בלאט 13 פון 23

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די הלכה און מסורה נישט צו שערען צו יא שערען? ווייל רוב כלל ישראל שערט זיך נישט, און אפילו רוב שומרי תורה ומצוות.
מ'דארף טאקע קלערען. נאך דער גזירת המלבושים, וואס מאנכע טענה'ן אז דעמאלס האט זיך אויפגעהערט דער שערען ביי רוב בני אשכנז, איז דען דא אן ענין צוריק צו גייען צו יענער מנהג? אפילו לויט די וואס זאגען אז אלע האבען זיך אזוי געפיהרט?
ס'איז נישט משמע אזוי, ווייל מ'האט גארנישט אזוי געזען אין ספרים. נישט דער חפץ חיים דערמאנט עס און ר' חיים עוזר האט עס נישט געפרעדיגט. די ספרים רעדען ווייניג דערפון, און ערשט נאכ'ן ערשט'ן וועלטס קריג איז אריין אין לעקסיקאן דער ענין פון ביי-האר ביי די פאנאטישע אונגארישע. אפילו פון דעמאלס וועסטו נישט זען פונ'ם טאשנאדער רב צו דער מהרש''ג וכדו' קיין רעדע דערוועגען. דער 'מסורה' זעט מיר אויס ענדליך צו דער 'מסורה' פון דאווענען שחרית אויף א באס, צו עס'ן פלאומ'ס כריין מיט'ן זיסע געפילטע פיש פון איי&בי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:39 pm
דורך מור וקציעה
-

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:58 pm
דורך דעת תורה
וואו קומט ביי האר דא אריין למען ה' ?

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:41 pm
דורך [NAMELESS]
די פראבלעם מיט ליפא איז נישט צו ער איז גערעכט מיט זיין טענה צו נישט, די פראבלעם איז אז א קל וואס קען נישט קיין הלכה ומנהג, זאל קומען רעדן קעגן א מנהג וואס טויזענטער אידן ומנהיגיהם וגדוליהם האלטן (גערעכטערהייט צו נישט) הייליג, און סטראשענען זייערע פרויען אז אויב פאלגט מען אים נישט וועלן זייערע מענער טשידן אויף זיי,
דאס איז א חוצפה א א שרעקליכע אינסאלט,

זאך זיך ליפא האלטן וואס ער טויג -דאנס מוזיק- און זיך ארויסלאזן פון האקאלע ענינים וואס איז נישט זיין פעלד,

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:53 pm
דורך קאצקע ציקער
ליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת

א גיטן פורים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:56 pm
דורך הוגה
וואו טרעפט מען א ליסטע פון האקעלע און נישט האקעלע ענינים? איך פרעג ווייל ליפא וויל וויסן פון וואס ער מעג רעדן און פון וואס נישט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:08 pm
דורך מיימון
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די פראבלעם מיט ליפא איז נישט צו ער איז גערעכט מיט זיין טענה צו נישט, די פראבלעם איז אז א קל וואס קען נישט קיין הלכה ומנהג, זאל קומען רעדן קעגן א מנהג וואס טויזענטער אידן ומנהיגיהם וגדוליהם האלטן (גערעכטערהייט צו נישט) הייליג, און סטראשענען זייערע פרויען אז אויב פאלגט מען אים נישט וועלן זייערע מענער טשידן אויף זיי,
דאס איז א חוצפה א א שרעקליכע אינסאלט,

זאך זיך ליפא האלטן וואס ער טויג -דאנס מוזיק- און זיך ארויסלאזן פון האקאלע ענינים וואס איז נישט זיין פעלד,


א. קבל את האמת ממי שאמרו.

ב. ביי אזא זאך וואס איז נוגע דעם געפיל פונעם פשוט'ערן שיכט (סאררי... ) פון כלל ישראל איז טאקע ער דער בעסטער מענטש צו ברענגען צום טיש דעם פראבלעם וואס מאכט זיך ביי די וועלכע ווילן נישט שערן, אין די צייט וואס די שיינע יודן וועלן בלויז קרעכצן אויף דעם ''שוואכן'' יונגערמאן וואס פרעגט אזעלכע מאדנע קשיות און זיך אונטערברומען ''א שוואך דור...''

ג. אויב כ''ק אדמו''ר מ..... שליט''א וואס האט נאכנישט געעפנט קיין אידיש ספר האט א רעכט צו זאגן דעות אין יודישקייט, און נאך צו זיין העכער פון די דיינים, דאן מעג יעדער וואס האט השפעה אויך זאגן וואס אימער ער וויל.

ד. צו ''קענען'' הלכות מנהג דארף מען נישט זיין קיין תלמיד חכם נאר אדער א קוגל טיילער וואס איז בקי בשבילי הבאבע מעשיות, אדער א היסטאריקער וואס ווייסט וויאזוי מאדנע מנהגים ווערן פארהייליגט ביי טויזנטער מענטשן. ווי אין אונזער פאל דער מאדנער 'מנהג' פון זיך אפשערן דעם שענסטן חלק פונעם פרוי, אן קיין שום סיבה און הסבר, אין דער צייט וואס אין יעדן איינציגן פון די פונדאמענטאלע ספרים פון יודן שטייט קלאר פארקערט, און איז א זאך וואס קיין שום אנדערע מענטש על פני תבל טוט נישט און פארשטייט נישט, אין אזא נושא קען אדער אריינרעדן א מקובל וואס זעט בחוש די שוידערליכע מזיקים וואס הויערן אויף די האר, אדער איינער וואס ווייסט אז דער מנהג האט קיין הענט און קיין פיס, און פאר'מיאוס'ט הונדערטער מענטשן פון יודישקייט אן קיין שום צוועק.

ואצטרף לקריאת רבינו ''אויב איין פרוי וועט לאזן וואקסן איין האר, והיה שכרי''.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:12 pm
דורך קאווע טרינקער
C/P
"ליפא האט גארנישט מחדש געווען אויסער איין חידוש, אז ס'איז די ערשטע מאל וואס ער רעדט צום זאך"

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דעת תורה האט געשריבן:וואו קומט ביי האר דא אריין למען ה' ?

דוכט זיך דער 'פרצה' פון ביי-האר איז א חלק פון 'מצות שערען', ניין?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:51 pm
דורך [NAMELESS]
ב. ביי אזא זאך וואס איז נוגע דעם געפיל פונעם פשוט'ערן שיכט (סאררי... ) פון כלל ישראל איז טאקע ער דער בעסטער מענטש צו ברענגען צום טיש דעם פראבלעם וואס מאכט זיך ביי די וועלכע ווילן נישט שערן, אין די צייט וואס די שיינע יודן וועלן בלויז קרעכצן אויף דעם ''שוואכן'' יונגערמאן וואס פרעגט אזעלכע מאדנע קשיות און זיך אונטערברומען ''א שוואך דור...''


מען דארף דאס צולייגן צום ליסטע (@המלוכה והממשלה'ס חתימה)
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאלזאן און שמרי ראזנבערג פארדאמען אלע רשעות
נאר בי"ד גבעת המורה האלט זיך צו יסודות פון יושר
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 6:18 pm
דורך כפתור
קאצקע ציקער האט געשריבן:אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת


איז וואס? נעמען מער ווי איין פרוי איז נאך נישט בכדי שיעשו. הגם, ס׳קען נאך געשען און די נישט ווייטע צוקונפט (עיין ר׳ אביגדור מיללער און Q&A)אבער האר, רוב וועלן זיך כאפן דערצו. ס'איז א win win situation

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 6:41 pm
דורך ירא שמים
אודאי יעצט אז ערמאנטער רב בכובודו ובעצמו האט זיך אזוי שארף אויסגעדריקט אודאי וועלן זיך אלע כאפן דערצו …

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 6:44 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די פראבלעם מיט ליפא איז נישט צו ער איז גערעכט מיט זיין טענה צו נישט, די פראבלעם איז אז א קל וואס קען נישט קיין הלכה ומנהג, זאל קומען רעדן קעגן א מנהג וואס טויזענטער אידן ומנהיגיהם וגדוליהם האלטן (גערעכטערהייט צו נישט) הייליג, און סטראשענען זייערע פרויען אז אויב פאלגט מען אים נישט וועלן זייערע מענער טשידן אויף זיי,
דאס איז א חוצפה א א שרעקליכע אינסאלט,

זאך זיך ליפא האלטן וואס ער טויג -דאנס מוזיק- און זיך ארויסלאזן פון האקאלע ענינים וואס איז נישט זיין פעלד,

גארדעמעכעלע: אזוי ווי דו זאגסט. ליפא איז נישט אונזער פוסק. נישט נאר צוליעב זיין אומוויסן אין הלכה. נאר צוליעב זיין פערזענליכן עקלדיגן אויפפיהרונג, קען ער בשום אופן נישט זיין א מוסטער נאך וועם מ'דארף ארויפצוקוקן.
איבער די עצם הלכה קענמען זיך דינגען. מיין מיינונג (די מיינונג פון א בעל עגלה) איז, אז א יעדער זאלל טון וויאזוי ער אדער זי פארשטייט. ווער ס'וויל זיך שערן וועגן פראקטישקייט, אז די שייטל זאלל בעסער פיטן אדער וועגן פרומקייט, זאלל עס טון. און ווער ס'וויל זיך נישט שערן די האר, איז אויכעט נישט קיין שייגעץ אדער שיקסע. אלע זענען וואוילע אידן...!

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 6:47 pm
דורך ירא שמים
בערל האסט גארנישט געהערט וועגן דעם ענין פונעם רעבעזיכרוינעליווראכע אדער פון סענדער דער דייטש ?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 6:52 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:בערל האסט גארנישט געהערט וועגן דעם ענין פונעם רעבעזיכרוינעליווראכע אדער פון סענדער דער דייטש ?

ירא שמים (יוצא ידי שניהם...): כ'האב גראדע יא געהערט. סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו זאגט אדער שרייבט אז די רעבע זכוסע יאגן אליינע האט פאר כל נדרי גערעדט איבער די עניינים. פון גיין דורזיכטיגע שטרימפ און פון ביי האר...!... :lol:

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 7:00 pm
דורך berlbalaguleh
מיימון: איבער די נקודה אז דער עירמאנטער רעבע שליט"א קען נישט זיין אונזער פוסק הדור, ביניך מסכים מיטי דיר 100%.
איבער די צווייטע נקודה, אז נאר מקובלים קענען אונז זאגן איבער די שדים און רוחות רעות וועלכע רוען אויף די האר פון א פרוי, ביניך בפירוש נישט מסכים. ווייל נאכדעם פאלל פון די דריי ערמארדעטע ישיבה בחורים אין ארץ ישראל, האמיר אלע געזעהן וויפיל די מקובלים זענען ווערד. ספעציעל די מישקאלצע רעבע... :lol: :roll:

תגלחת נשים

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 9:35 pm
דורך ירא שמים
.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 9:40 pm
דורך קאווע טרינקער
[פארמעקט]

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
דער עקס סקווירא׳ר אינגערמאן האט ווי עס קוקט אויס ערפינדן אונזער שטיבל און געפילט גאר שטארק אויפגעקלערט, ער האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און תיקף געפייערט פובליק א ווידאו, לאמיר אים געבן צוטריט צו אונזער בעק שעלף (מאחורי) אוי וועט ער מאכן העדליינס יעדע שני וחמישי..

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:11 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת

א גיטן פורים

כמדומני שבכל הש"ס לא מצינו תנא או אמורא שהיה נשוי לשתי נשים (חוץ מאבא אחיו של רבן גמליאל, יבמות ט"ו ע"א).

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
אם לא מצינו ראי' אז לא מצינו שום תנא או אמורא שאשתו הי' מגדלות שער ארוכות....

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:24 pm
דורך אספקלריה
ליפא׳ס סטעיטמענס איז נישט אונזער ישועה.
אויב עפעס פארקערט,רוב באזעצענע מענטשען און א קאממיונוטי זענען נישט גרייט זיך אהערצושטעלן אלץ רעבעליעס,און ווען ער רעדט דערוועגען ווערט עס א רעבעליעס איידיע וואס מאכט נאר ערגער פאר די באזעצענע צווישען אונז.
ווילאנג די באזעצענע צווישען אונז זענען נישט באמת גרייט דאס אדורכצוברעכן,ווילאנג די באזעצענע צווישען אונז זענען ניטאמאל גרייט זיך משדך צוזיין,און ווערען א מחותנ׳עסטע מיט א פרוי וואס שערט זיך נישט העט זיך גארנישט טוישען.
ווען וועלט איז וועלט, וואלט מען זיך לכאורה געדארפט צאמנעמען ברוב עם,און מאכען א גרויסע התרת נדרים און יום גידול שיער,און אנצייכענען דעם טאג א יומא טבא כיום שהותרו לבוא זה בזה.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:26 pm
דורך קאווע טרינקער
עמעזאן האט געשריבן:אם לא מצינו ראי' אז לא מצינו שום תנא או אמורא שאשתו הי' מגדלות שער ארוכות....

אם לא מצינו שגלחו או שגדלו, הנח השערות על חזקתם.