בלאט 13 פון 37
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:11 pm
דורך מאיר_וואלף
קאווע טרינקער האט געשריבן:דו .... כ'וויל נישט זאגן וואס.
איינער זאגט דא אז ה' הערט נישט?
וואס מיינט ער הערט?
ער הערט אזוי ווי דו,
אין ער איגנארט?
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:11 pm
דורך קאווע טרינקער
רבש"ע! פרעגן טאר איך שוין אויך נישט?
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:18 pm
דורך מאיר_וואלף
קאווע טרינקער האט געשריבן:רבש"ע! פרעגן טאר איך שוין אויך נישט?
"אני מאמין באמונה שלמה שהבורא יתברך שמו לו לבדו ראוי להתפלל ואין לזולתו ראוי להתפלל"
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:20 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:דולה ומשקה, דו שאצט מיך איבער.
מאיר וואלף, אז דו האסט צייט, זיי חוקר, און זאג דו מיר צו א מענטש איז מחויב צו גלייבען אז תפילה העלפט.
איך זאג נישט אז ס'איז נישט דא קיין חיוב תפילה -עכ"פ בעת צרה, לויט רמב"ם - אבער פון דא ביזן זיין מחויב צו גלייבען אז מיין תפילה העלפט.. איך בין נישט זיכער, אדרבה, זיי מברר.
דו זעהסט אין דעם א סתירה צום "אני מאמין"?
א מאיר און א וואלף איז א גרעסערע סתירה
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:28 pm
דורך ברסלבער
וואס איז שייך צו טענה'נען? פרובירט עס אליינ'ס אויס, מען דארף גארנישט אינוועסטן, ווי שווער איז צו זאגן "רבונו של עולם העלף מיר!" פרוביר עס אויס און איבערצייג דיך אליינ'ס.
עי' רמב"ם תחלת הלכות תפלה אז די מצות עשה דאורייתא פון תפלה איז צו בעטן יעדן טאג אויף די אייגענע שפראך וואס מען דארף.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:44 pm
דורך קאווע טרינקער
ברסלבער האט געשריבן:וואס איז שייך צו טענה'נען?
איר זענט גערעכט, ס'איז נישט שייך זיך צו טענה'ענן ווען יעדער רעדט פון גאר א צווייטע ענין
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:51 pm
דורך שמעקעדיג
כקאווע טרינקער ועוד.
ס'איז נישט קיין סתירה.
השי"ת הערט זיכער אויס יעדע תפלה, און מען דארף מתפלל זיין.
אבער צי ס'העלפט? מסתמא אויך, אבער נישט אלץ גענוי אויף וואס - און אויף דעם אופן - וואס מען בעהט.
איך בעט אסאך זאכן, און איך זעה נישט עס זאל העלפן.
(חוץ מזה איז דא א ענין פון א תפלת שוא.)
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:04 pm
דורך מאיר_וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:כקאווע טרינקער ועוד.
ס'איז נישט קיין סתירה.
השי"ת הערט זיכער אויס יעדע תפלה, און מען דארף מתפלל זיין.
אבער צי ס'העלפט? מסתמא אויך, אבער נישט אלץ גענוי אויף וואס - און אויף דעם אופן - וואס מען בעהט.
איך בעט אסאך זאכן, און איך זעה נישט עס זאל העלפן.
(חוץ מזה איז דא א ענין פון א תפלת שוא.)
זיכער אויך
מען דארף צו גלייבען
אויף א זאך וואס מען זעהט, פעלט נישט אויס צו גלייבען
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:08 pm
דורך ברסלבער
דער חת"ם סופר שרייבט אין א תשובה לגבי דעם וואס דער רמ"א זאגט אז סנדקאות מאכט רייך, און מען זעהט אסאך מענטשן וואס זענען געווען סנדק און זענען נישט געווארן רייך, זאגט ער אז אמאל איז נגזר געווארן שלעכטע גזירות אויפ'ן מענטש און דער אייבערשטער נעמט די סגולה פון עשירות און נעמט אנשטאט דעם אוועק די גזרה, און ווען מען זאל פרעגן דעם מענטש אליינ'ס וואלט ער אויך מסכים געווען צום טויש.
די זעלבע איז ביי תפלה, ווען מען איז נישט געהאלפן געווארן, אמאל קען זיין אז מען האט נישט גענוג געבעטן, יעדע זאך האט א פרייז וויפיל תפלות מען דארף בעטן דערויף, און אמאל קען זיין אז דער אייבערשטער האט גענוצט די תפלות פאר אן אנדערע זאך, און ווען מען זאל וויסן פון די אנדערע זאך וואלט מען נאר געבעטן אויף יענץ.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:10 pm
דורך שמעקעדיג
מאיר_וואלף האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:כקאווע טרינקער ועוד.
ס'איז נישט קיין סתירה.
השי"ת הערט זיכער אויס יעדע תפלה, און מען דארף מתפלל זיין.
אבער צי ס'העלפט? מסתמא אויך, אבער נישט אלץ גענוי אויף וואס - און אויף דעם אופן - וואס מען בעהט.
איך בעט אסאך זאכן, און איך זעה נישט עס זאל העלפן.
(חוץ מזה איז דא א ענין פון א תפלת שוא.)
זיכער אויך
מען דארף צו גלייבען
אויף א זאך וואס מען זעהט, פעלט נישט אויס צו גלייבען
אבער טאמער די "אמונה" איז א סתירה צו וואס איך זעה?
שטעל דיר פאר, איך בין מתפלל צו השי"ת אז איך וויל ווערן א עושר יעצט, היינט (נישט יומו של הקב"ה)!
און נאכן ווארטן א גאנצע וואך האט זיך מיין מצב נישט פארבעסערט.
מיין תפלה האט געהאלפן? זיכער יא. ערגעץ, אמאל וועט עס צוניצקומען.
אבער למעשה בין איך נישט געהאלפן געווארן.
אט דאס האב איך געמיינט צו זאגן.
---
ברסלב'ער האקט ענליך.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:16 pm
דורך היימישער ליטוואק
פון די וואכעדיגע סדרה
וַיְהִי בַיָּמִים הָרַבִּים הָהֵם וַיָּמָת מֶלֶךְ מִצְרַיִם וַיֵּאָנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעֲבֹדָה וַיִּזְעָקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל הָאֱלֹהִים מִן הָעֲבֹדָה:
וַיִּשְׁמַע אֱלֹהִים אֶת נַאֲקָתָם... וַיֹּאמֶר יְקֹוָק רָאֹה רָאִיתִי אֶת עֳנִי עַמִּי אֲשֶׁר בְּמִצְרָיִם וְאֶת צַעֲקָתָם שָׁמַעְתִּי מִפְּנֵי נֹגְשָׂיו... וְעַתָּה הִנֵּה צַעֲקַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בָּאָה אֵלָי
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:18 pm
דורך קאווע טרינקער
ברסלבער האט געשריבן:דער חת"ם סופר שרייבט אין א תשובה
נודע ביהודה
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:24 pm
דורך ברסלבער
ש'כח פארן פארעכטן.
אפשר ווייסטו אויך דעם פונקטליכן אדרעס אין נודע ביהודה?
איך האב עס נאר געהערט מפי השמועה
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:45 pm
דורך מנשה לוסטיג
נסתרים דרכי השם, אבער [...] זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:50 pm
דורך יאיר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:נסתרים דרכי השם, אבער [...] זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה
איינער קען מיר מסביר זיין ווי אזוי דער לוסטיג קען האבן אזויפיל רשעות אין זיך?
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 3:01 pm
דורך boxcover
יאיר האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:נסתרים דרכי השם, אבער [...] זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה
איינער קען מיר מסביר זיין ווי אזוי דער לוסטיג קען האבן אזויפיל רשעות אין זיך?
עס איז נישט רשעות; אין אדם חוטא אלא נכנס בו רוח שטות.
סקווירא = שטות
רבי = רוח
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 3:38 pm
דורך petergrifin
מנשה לוסטיג האט געשריבן:נסתרים דרכי השם, אבער [...] זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה
איך האב געמײנט אז דו ביסט א נארמאלער מענטש װאס האט מיך משמח געװען א יעדער פרײטאגס צונאכטס מיט ״נו שרה ברענג ארײן די װײן״ אבער
אז מעמײנט נערט מען זיך.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 6:42 pm
דורך מנשה לוסטיג
און אפשר בין איך פשוט א ערליכער יוד, וואס גלייבט וואס שטייט אין חז''ל, אז א מסור א פורש מן הציבור, א לועג על דברי חכמים חוטא ומחטיא כופר בתורה שבעל פה ועוד, איז פארשאלטן? נעם דיר די טירחה און קוק אריין אין חפץ חיים, וועסטו זען 'אביסל' וואס די דעת תורה איז בנוגע א מסרב לבי''ד און א מסור און א פורש און א לועג. כ'פארשטיי אז דו האסט געפילן.. אבער אויך די ענימעל רייטס פיפעל האבן איך עפעס רחמנות.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 7:07 pm
דורך יתרו
מנשה בן דוואשע בתוך שאר חולי ישראל
נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 7:10 pm
דורך בדחן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:נסתרים דרכי השם, אבער .... זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה
עד כדי כך? אלעס פארען וועלן דאווענענן מיט א עקסטערע מנין שב״ק??
מיט די תפיסה פינעם בחור האט ער דאך זילטזש איינגעלייגט, כידוע.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 7:40 pm
דורך מנשה לוסטיג
נישט פאר דאווענען, פארן אפ'שמד'ן אפאר נשמות וואס איך ווייס, און דו נישט
נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 8:56 pm
דורך בדחן
וואס מיינט אפ׳שמד׳ן? ער האט זיי צוגערעדט אז זיי זאלן נישט גיין צום טיש? אדער אז זיי זאלן אויך דאווענענן עקסטער?
דרך אגב, מען וואנטש נישט קיין מיתה אפילו פאר אזא איינעם וואס האט א צווייטען מחטיא געווען, און כ״ש ווען די שמד איז נאר נוסח סקוויער דאס מיינט אז עס קען זיין אז זיי זענענן נאך געהעריגע אידן אבער נישט סקווירע חסידים...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 9:22 pm
דורך boxcover
מנשה לוסטיג האט געשריבן:נישט פאר דאווענען, פארן אפ'שמד'ן אפאר נשמות וואס איך ווייס, און דו נישט
ענלייטן אונז, ביטע