בלאט 13 פון 16
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:29 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
כ'אגעוויסט אז דער עולם ווייסט נישט
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:47 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
איך טרעף עס נישט אין כתבי אריז"ל ממש, אבער אין ספר אור צדיקים פון דער מסדר של כתבי אריז"ל און דעם וועם ס'איז צו פארדאנקען די התפשטות כתבי אריז"ל בארצות מזרח אירופה - הרבי מאיר פאפירש ז"ל.
למעשה האבן זיך חסידישע אידן געפירט אזוי, איז עס גאווערן אזא "גויעישע בעטן" קאנצעפט.
וזה לשונו
ישכב תמיד במטה מיוחדת בפני עצמו, ואם צריך לשמש לשם מצות פריה ורביה אחר גמר השימוש כמו חצי שעה יקום וישוב למטתו המיוחדת לו
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:23 pm
דורך רוני
חיים הערש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:49 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:40 pm
פאר די וואס ווייסן נישט.
על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, בימי טהרה.
אבער על פי אריז"ל יא.
מיילא פאר חסידים וועלכע פירן זיך על פי אריז"ל האבן דאס אויסגעריסן.
וואס? על פי אריז״ל. א מקור ביטע…
די וועלט זאגט א ווערטל אויפן מאמר חז"ל כל המשיא בתו לעם הארץ כאילו כפתה ונתנה לפני הארי.
אז ביי דער עם הארץ מאכט זיך פראבלעמען אז די ווייב קען הלכה בעסער ווי עהם, און ווען ער מאכט א טעות פרעגט עהם די ווייב שטייט דאך אין הלכה אז מטוט פארקערט,
איז דער עם הארץ האט אלעמאל א גרייטע תירוץ, אז על פי הלכה טוט מען טאקע אזוי אבער על פי אר"י טוט מען פארקערט... דאס איז כאילו נתנה לפני אר"י...
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:32 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
רוני האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:23 pm
חיים הערש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:49 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:40 pm
פאר די וואס ווייסן נישט.
על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, בימי טהרה.
אבער על פי אריז"ל יא.
מיילא פאר חסידים וועלכע פירן זיך על פי אריז"ל האבן דאס אויסגעריסן.
וואס? על פי אריז״ל. א מקור ביטע…
די וועלט זאגט א ווערטל אויפן מאמר חז"ל כל המשיא בתו לעם הארץ כאילו כפתה ונתנה לפני הארי.
אז ביי דער עם הארץ מאכט זיך פראבלעמען אז די ווייב קען הלכה בעסער ווי עהם, און ווען ער מאכט א טעות פרעגט עהם די ווייב שטייט דאך אין הלכה אז מטוט פארקערט,
איז דער עם הארץ האט אלעמאל א גרייטע תירוץ, אז על פי הלכה טוט מען טאקע אזוי אבער על פי אר"י טוט מען פארקערט... דאס איז כאילו נתנה לפני אר"י...
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:49 pm
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג!!
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:58 pm
דורך קהל'ס נער
א חידוש אין דער ביזנעס וועלט!
והיה מחניך קדוש!
א משגיח וועט אראפקומען צי אייך אין אפיס און אפמעסטן די סקירטס פון אייערע ארבעטארירענס, אויך איז ער א מומחה און בודק זיין די קליידער פון די פרויען סעקרעטעריס אז ס׳איז נישט צי טייט, ווי אויך וועט ער זיי ארייטרעינען אין סדר לבישת הבגדים פאר די מיידלעך
(מיר מעסטן אויך די הויזען פון אייערע אינגלעך)
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:20 pm
דורך צועקים וזועקים
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:49 pm
געוואלדיג!!
וואס איז שלעכט? עס איז שווערע הלכות און אסאך אידן זוכן ב"ה צו פאלגען דעם שו"ע.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:31 pm
דורך שמעקעדיג
גארנישט שלעכט.
עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.
מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.
טו מיר א טובה...
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:38 pm
דורך צועקים וזועקים
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:31 pm
גארנישט שלעכט.
עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.
מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.
טו מיר א טובה...
יחוד איז זייער קאמפלעצירט.
עס איז שוין דא אפיסעס 3000 יאר? נישט געוויסט... עירובין באלאנגט טאקע פארן דיין אלע יארן.
אגב רוב אמאליגע תפילין זענען געווען פסול און מצות, חמץ. יא ב"ה אכשר דרא!
אדרבא אפשר העלפט איר מיך אביסל מסדר זיין די אפיס מיט הלכות יחוד?
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:03 pm
דורך אלע צוזאמען
צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑
אגב רוב אמאליגע תפילין זענען געווען פסול און מצות, חמץ. יא ב"ה אכשר דרא!
פאר די זעלבע געלט זענען אלע אידן היינט ממזרים ווייל רוב גיטין וקדושין זענען נישט געווען גוט.....
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:10 pm
דורך צועקים וזועקים
די רבנים זענען נישט געווען מסדרי גיטין וקידושין?
אגב אויף דעם איז אויך דא הלכות חזקות ועוד, די שו"ע קאווערט אלעס ומינה לא תזוע.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:15 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:31 pm
גארנישט שלעכט.
עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.
מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.
טו מיר א טובה...
און דערפאר האמיר געהאט אזא צדיק, גאון וקדוש ווי הרב פאלק, זכותו יגון עלינו. ער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו וקומתו מברר צו זיין אט די שווערע הלכות וואס דאס גאנצע אידישקייט הענגט אויף דעם. ער האט עס אלעס באשריבן און באארבעט אין זיין ספר. אדער עטליכע (העיליגע) ספרים.
דארט שטייט פונקטליך אויסגערעכנט וויאזוי מ'מעסט די לענג פון א (פרויען) סקוירט.. פון מענער סקוירטס האט ער נישט גערעדט. ווייל דאס איז נאר שכיח אין סקאטלאנד. ביי גויים רחמנא ליצלן. וויפיהל צענטימעטער העכער אדער אונטער די קניה עס דארף זיך ענדיגן. אויך די סליעווס און דער האלז (נעק) וויפיהל מילימעטער ס'מעג זיין אפן, רח"ל.
אויך דער שיעור פון א קלייד. ווען הייבט עס אן צו ווערן אנגערופן "געפאסט". אז די התאחדות הרבנים זאללן ארויסגעבן א קול קורא אויף דעים.
זיינע תלמידים האבן אויך געטראפן א כתב יד פון חלק ג' פון זיינע שו"ת ספרים. דארט רעדט ער איבער די שיעור פון הויזן פאר יונגלעך ווען ס'הייסט "טייט". און מ'שיקט זיי אהיים פון די תלמוד תורה. און מ'דארף מוחה זיין אויף די געשעפטן וואס פארקויפן דאס.
נאר ער איז ליידער נתבקש לישיבה של מעלה. עכ"פ אונז דארפן מיר זיך אנשטרענגען און לאזן דרוקן אלע חלקים פון זיינע ספרים.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:27 pm
דורך היום

מיר קענען מסכים זיין אז מען לפעמים ציעט מען איבער מיט פרטי פרטים, און יענעמס קישקעס אריין.
אבער וואלסטו געזאגט די זעלבע ווען דער שו״ע איז מחובר געווארן?
די זעלבע טו מיר א טובה…?
און יא, און די לעצטע 3000 יאר זענען כסדר געווען חידושים ווי אזוי צו מאכן די תורה און הלכות מער פראקטיש און עקסעסיבל.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:41 pm
דורך היום
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
און דערפאר האמיר געהאט אזא צדיק, גאון וקדוש ווי הרב פאלק, זכותו יגון עלינו. ער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו וקומתו מברר צו זיין אט די שווערע הלכות וואס דאס גאנצע אידישקייט הענגט אויף דעם. ער האט עס אלעס באשריבן און באארבעט אין זיין ספר. אדער עטליכע (העיליגע) ספרים.
דארט שטייט פונקטליך אויסגערעכנט וויאזוי מ'מעסט די לענג פון א (פרויען) סקוירט.. פון מענער סקוירטס האט ער נישט גערעדט. ווייל דאס איז נאר שכיח אין סקאטלאנד. ביי גויים רחמנא ליצלן. וויפיהל צענטימעטער העכער אדער אונטער די קניה עס דארף זיך ענדיגן. אויך די סליעווס און דער האלז (נעק) וויפיהל מילימעטער ס'מעג זיין אפן, רח"ל.
אויך דער שיעור פון א קלייד. ווען הייבט עס אן צו ווערן אנגערופן "געפאסט". אז די התאחדות הרבנים זאללן ארויסגעבן א קול קורא אויף דעים.
זיינע תלמידים האבן אויך געטראפן א כתב יד פון חלק ג' פון זיינע שו"ת ספרים. דארט רעדט ער איבער די שיעור פון הויזן פאר יונגלעך ווען ס'הייסט "טייט". און מ'שיקט זיי אהיים פון די תלמוד תורה. און מ'דארף מוחה זיין אויף די געשעפטן וואס פארקויפן דאס.
נאר ער איז ליידער נתבקש לישיבה של מעלה. עכ"פ אונז דארפן מיר זיך אנשטרענגען און לאזן דרוקן אלע חלקים פון זיינע ספרים.
איך קען נישט דער הרב פאלק, און איך ווייסט נישט וואס ער פארקויפט, אדער וואס שטייט אין זיינע ספרים.
אויב איז ער מחדש עפעס, א קלארע ליקוט, א פראקטישע הסברה, קען גוט די מציאות אויף הלכה למעשה, וכדו'? דאן האט ער א פלאץ אין כלל ישראלס ספרים שאפע, און איך פארשטיי נישט דער אויסברוך דא.
מען מעג (כמובן) פרעגן און זיך דינגען אויף וואס מען האלט אנדערש.
איז ער סתם א פאשקעוויל שרייבער און א קול קורא׳ס מלקט פון פארפרומטע קרענק?
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:13 pm
דורך שמעקעדיג
היום האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:27 pm
מיר קענען מסכים זיין אז מען לפעמים ציעט מען איבער מיט פרטי פרטים, און יענעמס קישקעס אריין.
אבער וואלסטו געזאגט די זעלבע ווען דער שו"ע איז מחובר געווארן? די זעלבע טו מיר א טובה...?
ווילסט באמת פארגלייכן נתינת התורה ווען די תורה/הלכות זענען מתוקן געווארן צו די היינטיגע איבערגעטריבענע פרומקייט?
עס איז דא אזא קאנצעפט אז מען קומט אראפ צו יענעם טוהן געוויסע הלכה'דיגע סערוויסעס וואס איז שווער פאר'ן פשוט'ן עמך איד, ווי למשל בדיקת מזוזות אראפנעמען און ארויפלייגן, אדער כשר'ן פאר פסח, און אויבנאויף קען אויסקוקן אז די נייע יחוד סערוויס איז ענליך, אבער פאר סאם ריעזאן (כ'ווייס נישט וועלכע...) קוקט מיר עס אויס געפערליך איבערגעטריבן.
אולי בין איך זיך טאקע טועה. למעשה מיין אינטואישען האט מיר געזאגט אז דאס איז שרעקליך איבערגעטריבן..
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:51 pm
דורך [NAMELESS]
צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑
רוב אמאליגע תפילין זענען געווען פסול און מצות, חמץ. יא ב"ה אכשר דרא!
???What
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:50 am
דורך צקון לחש
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:47 pm
איך טרעף עס נישט אין כתבי אריז"ל ממש, אבער אין ספר אור צדיקים פון דער מסדר של כתבי אריז"ל און דעם וועם ס'איז צו פארדאנקען די התפשטות כתבי אריז"ל בארצות מזרח אירופה - הרבי מאיר פאפירש ז"ל.
למעשה האבן זיך חסידישע אידן געפירט אזוי, איז עס גאווערן אזא "גויעישע בעטן" קאנצעפט.
וזה לשונו
ישכב תמיד במטה מיוחדת בפני עצמו, ואם צריך לשמש לשם מצות פריה ורביה אחר גמר השימוש כמו חצי שעה יקום וישוב למטתו המיוחדת לו
א דאנק פאר די מראה מקום, אינטערסאנט וואס דארף מען טוהן ווען מען דארף משמש זיין 'נישט' פאר פריה ורביה? דאס מוז זיין דייקא אויפ'ן קיטשען קאונטער?
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:08 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:31 pm
גארנישט שלעכט.
עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.
מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.
טו מיר א טובה...
100% גערעכט, אבער דאס האט נישט דוקא צו טון מיט פרומקייט.
אסאך היינטיגע יונגעלייט האבן נישט קיין השגה וויאזוי צו עפענען א שו"ע און נאכקוקן א הלכה, אנגעהויבן ביי תלמידים פון די "לומדישע" ישיבות וואס קענען נישט מער ווי דרייען מיטן פינגער אויף א ר' נפתלי, און געענדיגט ביי סתם שטיקער וואס קענען נישט קיין צורת האות.
חוץ מזה, ווערט מען היינט געפראגרעמט אז דער יחיד קען נישט אליין דעסיידן אויף גארנישט. פאר יעדע זאך דארף מען צוקומען צו די וואס זארגן זיך פאר דיין גשמיות און דיין רוחניות. מ'האט נישט די קאנפידענטס אליינס אפצומאכן וואס איז ריכטיג און וואס נישט.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 7:04 am
דורך ברוך שפינוזה
היום האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:27 pm
און יא, און די לעצטע 3000 יאר זענען כסדר געווען חידושים ווי אזוי צו מאכן די תורה און הלכות
מער ווייניגער פראקטיש און עקסעסיבל.
FTFY
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:01 am
דורך berlbalaguleh
מ'פארצייילט אויף הרב הנגיד הצדיק והחסיד ר' אייליש ענגלענדער הי"ו אז ווען ער האט אין זיין אפיס געדארפט איבערגעבן עפעס א מעסעדזש פאר זיין סעקרעטערי האט ער אריינגעוואקט צוריקצוועגס (בעק-אפ). און אזוי איבערגעגעבן דעם מעסעדזש אדער דיקטירט א בריוו...!
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:30 am
דורך yesiknow
שמעון וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:08 am
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:31 pm
גארנישט שלעכט.
עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.
מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.
טו מיר א טובה...
100% גערעכט, אבער דאס האט נישט דוקא צו טון מיט פרומקייט.
אסאך היינטיגע יונגעלייט האבן נישט קיין השגה וויאזוי צו עפענען א שו"ע און נאכקוקן א הלכה, אנגעהויבן ביי תלמידים פון די "לומדישע" ישיבות וואס קענען נישט מער ווי דרייען מיטן פינגער אויף א ר' נפתלי, און געענדיגט ביי סתם שטיקער וואס קענען נישט קיין צורת האות.
"חוץ מזה", ווערט מען היינט געפראגרעמט אז דער יחיד קען נישט אליין דעסיידן אויף גארנישט. פאר יעדע זאך דארף מען צוקומען צו די וואס זארגן זיך פאר דיין גשמיות און דיין רוחניות. מ'האט נישט די קאנפידענטס אליינס אפצומאכן וואס איז ריכטיג און וואס נישט.
וועלוועלע,
נישט חוץ מזה נאר משום זה, ווי די אליינס זאגסט זיי קענען נישט אליינס נאכקוקען הלכות.
חכמים הזהרו בדבריכם גיימער דאווינען
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:11 pm
דורך צועקים וזועקים
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:51 pm
צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑
רוב אמאליגע תפילין זענען געווען פסול און מצות, חמץ. יא ב"ה אכשר דרא!
???What
עס איז געווען געמאכט פון עור בהמה דקה וואס ווערט שנעל פסול.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:53 pm
דורך היום
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 7:04 am
היום האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:27 pm
און יא, און די לעצטע 3000 יאר זענען כסדר געווען חידושים ווי אזוי צו מאכן די תורה און הלכות
מער ווייניגער פראקטיש און עקסעסיבל.
FTFY
מוחל/מוחה טובות!
וויפל די ביסט נאר בארעכטיקט צו האבן דיין מיינונג,
ביסטו נישט נישט וועלקאם צו עס ארויף לייגן אויף מיין נאמען, אדער פארדרייען מיינס.
אוקי?
אויב די ווילסט קענסטו מיר פרובירן משכנע זיין אדער אויפווייזן אויף וואס עווער פוינט די ווילסט ארויסגעבן.
פארשטאנען?
טיע נישט נאך אמאל אזאוינס, ש׳כח!