בלאט 13 פון 16

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 4:51 pm
דורך לית דין בר נש
קען איך אינסטאלן א קעמרא אין מיין קאר אז יעדע מאל די באס ציט זיך נישט אריין און באס לעין נאר פיקט אויף די מענטשן אינמיטן די גאס אז איך זאל אים נישט קענען פעסן זאל די סיטי אים צושיקן א $250 טיקעט?

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 3:37 am
דורך קלוגע יודל
ירח בן יומו האט געשריבן:בילד

קען דאס איינער באשטעטיגן?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 5:52 pm
דורך קינד_אן_קייט
אז די פראדוצירער פונעם פילם ״בן-חור״ האבן זיך גלאט באנוצט מיט׳ן הימען פון חסידי הגר״ש אויערבאך ״ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה״ (בניגון חב״ד של הצמח צדק, נתפרסם לאחרונה ע״י בערי וועבער) עטליכע מאל דורכאויס דעם פילם.

אפאר דוגמאות:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=nRU0EvbNj88[/youtube]

ובמקור:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=D-nDen9ZKuU[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=t8POz-YIBf8[/youtube]

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היינט במקרה געזען א מדרש אין פרשת וישב.

 ויקנהו פוטיפר איש מצרי גבר ערום ומה הוות ערימותיה אמר בכ"מ גרמני מוכר כושי וכאן כושי מוכר גרמני אין זה עבד אמר להם הביאו לי ערב ואין לשון מיד זה אלא ערב המד"א (בראשית מג) אנכי אערבנו וגו' על כן אמר מיד הישמעאלים א"ר לוי עבדא זבין ובר אמתא מזבין ובר חורין עבד לתרויהון:

קודם שטייט דא א פשטות אז א טונקעל הויטיגע דארף זיין א קנעכט צו די ווייס הויטיגע.
נאך שטייט דארט אז די ישמעאלים דארפען אויך זיין קנעכט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:40 am
דורך מאנסי אינגערמאן
קלוגע יודל האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:בילד

קען דאס איינער באשטעטיגן?

אויב איינער קען דאס באשטעטיגן וואלט איך עפפרישיעיט

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:13 am
דורך berlbalaguleh
דער פארפאסער פונ'ם מדרש הייסט אפשר לעבאוויטש. יואלי. אויף זיין ערשטן נאמען...?!

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 8:17 pm
דורך [NAMELESS]

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 1:40 am
דורך החוקר
קוקט אויס ווי חמשה עשר, נישט אזוי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:29 am
דורך berlbalaguleh
החוקר: אבער ווער איז די רבי...?!

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז דער לעלאווער רבי פון בית שמש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 7:47 am
דורך [NAMELESS]
הפצת מעינות כפשוטו

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:49 pm
דורך החוקר
IMG_20170125_174912.jpg

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:56 pm
דורך החוקר
IMG_20170125_175612.jpg

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 2:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בחדרי חדרים האט קאפיס פון דער ספר פון הרמ"ד וואלי, א תלמיד חבר פון דער רמח"ל, ווי ער רעדט פון דער ענין פון רייכערין און שמעקען טאבאק.
http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=114429

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס הייסט א מעסער פון שחיטה א חלף?
יעצט געזען פון ר׳ עקיבא איגר
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:58 pm
דורך נהורא נפישא
ס'איז נאך היינט דא ווער ס'שחט מיט די פארצייטישע מתנגדישע סכינים ?
מיר דאכט זיך אז היינט עסט שוין ליידער יעדער איינער פון שחיטות וואס זענען גענוצט געווארן די סכינים וואס די רשעים האבן ממציא געווען.

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 5:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען נישט דער נושא, אבער פארוואס הייסט׳ס מתנגדישע סכינים? ספרדים האבען עס נישט גענוצט? אלע האבען עס גענוצט ביז די מתחדשים זענען אנגעקומען.

טאמער איינער האט א לינק צו א באשרייבונג אויף דער נושא פון סכינים, וואלט איך געווען דאנקבאר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 6:03 pm
דורך נהורא נפישא
איך האב געזעהן איבער דעם שוין לאנג צוריק ממילא קען זיין אז איך מאך טעותים, אבער וויפיל איך געדענק האט דער בעל התניא לויטן באפעל פונעם גרויסן מגיד באויפטראגט געווארן צו טוען איבער די נייע סכינים.
צום סוף פון שו"ע הרב יו"ד איז געדרוקט עטליכע בריעוו איבער דעם ענין.
דוכט זיך מיר אז דער ערוך השולחן רעדט אויך פון די מחלוקה. בעיסיקלי זענען די נייע סכינים געווארן געמאכט מיט געגאסענע אייזן ווי איידער מיט אראפגעהאקטע. דאס האט ערמעגליכט צו מאכן שארפע דינע מעסערס ווי איידער די פארצייטישע נישט שארפע הגם גלאטע מעסערס. די נייע מעסערס זענען פארשטייט זיך געווען מער פראקטיש ווי אויך לכאורה מער מהודר ווייל די פגימות זענען געווארן גרינגער צו באמערקן.
פון די אנדערע זייט האט אבער נישט פאר די מתנגדישע רבנים געשמעקט אז אט די פאלקישע באוועגונג פירט איין נייע זאכן. אויך האבן די נייע מעסערס געברענגט דערצו אז די אופן הבדיקה אבישרא איז בטל געווארן צוליב די שארפקייט פון די סכינים און מ'איז געבליבן מיט די בדיקה אטיפרא, און לויט די פשטות הלכה פאדערט זיך ביידע. בכל אופן היינט ווייס איך נישט צו מ'וואלט אפילו צוגעלאזט שחיטה מיט די פארצייטישע סכינים.

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 6:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אויך פארשטאנען אז די נייע מעסערס ווערען שנעלער נפגם.

מסתמא נוצט מען היינט נישט דאס און נישט דאס, נאר א דריטע זאך.

פון רעק"א׳ס בריוו זעט זיך אויס אז מ׳האט געהאלטען אז דער כת נוצט די נייע סכינים כאדרת שער למען כחש, אוועק צו שלעפען אידען פון תורה, און אזוי האט ירבעם בן נבט געטוהן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 6:13 pm
דורך נהורא נפישא
מסתמא איז עס גאר א דריטע זאך ???
דידן נצח איי איי יאדידאם.

Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 6:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די מציאות האלט זיך אין איין טוישען, און מ׳פאבריצירט נישט אייזען די זעלבע ווי אמאל, ופשוט.

וואס איז דער דידן נצח? מ׳רעדט היינט פון סכינים בכלל?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 6:16 pm
דורך נהורא נפישא
די קריטיק פון די מתנגדים גילט שוין נישט היינט, יא אדער ניין ?

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 6:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב ערשט היינט באקומען מיין קאפי פון חסידים ומתנגדים (זוך אויף עמעזאן פאר chassidim umisnagdim און קויף דיינס) איך וועל זעהן וואס מ'האט דעמאלס געהאלטען און נאך דעם וויסען צו היינט איז אזוי ווי דעמאלס צו נישט.