בלאט 13 פון 19

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:58 am
דורך געוואלדיג
קומט פו מעלות, זייער ענטפער איז בעסער ווי די שאלה, זיי ענטפערן נישט יא, גיי מסר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:42 pm
דורך אוהב שלום
כמיין אז די מעלות מאכט שוין א גרעסערע חורבן אין אידישקייט.. זייט ווען קען ער פסק'נען הלכות שחיטה?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:56 pm
דורך [NAMELESS]
אוהב שלום האט געשריבן:כמיין אז די מעלות מאכט שוין א גרעסערע חורבן אין אידישקייט.. זייט ווען קען ער פסק'נען הלכות שחיטה?

דו מיינסט לכאורה צו זאגן 'זי'...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 1:33 pm
דורך אוהב שלום
איך נישט גלייבן א פרוי, א שוחט.....

כבין נישט קיין ת"ח, א פרוי מעג בכלל שחט'ן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 1:34 pm
דורך [NAMELESS]
אוהב שלום האט געשריבן:איך נישט גלייבן א פרוי, א שוחט.....

כבין נישט קיין ת"ח, א פרוי מעג בכלל שחט'ן?

די גמרא זאגט שוין: הכל שוחטין...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 1:46 pm
דורך אוהב שלום
אה! קודם זעה איך אז די ביסט יא א ת"ח.... חוץ מ...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 2:07 pm
דורך יוחנן הסנדלר
אוהב שלום האט געשריבן:אה! קודם זעה איך אז די ביסט יא א ת"ח.... חוץ מ...


חוץ מחרש שוטה וקטן. א פרוי מעג לכתחילה שחט'ן ווערט געברענגט אין שו"ע. דער מרדכי ברענגט פון אלדד הדני מפי יהושיע מפי משה מפי הגבורה אז א אשה טאר נישט שחט'ן אבער מיר פסקענען נישט אזוי.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:09 pm
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג האט געשריבן:קומט פון מעלות, זייער ענטפער איז בעסער ווי די שאלה, זיי ענטפערן נישט יא, גיי מסר.


מעגליך אז זייער ענטפער איז נישט אזוי ראדיקאל, אבער די גאנצע מערכה און בלעטער פון בריוון געווידמאט דערפאר איז אבסורד.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:12 pm
דורך געוואלדיג
יא, מיט דעם ביסטו גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:14 pm
דורך שמעקעדיג
און פארגעסט נישט אז דאס איז שוין נאך די ריזיגע מערכה פון גאנץ ווארשע...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:13 am
דורך פרייוויליג
דבר יום ביומו האט געזוכט אנצופולן א ליידיגע ספאטץ

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:54 am
דורך שמעקעדיג
וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:21 pm
דורך פרייוויליג
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?

די אבסורדקייט דערפון איז atrocious. שטעלט אייך פאר זיי שטעלן אריין אן הודאה מארגן: בהוראת הרבנים שיחיו לאורך ימים טובים ארוכים טאר מען נישט אריבער שפרייזן אויף די גאס וואו עס איז דא א קאמפיוטער. פארשטייט יעדער אליין אז די ווארט הוראה און די ווארט רבנים וועט דאן ווערן ווי א נאסע שולאכטס. אמאליגע רבני העיר פלעגן שוקל זיין יעדער ווארט שבעתיים, און פלעגן טראכטן טויזענט מאל איידער זיי האבן געשריבן די ווארט "פסק", אדער "הוראה". זיי האבן געוויסט אז מען קען דאס נאר שרייבן אין א קריטישע צייט, אין א זמן וואס לויט ווי זיי פארשטייען וועט דאס זיין במקום שרוב ציבור יכול לעמוד בה. היינטיגע צייטן, יאווענען זיך הוראות און רבנים ווי שוואמען נאך א רעגן. אין יום שאין הוראה מרובה מחברתה. נאכדעם רייסט מען זיך די האר פון קאפ, פארוואס די עולם שרייט מאי אהנו לן רבנן. פארוואס יעדער לאכט אויפן קול ווען אימער מען זעט אן הפגנה, קול קורא, מוחאה, אדער הוראה. אזעלכע דבר יומו'ס ודומיהן קענען נישט זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:34 pm
דורך mevakesh
אונז קענען אלע לאכן פון די מאדנע צעטלעך און תקנות אבער וואס קען מען טוען עס ארבייט
עס איז היינט דא מערערע בתי מדרשים וואס מענטשן שעמען זיך אדער האבען מורא ארויסצונעמען א סמארטפאן וכו'
אונז זענען הייליג גערעכט אבער זיי געווינען

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:39 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז די בושה? יענער דארף זיך שעמען פון דיר!

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:46 pm
דורך HotCoffee
קיינער וויל נישט זיין דער וואס וועט ציען אויפמערקזאמקייט פון די קליין קעפיגער קיצוני וואס וועט זיך נעמען שרייען אויף אים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:56 pm
דורך שמעקעדיג
פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?

די אבסורדקייט דערפון איז atrocious. שטעלט אייך פאר זיי שטעלן אריין אן הודאה מארגן: בהוראת הרבנים שיחיו לאורך ימים טובים ארוכים טאר מען נישט אריבער שפרייזן אויף די גאס וואו עס איז דא א קאמפיוטער. פארשטייט יעדער אליין אז די ווארט הוראה און די ווארט רבנים וועט דאן ווערן ווי א נאסע שולאכטס. אמאליגע רבני העיר פלעגן שוקל זיין יעדער ווארט שבעתיים, און פלעגן טראכטן טויזענט מאל איידער זיי האבן געשריבן די ווארט "פסק", אדער "הוראה". זיי האבן געוויסט אז מען קען דאס נאר שרייבן אין א קריטישע צייט, אין א זמן וואס לויט ווי זיי פארשטייען וועט דאס זיין במקום שרוב ציבור יכול לעמוד בה. היינטיגע צייטן, יאווענען זיך הוראות און רבנים ווי שוואמען נאך א רעגן. אין יום שאין הוראה מרובה מחברתה. נאכדעם רייסט מען זיך די האר פון קאפ, פארוואס די עולם שרייט מאי אהנו לן רבנן. פארוואס יעדער לאכט אויפן קול ווען אימער מען זעט אן הפגנה, קול קורא, מוחאה, אדער הוראה. אזעלכע דבר יומו'ס ודומיהן קענען נישט זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.

דאס דערמאנט מיר אן אלטן אשכול פון קופערניקוס........... (איי, ווי נעמט מען די אלטע צייטן!)
viewtopic.php?p=1094#p1094

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:00 pm
דורך פרייוויליג
mevakesh האט געשריבן:אונז קענען אלע לאכן פון די מאדנע צעטלעך און תקנות אבער וואס קען מען טוען עס ארבייט
עס איז היינט דא מערערע בתי מדרשים וואס מענטשן שעמען זיך אדער האבען מורא ארויסצונעמען א סמארטפאן וכו'
אונז זענען הייליג גערעכט אבער זיי געווינען

קיינער האט נאך מיר נישט אנגעקוקט אדער אנגעשריגן. מעגליך איר רעדט פון ירושלים אדער ניו סקווירא. אויב עמיצער וועט רעיזען זיין קול אויף מיר וועל איך אים געבן אזא פראסק אז ער וועט פארגעסן אויב ער איז געמל'הט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:06 pm
דורך פרייוויליג
שמעקעדיג האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?

די אבסורדקייט דערפון איז atrocious. שטעלט אייך פאר זיי שטעלן אריין אן הודאה מארגן: בהוראת הרבנים שיחיו לאורך ימים טובים ארוכים טאר מען נישט אריבער שפרייזן אויף די גאס וואו עס איז דא א קאמפיוטער. פארשטייט יעדער אליין אז די ווארט הוראה און די ווארט רבנים וועט דאן ווערן ווי א נאסע שולאכטס. אמאליגע רבני העיר פלעגן שוקל זיין יעדער ווארט שבעתיים, און פלעגן טראכטן טויזענט מאל איידער זיי האבן געשריבן די ווארט "פסק", אדער "הוראה". זיי האבן געוויסט אז מען קען דאס נאר שרייבן אין א קריטישע צייט, אין א זמן וואס לויט ווי זיי פארשטייען וועט דאס זיין במקום שרוב ציבור יכול לעמוד בה. היינטיגע צייטן, יאווענען זיך הוראות און רבנים ווי שוואמען נאך א רעגן. אין יום שאין הוראה מרובה מחברתה. נאכדעם רייסט מען זיך די האר פון קאפ, פארוואס די עולם שרייט מאי אהנו לן רבנן. פארוואס יעדער לאכט אויפן קול ווען אימער מען זעט אן הפגנה, קול קורא, מוחאה, אדער הוראה. אזעלכע דבר יומו'ס ודומיהן קענען נישט זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.

דאס דערמאנט מיר אן אלטן אשכול פון קופערניקוס........... (איי, ווי נעמט מען די אלטע צייטן!)
viewtopic.php?p=1094#p1094

:lol: :lol: :lol: איך האב נאכקיינמאל נישט געזען די אשכול. איך האב אזוי צוזאמגעלאכט, אז איך האב געמוזט לייקן א פארשטארבענע ניק. יו איז דער ריזיג.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:06 pm
דורך mevakesh
טיילווייזע רשימה וואס איך ווייס
סקווער
סאטמאר ק"י
וויזניץ מאנסי
פרוביר ארויסצונעמען אייער סמארטפאן דארט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:12 pm
דורך פרייוויליג
mevakesh האט געשריבן:טיילווייזע רשימה וואס איך ווייס
סקווער
סאטמאר ק"י
וויזניץ מאנסי
פרוביר ארויסצונעמען אייער סמארטפאן דארט

איך וועל דאס קיינמאל נישט פראבירן, ווייל איך וועל קיינמאל נישט פראבירן צו באזיכן דארט. איך וועל ענדערש פארן באזוכן עזה סטריפ וו צו די פלעצער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:25 pm
דורך שעפטל
mevakesh האט געשריבן:טיילווייזע רשימה וואס איך ווייס
סקווער
סאטמאר ק"י
וויזניץ מאנסי
פרוביר ארויסצונעמען אייער סמארטפאן דארט

וואס געשעהט אז מ'נעמט ארויס? איך האב שוין ארויסגענומען אין קרית יואל, 6 לי (נישט צו כאפן א בילד...) און אין 13 הופפער, ס'איז גארנישט געשעהן

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:28 pm
דורך mevakesh
און וויזניץ אין מאנסי דאכט זיך איז עס איפארסירט און אין ק''י האב איך שוין געהערט פון אפאר מענטשן וואס מען איז צוגעקומען צו זיי ווען זיי האבען ארויסגענומען