בלאט 13 פון 14
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:11 pm
דורך לאכעדיג
מהר"א איז געבליבן זיצן אין די קאר ביז אינמיטן די הספד וואס א צווייטער האט געגעבן נאך מהרי"י אז ס'זאל נישט אויסזען ווי ער האט געווארט אז מהרי"י זאל ענדיגען.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:24 pm
דורך אוהב ספרים
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:06 pm
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:02 pm
דאס איז געווען א אנדערע ענין, משה גבאי האט געטוען אלע פעולות אז דער ברך משה זאל זיך נישט טרעפן מיט זיין זוהן מהר"א, ווייל ער האט איהם אייביג ארויסגעוויזען ברבים חיבה ואהבה יתירה, און משה גבאי האט זיך דאס נישט געקענט ערלויבען, דאס האט נישט געשטימט מיט זיין אגענדע אז דער פאטער וויל איהם מער נישט קענען. ממילא ווי ער האט געקענט האט ער דאס מונע געווען.
די ברך משה האט טאקע זייער ליב געהאט מהר"א אבער ער האט אויך געוואלט אז מהר"יי זאל זיין רבי אין וויליאמסבורג וואוסענדיג אז אויב מהר"א וועט געוועלטיגען אויף אלעס וועט זיין א חורבן.
וואס האט דאס שייכות מיט וואס איך האב געשריבען?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:25 pm
דורך אוהב ספרים
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:11 pm
מהר"א איז געבליבן זיצן אין די קאר ביז אינמיטן די הספד וואס א צווייטער האט געגעבן נאך מהרי"י אז ס'זאל נישט אויסזען ווי ער האט געווארט אז מהרי"י זאל ענדיגען.
צווישען מהרז"ל און מהר"א איז געווען 2 מספידים
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:29 pm
דורך לאכעדיג
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:24 pm
וואס האט דאס שייכות מיט וואס איך האב געשריבען?
משה גבאי האט נישט געוואלט פארלייקענען אז די ברך משה האט ליב מהר"א,
משה גבאי האט נאר געוואלט אז מהר"א זאל אראפקומען פון זיין בוים און זיך בארואיגן.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:30 pm
דורך לאכעדיג
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:25 pm
צווישען מהרז"ל און מהר"א איז געווען 2 מספידים
פשט אז מהר"א האט געווארט נאך לענגער אין קאר.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:32 pm
דורך אוהב ספרים
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:29 pm
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:24 pm
וואס האט דאס שייכות מיט וואס איך האב געשריבען?
משה גבאי האט נישט געוואלט פארלייקענען אז די ברך משה האט ליב מהר"א,
משה גבאי האט נאר געוואלט אז מהר"א זאל אראפקומען פון זיין בוים און זיך בארואיגן.
דאס זענען שוין אלט געדראשענע ענינים וואס איז נישט לנושא סיגעיט
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:35 pm
דורך לאכעדיג
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:32 pm
דאס זענען שוין אלט געדראשענע ענינים וואס איז נישט לנושא סיגעיט
די האסט ארויפגעברענגט די נושא איבער משה גבאי מיט מהר"א האב איך געשריבן מער איבער דעם.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:00 am
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 9:33 pm
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 9:26 pm
פארוואס ווייל ער האט איין מחותן א בעלזער?
רבי הערשעלע האט געוואלט פארן קיין בעלזא אויף ימים נוראים ווי אויך האט ער פריוואט געזאגט פאר מענטשן אז מען קען נישט אוועק מאכן די פסק פון בעלזער רב ז"ל איבער די מדינה און די בחירות.
נאר רבי הערשעלע איז דאך געווען (טויט) צוקריגט מיט זיין שוואגער (און קאזין) ר' יאנקעלע מ'ספינקא. צוליעב זיינע סאטמערע חטאים אז ער איז געגאנגען צו די בחירות (הטמאות) און ער האט גענימען געלט פון די מדינה. עד כדי כך אז ער (הרה"צה"ק) ר' הערשעלע האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ווען ער באקומט א בריוו פון ארץ ישראל וואשט ער זיך די הענט.
איך וויל נישט פארציילן די אלטע מחלוקת פון 'דערהעים אין קראלי. און וואספארא שטיק די (סאקמערע) חסידים האבן אלץ אנגעשטעלט פאר ר' אביש'ל. ר' הערשעלע'ס טאטע. נאר 2 קלייניגקייטן. אז מ'האט איהם (ר' אביש) אריינגענאגלט אין די מקוה. ווען ער איז געגאנגען אין די מקוה האבן איהם א פאר חסידים (מהצד שכנגד) פארהאקט די טיר פון די מקוה מיט נעגלעך. ביז מ'האט איהם ארויסגעראטעוועט.
די צווייטע זאך: ווען ר' אביש'ל האט חתונה געמאכט א טאכטער (אין קראלי), האבן זיינע חסידים ותלמידים געצויגן לעמפלעך (אזוי ווי היינט ביי רעבעס). דאמאלס איז עס געווען א גרויסע זאך. זענען געקומען די "חסידים" פון צד שכנגד און זיי האבן געדינגען א גוי אז ער זאל אויסהאקן די לעמפלעך נאכ'ן זמן פון שבת. כדי מ'זאל עס נישט קענען פאררעכטן.
דאס האט מיר פארציילט א ספינקער איד וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן ביים חקל יצחק.
נאך א מזל ס'זענען היינט דא (ב"ה) ציונים. מיט וועים מ'קען זיך ארומרייסן און שעלטן בלי שום פגע.
Re: רבי הערשעלע ספינקערס קינדער
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:06 am
דורך kolal1
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 1:24 am
די ספינקא בנים, אדער אזוי ווי מען האט זיי גערופן אין וומ"ס בלשון חיבה רבי הערשעלעס קינדער.
ווי הייבט מען אן??
1) רבי בעריש איז געווען א בעל באטישע בחור,
2) רבי אביש איז געווען דער געטרייער עסקן אלץ בחור,
3) רבי אייזיק האט געלערנט פלייסיג אלץ בחור,
4) רבי נטע האט געטרייט נאכצומאכן רבי בעריש אלץ בחור,
5) רבי נפתלי איז געווען די מפואר בחור.
וויפיל טעכטער האט ער געהאט און ווער זענען געווען די איידימער האבן זיי מיטגעהאלטן די רביסטעווע?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:10 am
דורך מופת הדור
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:17 pm
האניג האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:28 pm
כבר היה לעולמים, ר’ אביש מספינקא איז געזעצן אין קאר ביי די ברודער ר’ בעריש’ס לויה, און דערנאך געזעצן שבעה בשתיקה
דאס איז געווען א היציגע מחלוקה, רבי אביש האט נישט געוואלט לייגן זיין ברודער רבי בעריש לעבן זיין טאטע. גאנץ וומ"ס איז געפארן אויף רעדער יענע חול המועד סוכות און שמחת תורה.
די היינטיגע ווישניץ מאנסי רבי וואס איז געווען א שוואגער מיט ר' בעריש איז געווען די פארמיטלער צווישן די בני רבי בעריש און רבי אביש.
למעשה האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט דעמאלסט און רבי בעריש ליגט יא לעבן זיין טאטע.
איך האלט אבער אז ווען די בני רבי בעריש וואלטן זיך דעמאלסט אויפגעפירט מיט אביסל קלאס וואלטן מען זיי היינט צוטאגס מער רעספעקטירט אין די וועלט.
וואס האבן זיי דעמאלסט געטהון?
Re: רבי הערשעלע ספינקערס קינדער
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:20 am
דורך mechel
kolal1 האט געשריבן: ↑
וויפיל טעכטער האט ער געהאט און ווער זענען געווען די איידימער האבן זיי מיטגעהאלטן די רביסטעווע?
6 טעכטער
לויעווער פין ב.פ. ברודער מיט טשערנאבלער רביס
ראדיווילער ז"ל
שטיין בן ר' מאטיל פאלטיטשאן
לויפער קראלי מאנסי
וואגשאל רב ר' משה גרין וומ"ס
פיניע האגער זל
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:28 am
דורך שמעון וואלף
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:17 pm
וואס פונקטליך דארף מען אפשמועסען? מהר"א קומט ווען ער וויל, און מהרי"י קומט ווען ער וויל
ושלום על ישראל!
די דמיונות וואס מענטשען טרעפן אויס
דארפן דארף מען נישט אבער ווילן וויל מען.
יא, יעדער קומט ווען ער וויל, און מהר"א וויל נישט ח"ו הערן די ברידער רעדן, ממילא וויל ער קומען שפעטער.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:31 am
דורך אוהב ספרים
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:35 pm
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:32 pm
דאס זענען שוין אלט געדראשענע ענינים וואס איז נישט לנושא סיגעיט
די האסט ארויפגעברענגט די נושא איבער משה גבאי מיט מהר"א האב איך געשריבן מער איבער דעם.
נישט אמת בכלל. ב. איך געשריבען איבער א ספעציפישע נקודה אהן אריינגייען אין זייטיגע נושאים פון דעם פרשה וואס איז נוגע בכלל.
Re: רבי הערשעלע ספינקערס קינדער
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:19 am
דורך עמרם
mechel האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 12:20 am
kolal1 האט געשריבן: ↑
וויפיל טעכטער האט ער געהאט און ווער זענען געווען די איידימער האבן זיי מיטגעהאלטן די רביסטעווע?
6 טעכטער
לויעווער פין ב.פ. ברודער מיט טשערנאבלער רביס
ראדיווילער ז"ל
שטיין בן ר' מאטיל פאלטיטשאן
לויפער קראלי מאנסי
וואגשאל רב ר' משה גרין וומ"ס
פיניע האגער זל
דאכציך אויך אונגער דאמבראווא רבי פון ב''פ
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 9:54 am
דורך נחום הסופר
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
איך וויל נישט פארציילן די אלטע מחלוקת פון 'דערהעים אין קראלי. און וואספארא שטיק די (סאקמערע) חסידים האבן אלץ אנגעשטעלט פאר ר' אביש'ל. ר' הערשעלע'ס טאטע. נאר 2 קלייניגקייטן. אז מ'האט איהם (ר' אביש) אריינגענאגלט אין די מקוה. ווען ער איז געגאנגען אין די מקוה האבן איהם א פאר חסידים (מהצד שכנגד) פארהאקט די טיר פון די מקוה מיט נעגלעך. ביז מ'האט איהם ארויסגעראטעוועט.
אויך געווען ברוגז (צוזאמען מיט אנדערע ספינקער אייניקלעך) אויף רבי יאנקעלע ספינקער פארן מפנה זיין דעם אמרי יוסף קיין פתח תקוה.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 10:53 am
דורך היימלינד
לאכעדיג האט געשריבן: ↑
רבי הערשעלע האט געוואלט פארן קיין בעלזא אויף ימים נוראים ווי אויך האט ער פריוואט געזאגט פאר מענטשן אז מען קען נישט אוועק מאכן די פסק פון בעלזער רב ז"ל איבער די מדינה און די בחירות.
ער האט נישט געהאלטען פון פארן קיין ארץ ישראל, זיינע זון, חוץ פון אביש וואס איז א איידעם דארט, פארט קיינער נישט
עטליכע חתונות האט מען שוין געשלעפט קיין חו"ל מהאי טעמא.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 10:57 am
דורך היימלינד
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
איך וויל נישט פארציילן די אלטע מחלוקת פון 'דערהעים אין קראלי. און וואספארא שטיק די (סאקמערע) חסידים האבן אלץ אנגעשטעלט פאר ר' אביש'ל. ר' הערשעלע'ס טאטע. נאר 2 קלייניגקייטן. אז מ'האט איהם (ר' אביש) אריינגענאגלט אין די מקוה. ווען ער איז געגאנגען אין די מקוה האבן איהם א פאר חסידים (מהצד שכנגד) פארהאקט די טיר פון די מקוה מיט נעגלעך. ביז מ'האט איהם ארויסגעראטעוועט.
די צווייטע זאך: ווען ר' אביש'ל האט חתונה געמאכט א טאכטער (אין קראלי), האבן זיינע חסידים ותלמידים געצויגן לעמפלעך (אזוי ווי היינט ביי רעבעס). דאמאלס איז עס געווען א גרויסע זאך. זענען געקומען די "חסידים" פון צד שכנגד און זיי האבן געדינגען א גוי אז ער זאל אויסהאקן די לעמפלעך נאכ'ן זמן פון שבת. כדי מ'זאל עס נישט קענען פאררעכטן.
דאס האט מיר פארציילט א ספינקער איד וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן ביים חקל יצחק.
עטליכע עלטערע און חשובע ספינקא חסידים זענען טאקע געווען ברוגז אויף אים פאר'ן גיין קיין סאטמאר, דוגמת ר"פ הערשקאוויטש און די לינזער רב.
ער האט גענטפערט ווען מען האט איהם פארגעהאלטן: די טאטע האט מיר גארנישט איבערגעלאזט, נאר די מחלוקת, דארף איך עס נישט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 10:58 am
דורך היימלינד
נחום הסופר האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 9:54 am
אויך געווען ברוגז (צוזאמען מיט אנדערע ספינקער אייניקלעך)
וועלעכע אנדערע? בני רבי יענקעלע און משפחת פריעדמאן קומען זיך זייער גוט אויס, וועלעכע נאך אייניקלעך זענען דא? אויף רבי יאנקעלע ספינקער פארן מפנה זיין דעם אמרי יוסף קיין פתח תקוה
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 2:08 pm
דורך לאכעדיג
רבי הערשעלע האט גארנישט געהאט אקעגן ארץ ישראל, ער אליין איז נישט געפארן ווייל ער איז נישט געפארן אין ערגעץ,
ער איז געווען א גרויסע פחדן.
איינמאהל האט ער יא געוואלט פארן קיין ארץ ישראל ווייל ער האט געוואלט זיין ביים בעלזא רב אויף ימים נוראים, ער האט זיך שוין אפילו געלאזט מאכן א פאספארט, למעשה איז בעלזא רב אוועק יענע יאר איז ער שוין קיינמאל נישט געפארן.
זיינע אלע קינדער זענען שוין געווען אין ארץ ישראל עטליכע מאהל, אויסער רבי אייזיק וואס האלט זיך פאר א תלמיד פון סאטמאר רב, האבענדיג געלערנט אין סענס סטריט.
ווען א סאטמארע חסיד איז אריינגעקומען צו רבי הערשעלע און אים געפרעגט צו ער זאל פארן קיין ארץ ישראל האט ער ווי פארשטענדליך געענטפערט אז ניין.
בכלל האט ער זיך געהאלטן נאנט מיט סאטמאר, ווייל ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און ער האט געציטערט פון זיי, ער האט נישט געוואלט אז מען זאל טאן מיט אים דאס וואס מען האט געטאן מיט זיין טאטע אין קראלי.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 2:20 pm
דורך מילך טראק
ווען ר אביש מאכט חתונה פארן טאקע אלע זיינע חסידים
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 3:04 pm
דורך צוויי
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 02, 2024 11:55 pm
וויאזוי ווייסטו אז ער האט יא געזעהן?
ס'איז דא גענוג אין נאך מעשיות פון אפענע רוח הקודש, און וואס מ'האט נישט דוקא עס געזעהן, איז עס אבער נישט קיין ראיה אויף פארקערט
צו דיין שאלה, ווער זאגט איך ווייס טאקע, ס'איז וואס מ'האט מיר פארציילט, און איך האב ב"ה אמונת צדיקים. אבער וויאזוי ווייסטו אז ער האט נישט געזעהן?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 3:05 pm
דורך צוויי
לאכעדיג האט געשריבן: ↑
בכלל האט ער זיך געהאלטן נאנט מיט סאטמאר, ווייל ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און ער האט געציטערט פון זיי, ער האט נישט געוואלט אז מען זאל טאן מיט אים דאס וואס מען האט געטאן מיט זיין טאטע.
וואס האט מען געטוהן מיט זיין טאטע?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 3:24 pm
דורך berlbalaguleh
נחום הסופר האט געשריבן: ↑
אויך געווען ברוגז (צוזאמען מיט אנדערע ספינקער אייניקלעך) אויף רבי יאנקעלע ספינקער פארן מפנה זיין דעם אמרי יוסף קיין פתח תקוה
ס'איז געווען נאך א מעשה וואס איז נישט אזוי באקאנט:
ס'געווען א יונגערמאן וואס האט זיך געדרייט סיי אין וויזשניץ/מאנסי און סיי אין ספינקא (ב.פ.). דער יונגערמאן איז פריצייטיג אוועק, ל"ע. מ'האט איהם געלייגט אין ספינקא ביה"ח אין ניו דזשערזי אויף א פלאץ וואס איז נישט געווען לפי כבודו.
דער וויזשניצער רבי ר' מאטעלע האט געווארנט אז מ'זאל עס נישט טון. מ'האט נישט געפאלגט. נאכדעים איז געשעהן וואס איז געשעהן. אן עקסידענט אין א"י וואו א זון פון ר' יאנקעלע (און ממלא מקום) איז אומגעקומען ל"ע.
געהערט פון א וויזשניצער תלמיד.