בלאט 13 פון 22
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:41 am
דורך מיין מיינונג
ס'איז א הארצווייטאג צו באריכטן. עס האמערט דער מוח צו טראכטן אפילו אז עס איז אין די מינוטן אפגעהאקט געווארן א המשכת הדורות ביי 2 חשובע פאמיליעס ה"י. דאס קינד פון ר' נחמן וזו' גלויבער ז"ל האט יעצט אויסגעהויעכט זיין נשמה, און וועט זיך צוריק פאראייניגן מיט די עלטערן אין גן עדן.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:46 am
דורך מיין מיינונג
דער וואונד ווערט צוריק אפן, און דער טרערן קוואל אקטיוויזירט. א משפחה בישראל איז פארשניטן געווארן רח"ל. עס איז נישטא די ווערטער. מ'האט אזויפיל האפענונג געלייגט אז כאטשיג עפעס א קליינטשיגע נחמה'לע זאל פארבלייבן פון די שרעקליכע טראגעדיע, אז דאס קינד זאל קענען טראגן א נאמען נאך זיין טאטן ע"ה, און זאגן א קדיש נאך זיינע עלטערן, טאקע שוין דעם ערשטן תפילת מעריב אלץ בר מצוה בחורל, וואס וואלט געפאלן ביום היארצייט פון זיינע עלטערן. אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט, מ'האט דעם פיצינקע ליכטיגקייט אויך צוגענומען. די טראגעדיע באקומט אן אנדערער פירוש ווי ביז יעצט. עס איז א פרישע מסכת מיט פרישע ווייטאג.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:57 am
דורך נייגעריגער
איזעס קאנפערמט?? כ'האף אז נישט!!
קיינער אנדערש באריכט עס שוין.
פון וואו קומט ס'נייעס?
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:00 am
דורך מיין מיינונג
באקומען פון עטליכע קראנטע קוועלער. עס וויל זיך נישט לאזן גלייבן, די לעפצן ווערן פארטרוקענט, מ'ווערט שפראכ-לאז. מ'ברויך שוין נאכאמאל ארויסנעמען די קינות פעדערן און אפשרייבן א פרישע מגילת איכה.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:05 am
דורך נייגעריגער
וואס ארויסנעמען ווען ארויסנעמען? ווי קען מען נאך לעבן און שרייבן!?
אאווויייי!!
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:56 am
דורך ברעט מענינג
טאטע איך האלט עס נישט אויס!!
אויך נישט דעס?!
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 7:30 am
דורך ידען
נהפך לאבל מחולינו
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:39 am
דורך גאלד
damn it!!!!
pist איז נישט דאס ווארט!!!!
איינער קען דא זאגן עפעס א גוט ווארט ווייל איך בין זייער דיפרעסט
ברוך דיין האמת
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:40 am
דורך ציבעלע-קיגל
עס איז זייער שווער צוזאגן אבער ליידער איז דאס פיצל גלויבער קינד............
ברוך דיין האמת....... נסתרים דרכי השם......
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:41 am
דורך טעפל
אוי רחמונת'דיגער גאט העלף אונז!!! אונז זאלען זעהן מיט די אויגן אז ס'איז גוט!
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:02 am
דורך גאלד
פאר א שווארץ יאר, וואס האט מען נאך נישט דער כלב מיטן BMW?
מ'האט א רעדשיסטערט קאר, פינגער פרינטס, א דיסקריפשן, ברענגטס איהם שוין אפיר???
וואס גייט דא פאר?????
וואס דארט אזוי לאנג
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:12 am
דורך געפילטע פיש
newyork.cbslocal.com/2013/03/04/newborn-baby-of-brooklyn-parents-killed-in-hit-and-run-dies/ס'הארץ ווייטאגט, עיני עיני ירדו דמעה כי רחק ממני מנחם, נישטא קיין ווערטער, נישט דא קיין טרייסט.
וועלמיר מוזן גיין מנחם זיין די טריפעלטע אבילים, אבער ווי אזוי קען מען מנחם זיין? ווי קען מען טרייסטן? וואס ווייסן מיר פון פיין? קענען מיר האבן די העזה צו זאגן אז מיר פארשטייען פארלוסט? מיר קענען כלל נישט טרייסטן, מיר קענען נאר זאגן אז אז דער מקום וועט זיי מנחם זיין, דער דערבארעמדיגער באשעפער וועט געבן כוחות פאר די משפחה זיי זאלן קענען איבערלעבען דעם קאשמאר, מיט איבערנאטורליכע כוחות, ווייל נאטורליך איז דאס נישט מעגליך.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:32 am
דורך ברעט מענינג
גאלד האט געשריבן:פאר א שווארץ יאר, וואס האט מען נאך נישט דער כלב מיטן BMW?
מ'האט א רעדשיסטערט קאר, פינגער פרינטס, א דיסקריפשן, ברענגטס איהם שוין אפיר???
וואס גייט דא פאר?????
וואס דארט אזוי לאנג
וואס דארפסטו אזוי שטארק דעם קאר?
מען וועט עם כאפען און ארעסטירן! און בעיל פארשייט זיך אזוי ווי די גליקליכע אמעריקע טיט אייביג,
און שוין!
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:41 am
דורך שמעקעדיג
גאלד, גאלד, וועט דיר דאס עפעס העלפן? גרינגער מאכן? צוריק לעבעדיג מאכן איימיצן?
בלויז נקמה וועט נישט העלפן פאר קיינעם.
דא האט געמוזט זיין עפעס א געפערליכע גזירה רעה, דא איז געווען א חרון אף צוליב א זאך וואס מיר פארשטייען נישט, און השי"ת ברוב רחמיו האט גענומען א קרבן ציבור, אדער בעסער געזאגט, עטליכע קרבנות ציבור, און מיט דעם מכפר געווען אויפן כלל.
מיר דארפן וויסן איין זאך, מאת ה' היתה זאת, היא נפלאת בעינינו, ס'וועט נאך קומען א צייט ווען מיר וועלן פארשטיין אלעס, אז ימלא שחוק פינו, אבער יעצט איז עס נפלאת בעינינו, מיר פארשטייען נישט, ס'איז א פליאה נשגבה, און מיר מוזן האבן בלינדע בטחון און אייזערנע אמונה אז אלעס האט אזוי געדארפט זיין אזוי.
עת לבכות ועת לספוד, יעצט דארף מען וויינען און קלאגן, ס'איז זייער שווער זיך מחזק צו זיין, אבער די צייט וועט היילן, הרופא לשבורי לב יחבש לעצבותינו, גם זה יעבור, לאמיר נישט אויפגעבן, און וויסן אז די זון וועט נאך אויפשיינען מיטן פולן פראכט, און דערווארעמען אונזערע פארפרוירענע צובראכענע ביינער, און מיר וועלן שפירן אסאך בעסער, און עס וועט נאך מקויים ווערן אז מיר וועלן דאנקען השי"ת פאר דעם אלעם, אודך ה' כי אנפת בי...
לאמיר האפן אז מהיום והלאה וועט שוין זיין בלויז אפענע חסדים פאר גאנץ כלל ישראל. צוזאמען וועלן מיר עס אדורכמאכן, זיך אינאיינעם מחזק זיין. כולנו בני איש אחד אנחנו, אחים אנחנו, אחים לצרה, אחים לדעה, לאמיר אינאיינעם איינרייסן און שפאלטן הימלען, ביז משיח וועט אונז קומען אויסלייזן בקרוב.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:41 am
דורך חד גדיא
ברוך דיין האמת.
איך האב אמאל געהערט א דרשה פון הגאון רבי מיכל יהודה ליפקוביץ זצוק"ל וועגן די גרויסקייט פון תפילה, האט ער דערציילט: איינער פון די גרויסע ראשי ישיבות אין ארץ ישראל האט אמאל געהאלטן פאר'ן ארויסווארפן א בחור וואס האט זייער נישט געטויגט. מ'האט אריבערגערופן די עלטערן און געמאלדן די באשלוס. האט די מאמע גע'טענה'ט אז עס איז נישט קיין יושר, ווייל זי האט גארנישט געוואוסט די מצב פון איר זוהן. דער ראש ישיבה האט איר געפרעגט וואס זי וואלט ווען געקענט טוהן צו העלפן דעם בחור האט זי געענטפערט "איך וואלט מתפלל געווען פאר אים! און איך גלייב אז תפילה ווערט געענטפערט." הערענדיג די ווערטער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז זי איז גערעכט, און מ'דארף געבן דעם בחור נאך א טשענס.
ווער ווייסט וויפיל תפילות די קליינע גלויבער בעיבי'לע האט פארלוירן ווייל קול מבשר האט געשפילט פרום און נישט גערעדט דערפון?! וויפיל צעבראכענע תמימות'דיגע פרויען וואלטן ארויסגענומען דעם תהילים'ל און מתפלל געווען פאר "תינוק בן רייזל". מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אז יעדע תפילה איז עושה רושם. ווער ווייסט צו די איין איינציגע ירושה פון משפחת גלויבער איז אפגעהאקט געווארן נאר וועגן די פארפרומטע משוגעים.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:46 am
דורך טעפל
ר' חד גדיא איך גלייב נישט אז ס'איז געוועהן איין אידענע אין ברוקלין וואס האט נישט געוואסט אז ס'איז געבליבען א קינד..
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:52 am
דורך קאך_לעפל
עס איז באוויסט אז דער הייליגער בעלזער רב הרה''ק רבי אהרן זי''ע, האט פארלוירן זיין רעביצן מיט אלע זיינע קינדער דירוך אויס דעם ביטערן קריג, זיי זענען ברוטאליש ערמארדערט געווארן און קאלט בלוט דירוך די בארבארישע מערדער די פארשאלטענע נאציס ימ''ש.
דער רב זי''ע האט דאס זייער שווער אויף גענימען, וואו עס איז ידוע, אבער ''ער האט קיינמאל נישט גערעדט דערפון אפי' איין ווארט'' וידום אהרן. ווייל ער האט נישט געוואלט ח''ו האבן קיין קישות אויפן הייליגן באשעפער, וואו גרויס און הייליג דארף מען זיין זיין צו ציקימען צו אזא הייליגע מדריגה.
דאס איז זיכער און זיכער אז מיר זענען ווייט פון אזעלכע הייליגע מדריגות נשגבות, וואס מיר האבן אפי' נישט קיין השגה, און אונזערע געפילן זענען אסאך שטערקער וואו אונזערע מוחות, און מיר האבן נישט די גייסטישע כוחות הנפש וואס דער צדיק און קדוש ה' האט געהאט.
אבער ווען עס געשעהנט אזא ביטערע אומגליק ביי כלל ישראל, אז א גאנצע משפחה ווערט ליידער פריצייטיג פארשניטען פון די וועלט, אויף אזא טראגישען אויפן, איז א צייט פון חשבן הנפש, נחפשה דרכינו ונשובה אל ה',
יעדער דא איז פארנימען מיט ארויס ברענגען זיינע געפילן מיט די מאקסימום געפיל וואס דער פעדער קען נאר שרייבן, וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קישות מיט תרעימות אויפן הייליגען באשעפער, לאמיר הערן ענדערש קבלות טובות וואס דער עולם האט מקבל געווען אויף זיך, לאמיר הערן די חשבוני הנפש פונעם עולם, נישט נאר סתם אזוי די עזרת נשים געפילן, מיט נארישע בדחנות.
וואס פארלאנגט מען פון אונז פון הימל? וואס ווינקט מען פאר אונז פון הימל? ווען האבן מיר די לעצטע מאל געגאסן טרערן אויף צער גלות השכינה? ווען האט מען געהערט פון אונז די לעצטע מאל א געשריי צום הייליגען טאטען און הימל, עד מתי עוזך בשבי?
פארוואס דארף געשען אזאנע אומקליקן ביי כלל ישראל, אז מיר זאלן זיך אויפוועקן און זיך דערמאנען אז די הייליגע שכינה איז שוין און גלות כמעט 2000 יאר? רבותי לאמיר איינרייסען אז עס זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבה, און מען זאל אונז מער נישט שיקן פון הימל אזאנע דערמאנאונגען!
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:58 am
דורך חד גדיא
טעפל האט געשריבן:ר' חד גדיא איך גלייב נישט אז ס'איז געוועהן איין אידענע אין ברוקלין וואס האט נישט געוואסט אז ס'איז געבליבען א קינד..
ס'איז זיכער געווען. עס זענען דא אסאך מענטשן - בפרט עלטערע מענטשן - וואס ווייסן די נייעס
נאר פון קול מבשר.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:00 am
דורך געפילטע פיש
קאך_לעפל האט געשריבן:יעדער דא איז פארנימען מיט ארויס ברענגען זיינע געפילן מיט די מאקסימום געפיל וואס דער פעדער קען נאר שרייבן, וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קישות מיט תרעימות אויפן הייליגען באשעפער, לאמיר הערן ענדערש קבלות טובות וואס דער עולם האט מקבל געווען אויף זיך, לאמיר הערן די חשבוני הנפש פונעם עולם, נישט נאר סתם אזוי די עזרת נשים געפילן, מיט נארישע בדחנות.
טאטע סינדרום?
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:04 am
דורך חד גדיא
גאלד האט געשריבן:פאר א שווארץ יאר, וואס האט מען נאך נישט דער כלב מיטן BMW?
מ'האט א רעדשיסטערט קאר, פינגער פרינטס, א דיסקריפשן, ברענגטס איהם שוין אפיר???
וואס גייט דא פאר?????
וואס דארט אזוי לאנג
די פאוסט שרייבט אז די פאליציי האט די נאמען פון די דרייווער און אויך א בילד פון אים.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:06 am
דורך קאך_לעפל
געפילטע פיש האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:יעדער דא איז פארנימען מיט ארויס ברענגען זיינע געפילן מיט די מאקסימום געפיל וואס דער פעדער קען נאר שרייבן, וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קישות מיט תרעימות אויפן הייליגען באשעפער, לאמיר הערן ענדערש קבלות טובות וואס דער עולם האט מקבל געווען אויף זיך, לאמיר הערן די חשבוני הנפש פונעם עולם, נישט נאר סתם אזוי די עזרת נשים געפילן, מיט נארישע בדחנות.
טאטע סינדרום?
דער נאר זאל ארויסגיין פון מקווה.....
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:36 am
דורך חד גדיא
דער מערדער דריווער האט געשיקט א מעסעזש אז ער גייט זיך היינט אונטערגעבן.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:45 am
דורך boxcover
חד גדיא האט געשריבן:דער מערדער דריווער האט געשיקט א מעסעזש אז ער גייט זיך היינט אונטערגעבן.
איך האב נישט באקומען די מעסעדזש. דו האסט?