בלאט 13 פון 29

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 3:41 pm
דורך יואליש
לאל. כ'ברויך נישט צוקומען צו יוא טוב קאמענטס. כ'שטעל זיך פאר אז אויף וויקיפידיע קען צען דאס אלעס טרעפן און מיט מער אקורעסי, ווייל זי רעדט בלויז פון זיכרון.

:o

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 6:52 am
דורך צלפחד
Not conclusive, but :
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3-FK3sfNVPU[/youtube]

ענדעלט צו

http://www.chabad.org/140793

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 6:58 am
דורך צלפחד
ויהי בימי אחשורוש - חב"ד

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Cm0n97wp8XM[/youtube]

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 9:42 am
דורך הקטן
צלפחד האט געשריבן:די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...

https://youtu.be/OceaHqks3HA

וואס איז אנגענימען אין וויזניץ, פין וואו קימט דער ניגון?

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 11:19 am
דורך ווייס פרעזידענט
קול גדול האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
די וועלטס ניגון 'יונים יונים' ענדעלט זייער זייער שטארק אינעם ערשטען פאל פונעם 'שיר התקווה' כל עוד בלבב וכו' http://m.youtube.com/results?gl=US&clie ... mit=Search גיי ווייס ווער ס'האט דא בא'גנב'עט וועמען.

איך זע אז התקווה אליין איז גענומען פון א רומענישע ליד:
http://www.youtube.com/watch?v=adTjy-TIW_Q

התקוה איז א לאנגע פיוט וואס איז זףשוין לאנג געווארען פארגעסען נאר די חלק פון וואס די מדינה נוצט ווייסט אבער סאיז דא איך וויס נישט ווי אזוי מלייגט א לינק צווייטענס די טאן האט מען שוין געזונגען אינדערהיים נאך פאר די מענטשען פון די איידיע פון הקמות המדינה געבורט

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 12:49 am
דורך יהושע חיים
שבת קודש שבת קודש גרייטן זיך אידין צום שבת קודש יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש

אפשר קען מען בעטן פון מבינים ווי דער ניגון האט ר' יום טוב ערליך אויפגעפיקט און פון וועלכע פאסטיך האט ער עס אפגעקויט?

(אפשר און איינוועג אויך דער ניגון הערטס אויס ליבער אידן וואס איך וועל אייך דערציילן וכו' פון די שבת קאסעטע?)

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 9:27 am
דורך הקטן
אויב איך דארף ווען געסען וואלט איך ציגעטראפן א "דו גענעראל" אויך "דער גרויסער באשאפער ער האט דאך באשאפן" און נאך, זענען אויפגעפיקט געווארן פין ערגעץ אין דער פרעמד אבער דער ניגון שבת קודש שבת קודש האט א ידשער חן -
שבת שבת ... אוי וואס פארשטייט א גוי צי א אידישע הארץ
איך וועל זיין סאפרייסט אויב דאס קימט פין א פאסטעך

(אויסער די טיפע הארציגע גלות קנייטשען איז די ניגון נישט אזוי שיין אז ס'זאל זיך לוינען צי באצאלן פארן פאסטעך)

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 9:30 am
דורך גדעון
ווער איש די ״קאמפאזער״ פון די נודה ניגון פון פריעדמאן?
איך בין 99 פראצענט זיכער אז איך האב עס שוין געהערט אויף יו טוב פון א רוסישע זינגער אין איינע פון די טינקעלע נעכט.

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 10:18 am
דורך יואליש
יהושע חיים האט געשריבן:שבת קודש שבת קודש גרייטן זיך אידין צום שבת קודש יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש

אפשר קען מען בעטן פון מבינים ווי דער ניגון האט ר' יום טוב ערליך אויפגעפיקט און פון וועלכע פאסטיך האט ער עס אפגעקויט?

(אפשר און איינוועג אויך דער ניגון הערטס אויס ליבער אידן וואס איך וועל אייך דערציילן וכו' פון די שבת קאסעטע?)


קוק'זשע דא. דער בלאגער טעהנ'ט ער/זי האט געטראפן א מקור, נישט קאפי ענד פעיסט ממש, און מעגליך א קאזין בלויז, ביידע אייניקלעך פון א דריטע עלטערע ניגון.

http://yomtovehrlich.blogspot.com/?m=1

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 10:35 am
דורך הקטן
יא, א אידישער פאסטאך
איך האב הנאה געהאט צי זען וואו דער "שבת שבת.." (די גאנצע העכערע פאל) איז בכלל נישט דארט - קוקט אויס אז דאס קימט פין אים זעלסבט

דאס אז אסך פין די ניגינים זענען ממש פינעם זעלבען תוכן וואו די ארגענעלע געבט מיר דעם איינדריק אז ער האט דאס נישט געזיכט צי באהלטן

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 12:55 pm
דורך יואליש
פשוט אזוי. ער איז נישט געווען קיין פראוד. ער האט פשוט געזינגן באקאנטע לידער און ער האט געוויסט די מקורות און ערווארטעט אז אנדערע ווייסן דאס אויך. אויב עפעס צייגט דאס ווי נאנט מ'פלעגט זיין מיטן host קולטור.

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 7:22 pm
דורך הקטן
דו וועסט אויך מודה זיין אז די host קולטור איז געווען נאנטער צי אינז, מיט אירע ווירדען

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 7:46 pm
דורך berlbalaguleh
גדעון האט געשריבן:ווער איש די ״קאמפאזער״ פון די נודה ניגון פון פריעדמאן?
איך בין 99 פראצענט זיכער אז איך האב עס שוין געהערט אויף יו טוב פון א רוסישע זינגער אין איינע פון די טינקעלע נעכט.

דו מיינסט צו זאגן אז אין קלאב (וואו דו ביסט געווען) איז געווען טונקל... :lol: :roll:

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 2:26 am
דורך פאפיטעס
סאיז דא א באקאנטע בריטישע פאלקס ליד "you raised me up" וואס סליגט מיר אין קאפ אז כהאב געהערט עיבי ראטענבערג עס זינגען.
אויב איינער וואלט מיר געקענט ארויסהעלפן וועלכע ליד עס איז און ווען ער זינגט עס, איי וויל עפרישיעט איט

"לולי תורתך", סקולען

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 3:17 am
דורך [NAMELESS]
אין אודעסע אין יאר 1922 איז ארויס א רוסישע ליד מיטן נאמען "קופּיטיע בובליטשקי" (קויפטשע בייגעלעך) געשריבן דורך יעקב דאווידאוו. צוגעפאסט צו א הארציגע מעלאדיע וואס איז עד היום נישט באקאנט ווער ס'האט איר מחבר געווען. נאך אין יענעם יאר איז דאס ליד אוועק קיין אמעריקא און איבערגעטיישט געווארן אויף יידיש און פון דארט ברייט פארשפרייט געווארן סיי אין רוסלאנד און סיי אין אמעריקא. דער ערשטען פאל איז ממש א קאפי בדמותו וצלמו מיטן באקאנטען סקולענער ניגון "לולי תורתך".

דאס איז א רעקארדינג פון דעם מעלאדיע אפגעשפילט דורך זיגגי עלמאן און זיין ארקעסטרא אין 1938

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cJfeQPdmdek[/youtube]

דא ווי עס ווערט אזוי הארציג אראפגעזינגן דורך די בארי שוועסטער

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=K36CXuh1Ais[/youtube]

און דא אויף רוסיש

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yrFlDqGoJw4[/youtube]

און אויף ענגליש

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=e9JZ9TwH24g[/youtube]

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 3:31 am
דורך זעמיל מילכיגער
ווען לולי תורתך זינגט מען ווען אזוי אין סקולען, וואלט איך ווען נישט אזוי צוקראכט געווארן ווען מיין שווער זינגט עס יעדע שיינע שבת.... און איך וואלט זיך ערענסט געווייקט ביי סקולענע טישען...

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 7:03 am
דורך [NAMELESS]
שוין געברענגט געווארן דא? ברן יחד כוכבי בוקר - ויזניץ [youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ue9UInXCEEs[/youtube]

אחכה לו, פאלקאוויטש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 3:49 pm
דורך יואליש

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 4:20 pm
דורך chaims
ריכטיג האט געשריבן:שוין געברענגט געווארן דא? ברן יחד כוכבי בוקר - ויזניץ [youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ue9UInXCEEs[/youtube]

מוז נישט זיין די מקור מעגליך אז וויזניץ איז די מקור

I can't believe I just said that...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 4:29 pm
דורך יהושע חיים
זי איז א רוסישע אפשטאמיגע שווער צו גלייבן אז זי האט דאס גענימן פון וויזניץ ראמעניע
אבער you can never know

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
קען זיין אבער אין ויזניץ האט דער ניגון נאך א פאל מילא איז מסתבר אז ויזניץ האט צוגעלייגט, ווייל איך גלייב נישט אז דער גנב וואלט אראפגענומען דעם פאל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 4:40 pm
דורך יהושע חיים
עס קען זיין ציזאך געשטעלט פון צוויי ניגונים עס איז דא א שטיקל חיליק און די סטייל פון די צוויי חלקים די ערשטער וואס מען זינגט דא איז א קלאסישע סטייל און דער צווייטער איז מער אזא וויינעדיגע (התעוררת)
נישט אז איך פארשטיי אזוי גוט צו מבחין זיין סטיילס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:37 pm
דורך יהושע חיים