בלאט 13 פון 66

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 2:54 pm
דורך רימון
אנטשולדיגט מיר, וויפיל מאל האסטו דיך געטראפן מיט דיין כלה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 3:26 pm
דורך זוכער
רימון, דו האסט שוין אין דיין לעבן געהערט פון אזא סארט אידישע חופה? וואס פרעגסטו שטותים?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 4:27 pm
דורך פרייוויליג
.

אלע שטיסל עפיזאדען אויף טעלעגרעם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 5:18 pm
דורך יאסל ראקאווער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 6:13 pm
דורך זוכער
לבי במזרח האט געשריבן:פראסטרעטעד? פארוואס?
זאג, דו האלטסט אז ליבי וויל קיווע'נען?


שטיסל איז אזא סארט סאופ-אפערא וואו אלעס גייט פון שלעכט-צו-ביטער.
א קייט פון אנטוישונגען, סוספענס און אנגעצויגנקייט. א גוטע מינוט האלט נישט אן. אלעס ענדיגט זיך מיט א דורכפאל און א זויערן טעם אין מויל. שולעם מוז אלעס צעגרונד לייגן אז קיין גראז זאל דארט קיינמאל נישט וואקסן / קיווע וועט בלייבן אנגעזעצט צום טויט!!!

בעיסד אויף דעם איז מיין פרעדיקשאן:
פון קיווע און ליבי וועט גארנישט ווערן.

שולעם וועט חרוב מאכן רוחמי'ס שידוך, - נישט יעצט - נאר דעמאלט ווען גיטי און ליפא וועלן שוין איינזעהן אז ס'איז א גוטע מעטש, און וועלן עכט וועלן אז רוחמי און חנינא זאלן בלייבן א העפי קאפל.

ברעיס פאר אימפעקט!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 6:15 pm
דורך זוכער
.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 8:19 pm
דורך קאצקע ציקער
קיווע איז א פלעינע פגע רע!! סארי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 9:09 pm
דורך רימון
זוכער האט געשריבן:רימון, דו האסט שוין אין דיין לעבן געהערט פון אזא סארט אידישע חופה? וואס פרעגסטו שטותים?


1. אודאי איז עס דראמאטיזירט ווי ס'איז דער סדר פון יעדער פיקציע, און דער געווענליכער סדר השידוכים האבן זיי שוין גענוג געדעקט. אנגעהויבן פון שלום ביז דעם שפיץ פון בריסק. פון דער אנדערער זייט ברענגט עס שטארק ארויס דעם עלעמענט פון התנגדות פון עלטערן ווען קינדער טרעטן ארויס פון דער ליניע, וואס איז א זאך מיט וועלכן מיר זענען אינפעסטירט מכף רגל ועד ראש.
ביי איינעם איז עס ווען דער זון ווערט א ברסלבער, א צווייטער אז הס מלהזכיר די טאכטער האט געטוישט לבוש, א דריטער ווען דער זון גייט ארבעטן, און א פערטער רחמנא ליצלן ווען זיין יונגערמאן מאכט לייסענס ברענגענדיג א פלעק אין די גאלדענע קייט.
2. אויך ווייזט עס די שווארצע און ווייסע בליק פון גיטי אויף דער וועלט, ווי אלעס ווערט איינגעטיילט אין צוויי קלארע קאטאגאריעס, און עס מוז זיין אז דער בחור איז מנוול ווייל ווען נישט וואלט ער דאך נישט געהאט קיין פארקער מיט א זעכצן יעריג מיידל. עפעס אנדערש אויסער אז ער איז א מנוול געפינט זיך נישט אין איר קליינע אויסוואל פון ווערטער.
3. פון דער אנדערער זייט שילדערט עס לעבעדיג די געצוימטע מעגליכקייטן פון רוחמי און חנינא, אז די איינציגסטע באציאונג צווישן די צוויי איז נאר אן הרי את, און עפעס אנדערש איז בכלל נישט פארהאן, ווייל זייער איינציגער ציל אין זייער באציאונג איז צו קענען זיצן אין ביהמ"ד צוזאמען איבער א טיי.
4. דוקא ליפא האט סימפאטיע מיט זיין טאכטער ווייל ער זעט איר שיינענדע אויגן און ער פרייעט זיך אז איר מאן וועט איר יא קענען געבן דעם נקודת הצדיק וואס ער קען נישט געבן פאר גיטי, אפילו ער וואלט ווען געוואלט.
5. שלום איז ווייטער פראגראמאטיש און די העכסטע פריאריטעט אין לעבן איז אז גיטי זאל זיך חלילה נישט טיילן, גארנישט קען נישט זיין גענוג פאקטאר אז זי זאל זיך יא דארפן גט'ן און ס'מוז זיין מדות רעות און כעס. ער זיצט ווייטער טיף אין טאפ, און האט נישט די מענטשליכקייט מיטצופילן מרת קעניגסבורג'ס צער, נאר טוב מאוד אז דו ביסט יעצט אויף און דו קענסט נישט שלאפן, ווייל "איך" וויל מיט דיר רעדן.
6. קיווע איז בכלל נישט קיין פגע און ער נעמט עס נאר צו די נעקסטע לעוועל ווייל ער זעט איר ווילן, וואס ער פארזעט אבער אז זי איז בכלל נישט דער באשלוסן-מאכער אין איר לעבן ניטאמאל האט זי אמאל באגעגנט אזא זאך אינערליך אין זיך, זי איז א וואויל קינד וואס פרובירט צו מאכן סענס פון איר נאאיוון רשעים ארורים טאטע, און סיי ווי סיי האט זי נישט קיין גרויסע ברירות. ווען קיווע וויל זי זאל איינגיין מיט איר פארלאנגט ער עפעס וואס עקזיסטירט נישט אין איר לעקסיקאן, נעמליך, זי זאל פאסן אן אייגענעם באשלוס.
7. מרת ערבליך איז די קאמפליצירסטע כאראקטער, זי נעמט זיך דאס לעבן בשעת זי היט אויף איר רביצינ'שאפט, און הייסט פארזאגן שמע ישראל בשעת דער טעלעוויזיע ארבעט און דער זעלבער פאץ באגלייט איר צום אייביגן רו. מלכה, קען נישט טרעפן א סיבה צום לעבן אויסער א רוחניות'דיגע און זי קומט שנעל צו דער אנערקענונג אז דאס איז נישט קיין ארגומענט פאר רביצין ערבליך וואס איז א העכערע תורה'דיגע אויטאריטעט פון איר פשוט'ער פרוי.
8. מלכה'ס בליק אויפ'ן לעבן איז דוקא א טיפישע חרדישע בליק פון דינען א העכערן אידיעאל, בעל כרכך אתה חי, אן איבערלאזן פלאץ פאר די פשוט'ע מענטשליכע ערדישע בענעפיטן פון לעבן, ווי געזעלשאפט, פאמיליע און פארגעניגן ודוק.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 10:20 pm
דורך פרייוויליג
זוכער האט געשריבן:מ'גיט אזוי א בוטשער אפ רוחמי מיט דעם בחור אזוי ווילד און קאלט. דאס דארף זיך ווען ציען 4 עפיזאדן און נישט אזא חופת זנות, וואס סאונד ממש סילי / ניטאמאל אין חלום.

גערעכט. זייער נאריש אפגעבוטשערט. און עס מאכט בכלל נישט קיין סענס ביי חרדים. עס איז ניטאמאל ראמענטיק, סתם נאריש.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:18 pm
דורך חקרן
אידן טייערע, איך זוך עונה 2 פרק 1. איך זאג צי, אז ווער עס וועט דאס מיר ברענגען אין די קומענדיגע שעה, אויף א כשר'ע פארמאט, אז אפילו די געפילטערטע זאלן דאס קענען זען, דאן לייג איך ארויף א פרישע פארזעצונג מיטן לעווער, נאך היינט ביינאכט.

געדענקט!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:29 pm
דורך זוכער
רימון היקר, דו מאכסט נישט קיין סענס.

רוחמי איז צעשאסן מאראליש און גייסטיש, און מוז טרעפן א עזר עמוירדזשענסי ביי די 16 יאר - אקעי.
אבער דער חנינה איז דאך ביז-דערווייל מער-ווינציגער א נארמאלער ערליכער ארנטליכער בחור פון 18-20. נו, האט ער טאקע נישט קיין טאטע-מאמע אדער משפחה? איז ער יתום מאס ואם אז ער האט חתונה אין א זאא?

איז שוין געווען אזויס אין די היסטאריע ביי ארטאדאקסן צו מאכן א לאס-וועגאס סטייל חופה? שומו שמים? די חופה איז ״מעגליך״ בכלל נישט הלכה׳דיג אויסגעהאלטן! אזוי מין פערדיש פאר א קאפל צו וואוינען אין א פאבליק בית מעדריש! סילי איז נישט דאס ווארט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:35 pm
דורך זוכער
חקרן האט געשריבן:אידן טייערע, איך זוך עונה 2 פרק 1. איך זאג צי, אז ווער עס וועט דאס מיר ברענגען אין די קומענדיגע שעה, אויף א כשר'ע פארמאט, אז אפילו די געפילטערטע זאלן דאס קענען זען, דאן לייג איך ארויף א פרישע פארזעצונג מיטן לעווער, נאך היינט ביינאכט.

געדענקט!


שטיסל עונה 2 / פרק 1

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:37 pm
דורך חקרן
זוכער, איך וועל מוזן האלטן ווארט, דו האסט עס געמאכט. אבער וויבאלד קאווע שטיבל איז אפיציעל געבלאקט ביי מיר, איך האב דאס בלויז יעצט געעפנט פאר א וויילע, וועט עס נעמען ביז מארגן פריה (ווענדט זיך ווען איך וועל אויפשטיין, נאכן איבערקוקן דריי פרקים פון שטיסל - פלאס איבערגיין אלע אנדערע אשכולות אין שטיבל), ארויפלייגן דא אין שטיבל.

יישר כח בכל אופן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:49 pm
דורך חקרן
זוכער היקר, איר האט געטאן א דבר גדול, אבער דארט קען מען בלויז זען פופצן מינוט פון די סעריע... איך דארף זען די גאנצע...

יישר כח עני וועי פאר אייער הילף. איך זאג אייך צו צען לייקס אויף צען באזונדערע פלעצער, אויב איר ברענגט מיר די גאנצע (און א לייק פון מיר איז א זעלטענע זאך... צייל אפ וויפיל לייקס איך האב שוין בכלל געגעבן אין מיין קארעריע. אצינד קענט איר זעלטענערהייט זוכה זיין צו צען פון מיר - איינס פון מיר איז אזוי ווי צען פון אנדערע - אלעס צוזאמען הונדערט לייקס!!!).

המתחיל במצוה אומרים לו גמור.... יישר כח עני וועי.

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:51 pm
דורך ירא שמים
https://copy.com/TJvFhLNwIDSr4tOW
איך קען אויך באקומען לייקס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:52 pm
דורך חקרן
סא ירא שמים, דארף איך אייך געבן די צען לייקס...

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:54 pm
דורך ירא שמים
נו, גאו עהעד, און אויב איך טרעפ איין לייק ווייניגער נעם איך עס אראפ…

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:55 pm
דורך זוכער
חקרן האט געשריבן:זוכער, איך וועל מוזן האלטן ווארט, דו האסט עס געמאכט. אבער וויבאלד קאווע שטיבל איז אפיציעל געבלאקט ביי מיר, איך האב דאס בלויז יעצט געעפנט פאר א וויילע, וועט עס נעמען ביז מארגן פריה (ווענדט זיך ווען איך וועל אויפשטיין, נאכן איבערקוקן דריי פרקים פון שטיסל - פלאס איבערגיין אלע אנדערע אשכולות אין שטיבל), ארויפלייגן דא אין שטיבל.

יישר כח בכל אופן.


@חקרן, מה פתאום. עס איז די גאנצע 50 מינוט. איך האב געזען די גאנצע.

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:58 pm
דורך ירא שמים
אה מחיה, גאנצע צען לייקס פון חקרן!!!

נאך איינער האט באקומען אזוי פיל לייקס פון אים?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:58 pm
דורך חקרן
ירא שמים, האב איך געגעבן צען לייקס, אבער מיין נישט אז איך האב געשאסן לייקס אין די לופט אריין. נאר דארט וואו עס איז מיר אמת'דיג געפאלן האב איך געלייקט.

לזכותו פון זוכער, וועלן מיר מוזן זיך ארויפשארן די ארבל און אפשרייבן א פרישן סעריע אויפן ליעווער, און האפנטליך מארגן וועט עס ארויפגיין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:58 pm
דורך זוכער
image.png
חקרן האט געשריבן:זוכער היקר, איר האט געטאן א דבר גדול, אבער דארט קען מען בלויז זען פופצן מינוט פון די סעריע... איך דארף זען די גאנצע...

יישר כח עני וועי פאר אייער הילף. איך זאג אייך צו צען לייקס אויף צען באזונדערע פלעצער, אויב איר ברענגט מיר די גאנצע (און א לייק פון מיר איז א זעלטענע זאך... צייל אפ וויפיל לייקס איך האב שוין בכלל געגעבן אין מיין קארעריע. אצינד קענט איר זעלטענערהייט זוכה זיין צו צען פון מיר - איינס פון מיר איז אזוי ווי צען פון אנדערע - אלעס צוזאמען הונדערט לייקס!!!).

המתחיל במצוה אומרים לו גמור.... יישר כח עני וועי.


שטותים. 47 מינוט. זעה דא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:01 am
דורך [NAMELESS]
זוכער האט געשריבן:רימון היקר, דו מאכסט נישט קיין סענס.

רוחמי איז צעשאסן מאראליש און גייסטיש, און מוז טרעפן א עזר עמוירדזשענסי ביי די 16 יאר - אקעי.
אבער דער חנינה איז דאך ביז-דערווייל מער-ווינציגער א נארמאלער ערליכער ארנטליכער בחור פון 18-20. נו, האט ער טאקע נישט קיין טאטע-מאמע אדער משפחה? איז ער יתום מאס ואם אז ער האט חתונה אין א זאא?

איז שוין געווען אזויס אין די היסטאריע ביי ארטאדאקסן צו מאכן א לאס-וועגאס סטייל חופה? שומו שמים? די חופה איז ״מעגליך״ בכלל נישט הלכה׳דיג אויסגעהאלטן! אזוי מין פערדיש פאר א קאפל צו וואוינען אין א פאבליק בית מעדריש! סילי איז נישט דאס ווארט.

זוכער, דו ביזט נישט גערעכט.

חנינא איז זיכער נישט דער טיפישער ליטווישער בחור מיט נארמאלע עלטערן. משום איזה סיבה שלאפט ער אין ביהמ"ד, האט נישט צו וועם צו רעדן [אויך איבער זיינע 'מחשבות זרות'], און עסט נישט קיין נארמאלע עסן ביז רוחמי ברענגט אים עפעס נארמאל. ער איז זיכער יא א יתום וכדומה.

עס איז שוין געווען איבער גענוג מאל אזעלכע זאכן אין היסטאריע, און ס'איז גארנישט לאס וועגאס סטייל, און אוודאי יא אויסגעהאלטן להלכה.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז לויט די לעגענדע, האט רבי הערשעלע רימנוב'ער חתונה געהאט ממש אויף דעם אופן דאס ערשטע מאל. דער חוזה אדער רבי מענדעלע רימנוב'ער האט אים געשיקט אין א קרעטשמע, און געזאגט אז די ערשטע שידוך וואס קומט ארויף זאל ער אננעמען. פונקט דעמאלס איז דער קרעטשמער זעלבסט נישט דארט געווען, און אפאר ליצים וואס האבן זיך דארט אויפגעהאלטן האבן מחליט געווען אנצוטראגן דעם קרעטשמער'ס טאכטער פאר רבי הערשעלע'ן, וואס האט אויסגעזען ווי א תמימו'תדיגע צושליסענע בחור. די טאכטער האט געמיינט אז ס'איז א גוטע דזשאוק, און רבי הערשעלע האט מסכים געווען ע"פ פקודת רבו. ס'געווען עדים, און להלכה איז זי געווארן זיין ווייב. שפעטער איז דער קרעטשמער צוריקגעקומען, און ס'געווען ליהודים [אויב מ'וועט מיר בעטן, וועל איך דערציילן ווייטער די סיפור הדברים]. כ'קען נישט זאגן אז דער נארישער רוחמי/חנינא מעשה, האט נישט ארויפגעברענגט רבי הערשעלע'ס מעשה אין קאפ...

----------------

אז מ'רעדט שוין. כ'בין גענצליך מחולק אויף [tag]רימון[/tag]'ס שארפע אטאקע אויף גיטי. זי איז א פשוט'ע אידענע וואס האט נישט קיין אנונג וואס האט פאסירט מיט איר טאכטער. זי האט נישט געזען דעם חנינא, און געווענליך מיינט אזא מעשה קלאר אז די בחור איז סתם א חזיר. ליפא האט אים יא געזען, און דערפאר איז ער מסופק אין זיין רעאקציע. אודאי זע איך נישט דא אז זי האט אן אלטוועלטליכע שווארץ און ווייסע בליק אויף יעדע זאך. כ'זע עס בכלל נישט אין איר, אויב עפעס - אין איר טאטע שלום.

מרת ערבליך איז בכלל נישט קיין קאמפליצירטע כאראקטער. א פשוט'ער שמוציאן, וואס האט כל ימיה געלעבט אלס רעביצין פארן וועלט, און געווען א נידעריגע פרוי ביי זיך אינדערהיים [דערמאנט פון עפעס? אין די מענער שול]. גראדע קען איך נאך מזמנינו אפילו רביצינ'ס זצ"ל'ס, וואס זענען געווען אזויווי דער ערבליך. סך הכל, א גוטע אריינבליק אין די סארט לעבן. דאס איז אודאי נישט קיין סתירה מיט זאגן שמע ישראל. א גלויביגער איז זי פארט.

שלום איז זייער פראגמאטיש, אבער ער האלט נישט אז זיין טאכטער גיטי האט אין פלאן זיך צו גט'ן צוליב איר 'מידות רעות און כעס'. דאס פארקויפט ער איר, וועלנדיג איר מאכן שפירן שלעכט, און דאדורך דעם דיקטירן איר נעקסטער שטאפל. ער איז א מוניפולאטור, אבער ער רעדט זיך איין - צומאל מיט רעכט - אז ער מוז דאס טון. למשל דא, כדי ס'זאל נישט ערגער מאכן פאר די קינדער, אדער א באהאלטענער מעגליכקייט - ס'זאל נישט זיין קיין שטינק אין די גאס וואס וועט פארשעמען דעם ראש המשפחה ר' שלום.

אויף ליבי לייג איך נאך האפענונגען, אפשר וועט זי משום מה צוריקקומען קיין ישראל, כ'ווייס נישט צו מיטן טאטנס הסכמה אדער אן. אפשר וועט גאר קיווע פארן קיין בעלגיע. כ'ווייס נישט. אבער ס'נישט מסתבר אז ס'זאל זיך ענדיגן אינמיטן דעם 'עונה'. קיווע'ס צארטע נשמה זעט זיך כסדר אן, כאטש יעצט האט ער זיך צום סאמען ערשטן מאל פארלוירן. אבער מיט דעם האט ער זיך צום ערשטן מאל עכט אריינגעזעצן אין ליבי'ס הארץ, ודו"ק. יתכן אז דאס וועט זיין א ריכטיגער ירידה לצורך עליה.

די אנדערע נקודות פון רימון זענען גאר גוט און שיין מנתח געווען.

כ'דארף נאך עמטליך אנהייבן באשרייבן די געשטאלטן פון שלום, קיווע, זיין עלטערע ברודער, גיטי, ליפא, רוחמי, די באבע, ועוד. אפשר ביי א קומענדיגע געלעגענהייט.

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:02 am
דורך ירא שמים
חקרן האט געשריבן:ירא שמים, האב איך געגעבן צען לייקס, אבער מיין נישט אז איך האב געשאסן לייקס אין די לופט אריין. נאר דארט וואו עס איז מיר אמת'דיג געפאלן האב איך געלייקט.

לזכותו פון זוכער, וועלן מיר מוזן זיך ארויפשארן די ארבל און אפשרייבן א פרישן סעריע אויפן ליעווער, און האפנטליך מארגן וועט עס ארויפגיין.
כהאב געזען… אבער וואו אזוי האסטו עס געמאכט אזוי שנעל?