגומ׳. זיי אלע דארפן א רב ווי קאלטע סעלטזער נאך א טשאלענט, כדי עהם קענען זעצען אויווען אן ביי זייער מזרח, חמת׳מענען אויף זייער קול קורא׳ס און המלצה בריוון, און ניצן זיין פאן אויף זייער מעשה בהמה וחיה, ודו״ק.
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 7:28 am
דורך אינטערסאנטער
היום האט געשריבן: ↑
לאכעדיג האט געשריבן: ↑
למעשה האט שוין ירושלים נישט קיין רב פאר אפאר יאר און אלעס גייט אן ווי געהעריג.
קוקט אויס אז אזוי ווי אין ניו יארק דארף בארא פארק, וומ"ס און מאנסי נישט קיין רב דארף ירושלים אויך נישט קיין רב.
אמת
ירושלים דארף טאקע נישט א רב, אבער יו אר מיסינג דע פוינט אויווער הער.
די קנאים, שלעגערס, שווענץ שלעפערס, אינטערדרייערס און איבערדרייערס, משמרת ה****, הפגנות גייערס, קברים פאנדרעיזערס, וכו' וכדו' וגו'. זיי אלע דארפן א רב ווי קאלטע סעלצער נאך א טשאלענט, כדי עהם קענען זעצן אויבן אן ביי זייער מזרח, חתמ'ענען אויף זייערע קול קורא'ס און המלצה בריוון, און נוצן זיין פאן אויף זייער מעשה בהמה וחיה, ודו"ק.
נישט פונקט אזוי. געוויסע דארפן דארט א רב כדי אים צו קענען אנפייפן און אים אויס'רודפ'ן די יארן אזוי ווי דושינסקיא קהילה האט געטוהן מיט די גאב"ד רבי יצחק טובי' אז זייער אייגענע רב האבן זיי פשוט און פראסט געפיפן אויף אים מיט גרויסע שופרות. און זיי קומען נאך שרייען קעגן די קנאים כאילו אז זיי זענען קעגן די עדה. יענס געלעכטער.