בלאט 13 פון 27

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 9:33 pm
דורך שמעקעדיג
נישטא. גוגל לאזט עס נישט אדורך.
אפשר אויב מען טוט רוטן דעם פאון, ווייסעך נישט. יבא געפילטע ושאר המומחים ויפרשו הדבר כשמלה.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 9:43 pm
דורך סלינקי
גוגל פלעי לאזט טאקע נישט, אבער אויפן עמעזאן עפפ סטאר קען מען יא עפעס טרעפן. איך פלעג נוצן TubeMate שוין א שטיק צייט צוריק און געווען צופרידן. זעה דא

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 10:13 pm
דורך נהורא נפישא
דאנקע, שוין אינסטאלירט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 1:12 am
דורך דעת תורה
ערגעץ האט מען גערעדט וועגן עפענען פי די עף'ס אין א ענדרויד בראוזער, ביז היינט פלעגט זיך דאונלאודן די פעיזש (למשל א לינק צו א פעיזש פון א היברו בוק'ס ספר). למעשה, לעצטנס ווען איך קליק אויף א פי די עף לינק עפנט זיך עס אויף אין גוגל דאקס. #דורכברוך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 1:38 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט ריכטיג. סוף דבר האב איך אנגעצייכענט אז עס איז א פשוט'ע רויבעריי. והא ראי', גוגל'ס נעקסוס 5 טעלעפאן קאסט נישט מער ווי $349.
ס'איז נישטא קיין ריכטיגע סיבה פארוואס עס איז טייערער. בלויז ווייל די קאמפאניס ווילן שארן מער גאלד.


http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2426636,00.asp

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 5:44 pm
דורך געפילטע פיש
petergrifin האט געשריבן:װאס האלט די עולם/מבינים פון דער lg g2?

די גוגל נעקסאס 5 געמאכט דורך LG, איז כמעט א צווילינג מיטן G2, די איינציגסטע מערקוועדיגע חילוקים איז די פאדערשטע קעמרע, און אביסל א שוואכערע בעטערי, נאך איין גרויסע חילוק איז דא, א צוויי דריי הונדערט דאלערדיגע פרייז דיפערענס. ספעציעל אויב דו ביסט נישט זיכער אז דו ווילסט בלייבן מיט דיין קאמפאני, וואלט איך געזאגט זאלסט קויפן דעם נעקסעס פאר $349, און דו קענסט גיין צו כמעט יעדע קעריער אויפן מארקעט, (אויזער ווערייזען, לעת עתה).

אבער אויב פלאנסטו סייווי צו בלייבן אויף איין קעריער די קומענדיגע צוויי יאר, דעמאלס איז די G2 פאר $99 יא א גאנץ גוטע אפציע. און לכאורה וועט קומענדיגע חודש, אום שווארצן פרייטאג, און סייבער מאנטאג, זיין צו באקומען בחינם מיט א צוויי יאר קאנטראקט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:03 pm
דורך שמעקעדיג
נאך א גרויסע חילוק, די G2 האט דאך א משוגעת אז די סוויטשעס זענען אין בעק פונעם פאון

.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:13 pm
דורך חד גדיא
מיין קי בארד פלעגט האבן א קאלירטע ליין דארטן ווי מ'האט געפירט די פינגער. אויך די ווערטער סאגדזשעסטשענס זענען אויך געווען קאלירט. פליצלינג איז אלעס געווארן שווארץ און ווייס. איינער ווייסט וואס איז פשט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:23 pm
דורך אפטעמיסט
איך זיך צו קויפן א נייע לעפטאפ פאר נישט מער ווי $400, ביטע מיך ארויסהעלפן וועלכע צו קויפן און ברענגן א לינק. שכוח.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 11:03 pm
דורך ונבנתה העיר
זעה דא.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 11:05 pm
דורך shefele
http://www.dealsofamerica.com/Toshiba-C ... 247812.htm

איך מיין אז עס איז א געוואלדיגע מציאה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:14 pm
דורך אפטעמיסט
shefele האט געשריבן:http://www.dealsofamerica.com/Toshiba-Celeron-15-6-inch-Laptop--Headphone--Unlimited-Cloud-Storage/247812.htm

איך מיין אז עס איז א געוואלדיגע מציאה

איז די פראסעסער עפעס ווערד? גאנץ אלט, ניין?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:06 pm
דורך דייטל
ווער קען העלפן
איך האב וואטסאפפ אויף איין דעווייז און שפעטער אויף א אנדערע, יעצט וויל איך נוצן מיין אלטע דעווייז, קומט יעדע רגע דער וואטסאפפ בחור צוריק ארויף און פאדערט רעוועריפייען. וויאזוי ווערט מען פטור פון אים?
א דאנק פון פראנויס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:53 am
דורך געפילטע פיש
אנאינסטאל אדער דיסעיבעל וואטסאפ אויפן ערשטן דיווייס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:11 am
דורך דייטל
אנאינסטאלען וויל איך נישט, אין קעיס איך דארף עס נאכאמאל נוצן דארט, אבער דיסעיבלען איז א גוטע עצה וואס איז מיר נישט בייגעפאלן.
יישר כח געפילטע פיש

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:53 pm
דורך petergrifin
געפילטע פיש האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:װאס האלט די עולם/מבינים פון דער lg g2?

די גוגל נעקסאס 5 געמאכט דורך LG, איז כמעט א צווילינג מיטן G2, די איינציגסטע מערקוועדיגע חילוקים איז די פאדערשטע קעמרע, און אביסל א שוואכערע בעטערי, נאך איין גרויסע חילוק איז דא, א צוויי דריי הונדערט דאלערדיגע פרייז דיפערענס. ספעציעל אויב דו ביסט נישט זיכער אז דו ווילסט בלייבן מיט דיין קאמפאני, וואלט איך געזאגט זאלסט קויפן דעם נעקסעס פאר $349, און דו קענסט גיין צו כמעט יעדע קעריער אויפן מארקעט, (אויזער ווערייזען, לעת עתה).

אבער אויב פלאנסטו סייווי צו בלייבן אויף איין קעריער די קומענדיגע צוויי יאר, דעמאלס איז די G2 פאר $99 יא א גאנץ גוטע אפציע. און לכאורה וועט קומענדיגע חודש, אום שווארצן פרייטאג, און סייבער מאנטאג, זיין צו באקומען בחינם מיט א צוויי יאר קאנטראקט.


איך בין יעצט ביי ספרינט סא די נייע lg g2 גייט מיך קאסטן $200 אבער אויב גיי איך צי ווערייזן
קאסט עס מיר נאר $50 :!: :idea: :P

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:16 pm
דורך געפילטע פיש
נאך פופציג? זיי מסביר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:56 pm
דורך petergrifin
@געפילטע פיש נישט נאך פופציג ״נאר״ פופציג דאללער נאך א ריבעיט.
יעצט זעה איך אויף װערײזען.קאם אז די דיעל איז נישט דא מער אבער כ׳האב גערופען א װערײזען דילער און ער קען מיך
נאכאלץ בײקומען דער lg-g2 פאר $50 מיט א נײער צװײ יאר קאנטראקט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 10:33 pm
דורך געפילטע פיש
פופציג דאלער איז נישט שלעכט, אבער שטייענדיג יעצט ממש בפרוס יום בלעק פרייטאג, גאנצע זיבעצען טעג ארום, וואלט איך געווארט אויפן שווארצן טאג, דעמאלס קען מען געווענליך קויפן אסאך גוטע טעלעפאנען בחינם מיט א צוויי יעריגע אפמאך.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:05 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז נישט קיין טעכנאלאגישע פראגע, אבער א "הילף" קען עס זיין.

היות לעצטנס ווערן מער און מער טעלעפאנען געמאכט מיט א נאן-רעמאוועבל בעטערי, און מען קען מער נישט האבן די לוקסוס פון געבן א טויש בעטערי און געגאנגען ווייטער, אפילו דו פארסט ארויס לאנג דיסטענט צו א חתונה וכדומה און דיין בעטערי האלט ביים שטארבן.

איז גוט צו וויסן פון אזא פארטעבל דעווייס וואס דו קענסט איינפלאגן אין דעם כמעט אלע סארטן פאונס:

http://www.verizonwireless.com/accessor ... slim-2000/

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:24 pm
דורך מ גפני
איך זוך צו דאונלאודן א FTP פראגראם אויף א BB10

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:18 pm
דורך נולד מאוחר
כוויל שיקען א פייל 134 mb
וואטס עפפ און gmail איז עס צי גרויס.
וויאזוי שיק איך עס ?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 10:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
Dropbox