בלאט 13 פון 213

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:02 am
דורך מאטי
מיינסט צו פרעגן פארוואס דער יאפּאנעזער סי אי או פון האנדא מנדבות לבו הטוב טוט עס נישט ? אדער פארוואס דער פעדעראלער גאוו. האט נישט אזא געזעץ. לכאורה נישט קאנסטוציאנל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:33 am
דורך גוטזאגער
לויט וויאזוי איך ווייס איז די גאן לאבי די דריט שטערקסטע לאבי נאך לעיבאר און עיפאק איז עס אמת
און וואס איז די מצב היינט צוטאגס און וואנשיגטאן און אפי לאקאל זענען די פאליטישאנס קארופורט נעמען כאבאר אדער זיי ארבעטן אפי נישט לטובת די וויילער וכדומה?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:03 pm
דורך מאטי
על פי הלכה דארף אן אדמו"ר ריפארטן קוויטל געלט אלס אינקאם? איז שייך דינא דמלכותא דינא ביי דעם?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:04 pm
דורך זר זהב
דארף א בדחן רעפארטן?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:28 pm
דורך משולם שטיינפעלד
דולה ומשקה האט געשריבן:
יעדיע שליח דארף קענען זיין א בעל קורא, בעל תוקע, מוהל, שוחט, אין קענען הלכות סופרות. דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט ווי מ'מיינט, יעדער שליח וואס די זעסט וואס פארט ארויס צו די מרחקים איז בקי הן בלימוד והן במעשה אין די געביטן.

יעצט אנגעפרעגט ביי א ארבייט קאלעגע, א ליובאוויטשער, וואס האט זיך אנגעגעבן פאר שליחות, ולא עלתה בידו עדיין, און דריי פון זיינע ברודער זענען אקטיווע שלוחים.

ער זאגט מיר אז בעל קורא און בעל תוקע קען יעדער איינער.....
מוהל און שוחט איז א גרויסע מעלה אבער עס איז נישט קיין פארלאנג.
לגבי הלכות סופרות, זאגט ער אז מען מוז עס נישט קענען מער ווי סיי וועלכע אנדערע הלכות. יעדע שליח האט א ספעציעלע מענטש (כעין א הויפט שליח פון א זאון) וועמען צו רופן און פרעגן אלעס וואס מען איז מסופק.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:10 pm
דורך געפילטע פיש
גוטזאגער האט געשריבן:אויב מען טאר קיינמאל נישט פארען מיט א וויהקעל העכער ניינציג פארוואס קען די ספיד און יעדע קאר ארויפגיין העכער פון הונדערט

ספיד לימיטס זענען נאר אין פאבליק ראודס, און אמאל דארף מען יא קענען פארן שנעלער, אין פאל פון עמערדזשענסי.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:38 pm
דורך שמעקעדיג
גוטזאגער האט געשריבן:אויב מען טאר קיינמאל נישט פארען מיט א וויהקעל העכער ניינציג פארוואס קען די ספיד און יעדע קאר ארויפגיין העכער פון הונדערט


זעה דא פאר מער אינפארמאציע

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:25 pm
דורך ידען
אין ווילי האט מען געטוישט לעצטענס די סטריט סיינס. וואס איז שלעכט געווען מיט די אלטע גרעסערע סיינס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:27 pm
דורך שמואל הלוי
ווייל די היינטיגע "קטנות" המוחין קענען נישט פארנעמען אזעלכע גרויסע סיינס (דזשאסט קידינג :lol: )

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:34 pm
דורך שמעקעדיג
ידען האט געשריבן:אין ווילי האט מען געטוישט לעצטענס די סטריט סיינס. וואס איז שלעכט געווען מיט די אלטע גרעסערע סיינס?


בלומבערג האט ליב קליינע גלעזלעך סאדע און קליינע סטריט סיינס! (נאר גרויסע פארקינג שטראפן פארנעמט ער יא.)

וויצן אין א זייט.
די סיטי האט געמאלדן אז מען גייט צוביסלעך איבערלייגן נייע סיינס אויף די גאסן מיט LOWER CASE ווערטער, נישט אלעס קעפיטעל, וויבאלד דער מח לייענט עס שנעלער אפ און עס איז א גוטע רעצעפט פאר ווייניגער עקסידענטס.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:41 pm
דורך שמואל הלוי
שמעקעדיג האט געשריבן:וויבאלד דער מח לייענט עס שנעלער אפ

האט עס יא עפעס מיט קטנות המוחין הייסט ;)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:59 pm
דורך נולד מאוחר
פוטער אויף א באל העלפט אדער סאיז א באבע מעשה?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:01 pm
דורך [NAMELESS]
פון ווי שטאמט די איינרעדענישט אז אויב מ'לייגט די קערעל פון א אוואקאדא אין וואסער, האלט זיך די אוואקאדא פריש??

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:05 pm
דורך נולד מאוחר
ראשעקאל האט געשריבן:פון ווי שטאמט די איינרעדענישט אז אויב מ'לייגט די קערעל פון א אוואקאדא אין וואסער, האלט זיך די אוואקאדא פריש??

פארוואס זאגסטו אז ס'איז אן איינרעדענישט, האסט עס פראבירט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:17 pm
דורך גוטזאגער
וואס מיינט "עסייען" אינטערסאנט מען טרעפט איך האב עס געזען שטיין נאר אויף די אלטע יידישע ביכער מען זעהט עס נישט אויף די היינטיגע ביכילעך

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:46 pm
דורך ידען
אסאך מענטשען האקען אויף התאחדות הכשר אז סע גארנישט ווערט, און די זעלבע מענטשען וועלען עסן זאכען מיט זייער הכשר, וואסי פשט?

סע נאר א דוגמא . די זעלבע איז ביי אנדערע זאכן אז מענטשען זענען זיך אליינס סותר.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:52 pm
דורך ידען
ראשעקאל האט געשריבן:פון ווי שטאמט די איינרעדענישט אז אויב מ'לייגט די קערעל פון א אוואקאדא אין וואסער, האלט זיך די אוואקאדא פריש??

מע לייגט עס אין וואסער סע זאל וואקסען א בלים פון די קערל.

וואס הייסט אז די אוואקאדא זאל זיך האלטען פריש? אן די קערל?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:53 pm
דורך זר זהב
זיי האקן אויף התאחדות ווייל ס'איז א קיהלע זאך צוטין.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:04 pm
דורך ידען
גוטזאגער האט געשריבן:וואס מיינט "עסייען" אינטערסאנט מען טרעפט איך האב עס געזען שטיין נאר אויף די אלטע יידישע ביכער מען זעהט עס נישט אויף די היינטיגע ביכילעך

essay
noun
1. a short literary composition on a particular theme or subject, usually in prose and generally analytic, speculative, or interpretative.
2. anything resembling such a composition: a picture essay.
3. an effort to perform or accomplish something; attempt.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:05 pm
דורך לאדיך אפ
פארוואס איז עס קיהל?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:08 pm
דורך זר זהב
לאדיך אפ האט געשריבן:פארוואס איז עס קיהל?

צו בארגן א פראזע פון א באקאנטן פיגור: ווער ס'פארשטייט פארשטייט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:27 pm
דורך ידען
איך ווייס אויך נישט וואס איז אזוי קיהל דערמיט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:29 pm
דורך ידען
איז אמת אז צושטאפען די נאז ווען מע סניזט איז נישט געזונט פאר די הארץ?