בלאט 13 פון 26

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:02 pm
דורך הוגה
[tag]שרגא[/tag] האט א געוואלדיגע אונטערשריפט.

We need mercy, kindness, not judgement. (Describe, Matisyahu) i


ווי שיין וואלט די וועלט אויסגעזעהן ווען מיר לעבן אלע מיט דער motto.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:26 pm
דורך שמעקעדיג
כ'קען נישט מתקן זיין די וועלט.
אבער לכה"פ ביי מיר פרוביר איך צו לעבן מיט דער מאטא.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:52 pm
דורך שרגא
הוגה האט געשריבן:[tag]שרגא[/tag] האט א געוואלדיגע אונטערשריפט.

We need mercy, kindness, not judgement. (Describe, Matisyahu) i


ווי שיין וואלט די וועלט אויסגעזעהן ווען מיר לעבן אלע מיט דער motto.


דא האסטו די טייערער ווערטער אין א מוזיקאלישן לבוש.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:56 pm
דורך שרגא
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'קען נישט מתקן זיין די וועלט.
אבער לכה"פ ביי מיר פרוביר איך צו לעבן מיט דער מאטא.


א ברכה אויף דיר! וכמוך ירבו בעולם!
און דו ביסט טאקע לעבעדיגע פרוף ווי שטארק די וועלט דארף דאס, וויל דאס, ליבט דאס. קוק נאר אויף דיין רעקארד-הויכן צאל "לייקס"...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 8:41 pm
דורך הוגה
שרגא האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:[tag]שרגא[/tag] האט א געוואלדיגע אונטערשריפט.

We need mercy, kindness, not judgement. (Describe, Matisyahu) i


ווי שיין וואלט די וועלט אויסגעזעהן ווען מיר לעבן אלע מיט דער motto.


דא האסטו די טייערער ווערטער אין א מוזיקאלישן לבוש.


א הערליכע ניגון, פיין אראפ געלייגט. יישר כח פאר די מראה מקום.

Every single person In this world is a gem Gotta love your brother No need to condemn We need mercy, kindness Not judgment

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:55 pm
דורך לעיקוואד
[tag]יאיר[/tag]'ס נייע חתימה רופט אויס אז
no hope for the human race
. א פלא נאר ווי ער כאפט נישט אז מיט דער תוכן פון זיין פרעזענליכקייט און זיינע תגובות איז ער דאס סותר יעדעס מאל. מענטשען ווי עם זענען א סימבאל פון האפענוג פאר די מענטשליכע ראסע. שוין, זעהט אויס ער האט זיך פארליבט אין די מהלך אז יעדער תגובה זיינער זאל זיין א פאראדאקס.

ואסיים בחתימתי העתיקה, הוא לא ישתנה ואנחנו לא נשתנה. i have a dream.

ובדברי דזשאן לענאן, you may say i'm a dreamer, but im not the only one

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:43 pm
דורך הציץ ונפגע
עס איז מיר שטארק געפאָלן דער אונטערשריפט פון אונזער נייער חבר, [tag]שליח[/tag]:
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
סקעפטיציזם איז לאו-דוקא א צייכן פון בראַווע טראכטן; עס קען פונקט אזוי זיין א צייכן פון אינטעלעקטואלער פחדנות. - דזשאן בעלאָף

א וויכטיגער - און אמתער - פונקט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
איז שליח דיין אכטער ניק ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:34 pm
דורך געפילטע פיש
[tag]יואב[/tag]
I tried to think, but nothing happened

:like

שרייב צו קרעדיט: קורלי; די דריי סטודז'עס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:37 pm
דורך ונבנתה העיר
לתקופת השנה האט ונבנתה דערהיינטיגט זיין חתימה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:52 pm
דורך לעיקוואד
[tag]קאווע טרינקער[/tag]'ס נייע חתימה:
רוב אמונות און דעות וואס מענטשען האבען זענען מושפע פון טויזענטע גורמים נגיעות און ענינים און עס איז נישט מעגליך פאר קיינער צו זאגען זכיתי לבי און איך גיי נאר מיט דער אמת מפני שהוא אמת און אלע אנדערע זענען פאנטאזירערס און שקרנים. (מרן שליט"א דמתקריא ע"ש עיר לעיקוואד)

וויבאלד אז מרן שליט"א איז נישט קיין עניו וואס מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון א קאמפלימענט נאר גיט אפ א שכויעח נעם איך דא דער געלעגענהייט צו לייקען די דברי חכמה וואס קאווע טרינקער האט אריינגעשריבען אין זיין חתימה און אויף דעם וואס ער האט געטראפען מיינע ווערטער גענוג אינטרעסאנט עס צו טוישען מיט אייזיק האניג בשם דוד המלך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:03 am
דורך יאיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:לתקופת השנה האט ונבנתה דערהיינטיגט זיין חתימה.

פאר אזא טיפע חתימה פאדערט זיך א לענגערע ערקלערונג.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:50 am
דורך ונבנתה העיר
לאמיך פראבירן, אפס קצהו...

אָמַר וְנִבְנְתָה: אֶל עֵבֶר הַחַלּוֹן נִשְׁקָפְתִּי וְנָתַתִּי אֶל לִבִּי כִּי שָׁבַת הָאָדָם מִמֶּנּוּ, חֹמֶר וְגֶשֶׁם – וְרוּחַ אָיִּן, בְּחַנְתִּיו, וְהִנֵּה הוּא תּוֹלְדַת מִקְּרָיו – כַּאֲשֶׁר יֵלֵךְ הַמִּקְרֶה כָּךְ יִתְעַצֵּב לִבּוֹ וּדְמוּתוֹ, לִרְגָעִים אֶבְחָנֶנוּ, כַּאֲשֶׁר יֹאמַר הֶחָכָם כִּי אֵין הַוויַית רֶגַע מוּל רֶגַע נוֹצֶרֶת כִּי אִם בְּהִתְחַדֵּשׁ מִקְּרָיו, וְאֶל מִי יִקָר הַמִּקְרֶה?

כ'האב פונקט היינט געשמועסט מיט איינעם, אינעם גייסט פון שמעקעדיג'ס אשכול, אין דעם ענין פון ריבוי גיטין.

לדעתי איז איינע פון די סיבות די שוואכקייט פון היינטיגע נפשות, עס איז כלים בלי אורות, א מענטש האט גארנישט קיין מהות, קיין הגדרה עצמית, אויף וועמען די מקרים זענען זיך מתלבש, אז אמאל האט א מענטש געהאט אן אויסגעקנעטענעם נפש, ער איז געווען געווען א געוויסע מציאות מיט דיימענטשענס, און עס האט איהם געטראפן א מקרה, האט זיין מהות העכסטענס געשיינט מיט'ן קאליר פון דעם מעמד ומצב וואס האט איהם פונקט יעצט באטראפן, וכמשל האורות וכלים דע"ס אז דער אור איז דער זעלבער נאר עס שיינט דורך די כלי מיט'ן קאליר פונעם כלי, דער מקרה, וואס כשמו כן הוא – מקרה, האט איהם אבער נישט דורכגענומען אויף צו טוישן זיין מהות – לבלתי הכות אותו כל מוצאו.

וכבר קוננתי; די אמאליגע, זיי האבן 'געזאגט' די מאמרים וואס מיר קענען אלס 'קוואוטס', דאס קומט פון האבן א נפש, א נפש וואס האט וואס צו זאגן אפגעזעהן פון מצבים וואס פאלן אויף איהם.

אבער אז די מקרים זיי זענען די וואס פארעמען א מענטש, אז א שווערע טאג ארבעט מאכט איהם פאר א-שווערע-טאג-ארבעט, אז א בלויע בעקטישע מאכט איהם פאר א בלויע בעקטישע וכו' וכו', איז וואס איז געבליבן פונעם מין האנושי? א צירוף מקרים? א גרינער א ווייסער, א פרייליכער א גערעגטער? זאכן וואס וואלטן געדארפט זיין נישט מער ווי געוויסע מצבים\זמנים אין עפעס א געוויסע עצם?

עכ"פ, זאגט ער אזוי, אָמַר וְנִבְנְתָה: אֶל עֵבֶר הַחַלּוֹן נִשְׁקָפְתִּי וְנָתַתִּי אֶל לִבִּי כִּי שָׁבַת הָאָדָם מִמֶּנּוּ, הייבט ער אהן בסגנון של נחמה, איך מוז נישט פארשוועמט ווערן מיט אלעס וואס טוהט זיך אפ אויף דער וועלט, איך זיץ מיר ביי מיר אין צימער און די וועלט איז נישט מער ווי א פארשטעלונג אין מיין פענסטער וואס איך באטראכט פון וואו איך זיץ.

באטראכט ער די וועלט און זעהט אז קיין מענטשן געפינען זיך שוין נישט אויף איהר.

חֹמֶר וְגֶשֶׁם – וְרוּחַ אָיִּן, אלעס איז נאך דא, די אטאמען זענען נאך אויפן פלאץ, אבער א רוח אין זיי איז נישט צום געפינען, [ע"ש הפסוק נשיאים ורוח וגשם אין].

בְּחַנְתִּיו, וְהִנֵּה הוּא תּוֹלְדַת מִקְּרָיו – כַּאֲשֶׁר יֵלֵךְ הַמִּקְרֶה כָּךְ יִתְעַצֵּב לִבּוֹ וּדְמוּתוֹ, [ע"ש הפסוק ויתעצב אל לבו, ולענינינו הוא מלשון עיצוב].

לִרְגָעִים אֶבְחָנֶנוּ, כַּאֲשֶׁר יֹאמַר הֶחָכָם כִּי אֵין הַוויַית רֶגַע מוּל רֶגַע נוֹצֶרֶת כִּי אִם בְּהִתְחַדֵּשׁ מִקְּרָיו, [ע"ש הכתוב לרגעים תבחננו] זאגט ער אזוי, לאמיר בוחן זיין דעם מענטש מיט רגעים, זמן – עכ"פ אין א געוויסע דרגא – איז נאר שייך ווען עס געשעהן שינויים כידוע, ווען אלעס זאל בלייבן שטיין וועט קיין זמן נישט זיין, איז אז א מענטש איז נישט א מהות אויף וועמען מצבים טוהען זיך אהן – ער באשטייט נאר פון די מקרים, איז ער דאך סתם נישט קיין מציאות, א רגע צוריק ביסטו געווען א געוויסע מצב, יעצט איז יענע מצב בטל און דו ביסט א נייע מצב, איז וואס איז מחבר די פארגאנגענע רגע מיט'ן יעצטיגן? די פארגאנגענע רגע\מצב איז אויך געווען דו?

וְאֶל מִי יִקָר הַמִּקְרֶה? איז צו וועמען געשעהט די יעצטיגע מקרה, די פארגאנגענע מקרה איז דאך שוין פארגאנגען, זאת ועוד, אז ער איז כולו מקרים, קען דען געשעהן א מקרה צו א מקרה? דארפן נישט מקרים פאסירן צו א געוויסע עצם וואס טוהט זיי אהן אויף זיך?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:06 am
דורך יואב
:like. הערליך ונבנתה!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:08 am
דורך דעת תורה
יואב האט געשריבן::like. הערליך ונבנתה!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:57 am
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:לדעתי איז איינע פון די סיבות די שוואכקייט פון היינטיגע נפשות, עס איז כלים בלי אורות, א מענטש האט גארנישט קיין מהות, קיין הגדרה עצמית, אויף וועמען די מקרים זענען זיך מתלבש, אז אמאל האט א מענטש געהאט אן אויסגעקנעטענעם נפש, ער איז געווען געווען א געוויסע מציאות מיט דיימענטשענס, און עס האט איהם געטראפן א מקרה, האט זיין מהות העכסטענס געשיינט מיט'ן קאליר פון דעם מעמד ומצב וואס האט איהם פונקט יעצט באטראפן, וכמשל האורות וכלים דע"ס אז דער אור איז דער זעלבער נאר עס שיינט דורך די כלי מיט'ן קאליר פונעם כלי, דער מקרה, וואס כשמו כן הוא – מקרה, האט איהם אבער נישט דורכגענומען אויף צו טוישן זיין מהות – לבלתי הכות אותו כל מוצאו.

קלינגט אביסל פון ניטשע'ס קריטיק אויף מאדערן סאסייעטי, אז מיר אלע זענען נישט מער ווי ליידיגע ארונות, א קאלעקציע פון מניעים וואס מאכן אונז וואס מיר זענען, און מאכן אונז טוהן וואס מיר טוען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:01 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך ונבנתה,
יא, ווי געפילטע פיש זאגט, ווען איך האב עס געליינט איז מיר איינגעפאלן אז לעיקוואד וועט נאך איבערשרייבן איין טאג ונבנתה- זרטוסטרא נומער 2 אין אידיש.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:18 pm
דורך געפילטע פיש
וויאזוי זאגט רעביצין פערי?

[left]Do you ever feel like a plastic bag
?Drifting through the wind, wanting to start again
Do you ever feel, feel so paper thin
?Like a house of cards, one blow from caving in

?Do you ever feel already buried deep
Six feet under screams but no one seems to hear a thing
Do you know that there's still a chance for you
?'Cause there's a spark in you[/left]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:06 pm
דורך עסן עסט'זיך
הפלא'דיג, ווער איז די רביצין פערי

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:57 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געזוכט א חתימה ממשנתם של גדולי מחנינו אשר מפיהם אנו חיים, ראשי היהדות החרדית הצרופה, הבית דין הגדול שבירושלים ורבותנו שבגולה התאחדות הרבנים, ולא מצאתי א בעסערע פתגם וואס פאראייניגט די גודרי הגדר ווי דאס וואס איז שגור על לשונם איבער זייער בויך ווייטאג, ואמרתי לעצמי לקבוע הדברים בדפוס ולחקקם על לוח לבי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:11 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פלוץ פלצתי על הפלצות שנפלצת בו.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:14 pm
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס האט געשריבן:איך האב געזוכט א חתימה ממשנתם של גדולי מחנינו אשר מפיהם אנו חיים, ראשי היהדות החרדית הצרופה, הבית דין הגדול שבירושלים ורבותנו שבגולה התאחדות הרבנים, ולא מצאתי א בעסערע פתגם וואס פאראייניגט די גודרי הגדר ווי דאס וואס איז שגור על לשונם איבער זייער בויך ווייטאג, ואמרתי לעצמי לקבוע הדברים בדפוס ולחקקם על לוח לבי.

פלצות אחזתני
(מרנן ורבנן גדולי ישראל לבושי פעצלים)

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:53 pm
דורך איך אויך
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:פלוץ פלצתי על הפלצות שנפלצת בו.

ווארט צו ביז מוצ"ש וכשיטת קרעטשניף.