בלאט 13 פון 23
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:55 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: לאמיר לייגן די שיטה אין א זייט. איינער וועלכער איז נישט דווקא א פארברענטער ציוניסט. אבער אלס איד פיהלט ער גוט אז ארץ ישראל איז אין אידישע הענט. ווי איידער אין אראבישע אדער בריטישע הענט...!
(כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד. אז דאס איז די פיהלינג ביי 90% פון נארמאלן סאטמאר'ע עולם. מ'רעדט דא נישט פון די עקסטרעמיסטן.)
נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א פילינג איז פיין און וואויל. ס'איז מיר אבער נישט מסתבר אז דער ליובאוויטשער רבי האט אזוי פארפירט פאר א פילינג. עפעס א טיפערע זאך האט געמוזט שטעקן דערין.
קען זיין טאקע נאר סעקיוריטי. ס'איז גענוג א וויכטיגע זאך אויף וואס צו שטורעמען. מיר האט עפעס געשמעקט מער ווי דעם. אפשר נישט. ווייס איך נישט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 3:14 pm
דורך [NAMELESS]
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אויך איז כדי צו דערמאנן דעם ספר "יהודי וארצו" פון הרב אברהם קורמאן ז"ל, וואס א חלק פונעם ספר געט ער זיך אפ מיטן ויואל משה און מיטן על הגאולה, אבער די ספר איז נישט דוקא פאר דעם געווידמעט, אבער ער ארבייט אריין און פארענטפערט אלעס בטטוד"ת.
האביך מיר פארשאפט דעם ספר און איך בין זייער disappointed. קודם קומט ער מיט א ראסיסטישע טעאריע אז יעדער וואס גלייכט נישט מדינת ישראל פארמאגט עפעס א גויאישע אנטיסעמיטישע דזשין וואס ער האט באקומען פון גרים צו פון וואו (צום סוף ספר האט ער דארטן א נספח מסביר צו זיין אז ראסע מיט דזשענעטיקס זענען צוויי זאכן מילא איז ער נישט קיין ראסיסט... גראדע גלייך איך דעם ספין... אבער ווען זיין גאנצע סיבה פארוואס ער קאטעגאריזירט די קנאים אלץ גויאישע אנטיסעמיטן איז בלויז ווייל ער גלייכט נישט זייער מיינונג און אויף דעם ארויף נוצט ער די ערגסטע לשונות דאן איז דאס באמת נישט אנדערש ווי די נאצי שפראך. בסך הכל ווייל תורת הגזע איז נישט סייענטיפיק און דזשענטיקס איז יא?! דו האסט דאך נישט קיין סייענטיפישע ראיות צו דיין געפרעדיגאכץ?! ווען היטלער זאל ווען רעדן פון די ארישע "דשזין" אנשטאט פון די ארישע "ראסע" וואלט ער געווען גערעכט?). נאכדעם קומט ער מיט די טענה אז ויואל משה איז דרוש מיט פלפולים של הבל, כאילו זיין אלטערניטיוו "יהודי וארצו" איז בעסער... אבי געהאקט. נאכדעם מאכט ער א ריזיגע קוגל פון אלע פראקציעס, פון די סאטמארע בעלי בתים ביז ר' משה בער בעק, פליזז, אלץ היימישער האט ער געמעגט וויסן בעסער...
און בכלל זיין שפראך אויף סאטמאר רב און נאך א סך גדולים (אינקלודינג פון פריערדיגע דורות) איז אויפן זעלבן לעוועל פון די נטורי קרתא בלעטער אויב נישט נידריגער.
איך גלייך הרב קורמן אין אלגעמיין, אבער אין דעם ספר איז ער סתם צולאזט לענ"ד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 4:39 pm
דורך סקרן
איך האב יעצט געענדיגט אגרת א' אין די ספר מענה חכם פון ר' יואל כהן איך ווייס נישט וויאזוי איינער וואס לייענט/לערנט עס ווערט נישט איבערצייגט אז ס'איז זייער וואקעלדיג די גאנצע סאטמארע שיטה{חלילה דאס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די גרויסקייט}
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 2:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 6:35 pm
דורך נקודת-אמת
דער בעל ה'ילקוט השבעתי אתכם' איז גאנץ א באקאנטער בעל אדזשענדע
מ'קען זיך פארלאזן אויף זיינע מסקנות, אזוי ווי להבדיל בקודש ומקודש רבינו ב'ויואל-משה' או ב'על-הגאולה'
אדער אויף פרומן האמור וואס נוצט די זעלבע שפראך פון איין זייט איז אינגאנצן גערעכט און דער אנדערער איז א שגץ.
נאר פרומן נוצט דאס אויף די נישט ריכטיגער זייט (אזוי ווי די בעלזער האט זיך דערוואגט תשמ"ב)
אבער פאר ווער ס'ווויל מעהר א מכובד'יגער טענה ומענה, דאכט זיך מיר אז די מענה חכם איז א גוטע אדרעס (המדינה היהודית האב איך ניט געזעהן)
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 6:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס? ער האט דאך א הסכמה פון ש"ש טעללער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:45 pm
דורך איש חזון
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אדער ראשי תיבות'ר
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:22 pm
דורך Gimpel
לאחרונה מוחקים הרבה תגובות ידע הציבור ויזהר
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:48 pm
דורך יוסף יוזפא
Gimpel האט געשריבן:לאחרונה מוחקים הרבה תגובות ידע הציבור ויזהר
למה מוחקים?
ואיך נזהרים מזה?
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 5:15 pm
דורך Gimpel
כנראה מנהל מוחק אם לא מוצא חן בעיניו
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 8:59 pm
דורך מארמאראשער
א הערליכע שיעור און ויואל משה דורך הרב אשר מרדכי רובין אויף חומת הדת. לוינט זיך מיטציהאלטן
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
עפעס נייעס דארט, אדער די זעלבע אלטע ספינס?
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:17 pm
דורך מארמאראשער
וועליכע זעלבע ספינס? האסט שוין אמאל געלערנט דעם ספר? זיי נישט קיין נער כאפ דיך מיט
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב ער זאגט עפעס חידושים וועל איך טראכטן פון עס איבערלערנען.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:22 pm
דורך מארמאראשער
חזקה על ר אשר מרדכי אז ער לערנט נישט עברי טייטש, ער וועט לכאורה אריינווארפן עפעס אקטואל ביי יעדע שורה
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חזקה על סאטמארער...
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 7:03 pm
דורך calculator
מארמאראשער האט געשריבן:חזקה על ר אשר מרדכי אז ער לערנט נישט עברי טייטש, ער וועט לכאורה אריינווארפן עפעס אקטואל ביי יעדע שורה
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דא האסטו איינע פין די אקטואלע זאכן פין אשר מרדכי.
calculator האט געשריבן:אשר מרדכי רובין האט זיך גענuמען פאר לערנען ויואל משה אויף די חומת הדת האטליין אין נעכטען האט ער אויפגעטוען א מורה'דיגע חידוש ער זאגט אזוי מענטשען פרעגן פארוואס דארף מען לערנען ויואל משה, דאס איז די נסיון הדור? ציונות? יושב ארץ ישראל? עס איז דאך דא טעכנאלאגיא נסיונות אויף די ריגטיגע ריינע אמונה, שכר ועונש מענשטען ווערן מגושם אין נאך, זאגט ער אזוי אז די רמ"ע מפענו ברענגט אז אין ארץ ישראל פארלייג זיך די יצר הרע די מערסטע אין די שפע פאר די גאנצע וועלט קומט פין ארץ ישראל, קומט אויס זאגט אשר מרדכי, אז אויס אז אויב אין ארץ ישראל זענען דא רשעים איז עס משפיע אויף די פאר די גאנצע וועלט איז וועגן דעם פלאגן מיר זיך זייער שטארק אויף אינזערע נסיונות דא אין אמעריקא טעכנאלאגיא, וכו' קומט אויס אז ויואל משה איז א יסודת'דיג ספר, אין אז מען וועט לערנען ויואל משה וועט דער אייבישטער העלפען אז די רשעים פין ארץ ישראל נישט האבן קיין השפעה וועט אסאך גרינגער ווערן אינזערע נסיונות.
[center]wath a joke[/center]
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווילל נאר פארשטיין:וועגן די ציונים אין ארץ ישראל גייט דער פראסטער'ער עולם אין סאטמאר און געט זיך נאך אלע תאוות עוה"ז. זיי גייען אין די קאסינאס. און פארן אויף אלע מקומות המזוהמות אין מעקסיקא און פארטא ריקא...!
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 9:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער פרעדיגער גלייבט אליינס זיין ווערטער? טאמער יא, דארף מען א דאקטאר, זאפארט. טאמער נישט, פארוואס זאגט ער עס? די צוהערערס גלויבען עפעס דארט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 10:49 pm
דורך מארמאראשער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער פרעדיגער גלייבט אליינס זיין ווערטער? טאמער יא, דארף מען א דאקטאר, זאפארט. טאמער נישט, פארוואס זאגט ער עס? די צוהערערס גלויבען עפעס דארט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר, און געס וואט.. די ויואל משה אויך.
אפשר ווען ער וואלט געזאגט א ווילדן חידוש וואלט איך געלאכט פון אים באט וואס ער זאגט איז פון א פריערדיגער און א פשוטע זאך וואס מאכט סענס מיטן שכל
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 10:53 pm
דורך מארמאראשער
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווילל נאר פארשטיין:וועגן די ציונים אין ארץ ישראל גייט דער פראסטער'ער עולם אין סאטמאר און געט זיך נאך אלע תאוות עוה"ז. זיי גייען אין די קאסינאס. און פארן אויף אלע מקומות המזוהמות אין מעקסיקא און פארטא ריקא...!
גראדע בין איך סאטמארער געווען און א פארטא ריקא קאסינא און אויפן באס אויפן וועג גיין מעקסיקא האב איך געטראפן צוויי בעלזע מיט א פאפענע שמיסן
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 10:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מארמאראשער האט געשריבן:גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר,
די רמ"ע מפאנו האט קיינמאל נישט געזאגט אז רשעים וואס וואוינען אין ארץ ישראל קענען צוריקהאלטן די השפעה, אדער אז דורך לערנען ויואל משה פארלירן די רשעים אין ארץ ישראל זייער שליטה, ס'איז זיין אייגענע ברעכאץ וואס איז איהם ארויפגעקומען לערנעדיג דעם רמ"ע מפאנו.
די ויואל משה איז ביי מיר נישט באגלייבט, כ'האב איהם שוין געכאפט ביי אפענע ליגנס.