בלאט 13 פון 19

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 8:46 pm
דורך אדמור מקרייניץ זצל
ווער וויל זוכה זיין אין א גרויסע מצווה און עס דרייבן?

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 9:50 pm
דורך כלבאשבוע
איך אויך האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:מנאייכ סעזאן 2 הייבט זיך אן נעקסטע וואך
8 עפיזאדן זענען ארויס.
היינט געווען די לעצטע עפיזאד, זייער א שטארקע סעזאן געווען

די שטארקייט פון מנאייכ איז אז סאיז ממש ריכטיג משקף די מציאות פון קארופשען אין מדינת ישראל ווי שוין געשמועסט און סגייט נישט לויט די טיפיקל פארמולע פון העפי ענדינגס ווי אלעס ווערט שיין מסודר צום סוף, פארשטייט זיך אז א חלק דערפון האט צוטון מיט דעם אז זיי לאזן בכוונה אפען פארשידענע שטיקלעך אלץ א הכנה פארן נעקסטן סעזאן

שטארק רעקמאנדירט

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 10:56 pm
דורך כלבאשבוע
איך אויך האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=KbrAXg9 ... l=reshettv

וויפיל שחקנים פון מנאייכ קענט איר דא טרעפן? ווי אויך דער באקאנטער אבי פון הבורר.

(גראדע א אלטע שטיקל פראבלעם, דער גאנצע איזרעילי עקטער מארקעט איז פיטצי, עם איז ממש אוממעגליך צו וואטשן זייערס א שאו און זיך נישט אנשטויסן איבער און איבער אין די זעלבע שחקנים ושחקניות).
כדערקען פרוספר פארשטייט זיך (איזי בכר) און מאיר אוחנה (מאיר שמר), סדא נאך? און ביסט זיכער אז אבי פון הבורר עקט אויף מנאייכ?

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 9:57 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
איך אויך האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=KbrAXg9 ... l=reshettv

וויפיל שחקנים פון מנאייכ קענט איר דא טרעפן? ווי אויך דער באקאנטער אבי פון הבורר.

(גראדע א אלטע שטיקל פראבלעם, דער גאנצע איזרעילי עקטער מארקעט איז פיטצי, עם איז ממש אוממעגליך צו וואטשן זייערס א שאו און זיך נישט אנשטויסן איבער און איבער אין די זעלבע שחקנים ושחקניות).
ער דערמאנט שוין דעם פראבלעם
https://www.kan.org.il/page.aspx?landingPageId=1009

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 8:59 pm
דורך כלבאשבוע
אגדת חורבן פון כאן, א הערליך געמאלענע פארשטעלונג וועגן חורבן בית שני באגלייט דורך פראפעשענעל עקטערס ווי שולי רנד און נאך

דא איז די ענגלישע טרעילער
https://www.youtube.com/watch?v=Z-ll556L9tg

און אויף טעלעגראם
https://t.me/Legend_of_Destruction

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:27 pm
דורך שאלתיאל
כלבאשבוע האט געשריבן:אגדת חורבן פון כאן, א הערליך געמאלענע פארשטעלונג וועגן חורבן בית שני באגלייט דורך פראפעשענעל עקטערס ווי שולי רנד און נאך

דא איז די ענגלישע טרעילער
https://www.youtube.com/watch?v=Z-ll556L9tg

און אויף טעלעגראם
https://t.me/Legend_of_Destruction
קריטיק פון ד"ר משה רט איבער דער פילם
https://www.facebook.com/moshe.ratt/pos ... h1qeSQMrdl

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 6:08 pm
דורך איך אויך
Suits איז פיין.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 9:01 pm
דורך צפת
איך וויל זייער שטארק זען די 'אגדת חורבן', אבער עס שטייט דארט אז מיר אמעריקאנער קענען דאס נישט זען.

איז דא ערגעץ וואו מען קען עס זען געהעריג?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 9:22 pm
דורך כלבאשבוע
https://www.sratim.tv/movie/10952

אויך אויף טעלעגראם

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:33 pm
דורך סאנטיאגא
כלבאשבוע האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:מנאייכ סעזאן 2 הייבט זיך אן נעקסטע וואך
8 עפיזאדן זענען ארויס.
היינט געווען די לעצטע עפיזאד, זייער א שטארקע סעזאן געווען

די שטארקייט פון מנאייכ איז אז סאיז ממש ריכטיג משקף די מציאות פון קארופשען אין מדינת ישראל ווי שוין געשמועסט און סגייט נישט לויט די טיפיקל פארמולע פון העפי ענדינגס ווי אלעס ווערט שיין מסודר צום סוף, פארשטייט זיך אז א חלק דערפון האט צוטון מיט דעם אז זיי לאזן בכוונה אפען פארשידענע שטיקלעך אלץ א הכנה פארן נעקסטן סעזאן

שטארק רעקמאנדירט
ס'קוקט אויס, פון די קאנטעקסט ווי די פלאט קריטיקירט די משטרה, בין איך גערעכט? אויב יא איז דאס א וויכטיגע שאו.

איך בין נישט קיין גרויסע פען פון קאפ שאוס, אבער אויב די עקטינג איז גוט קען איך עס אויסטשעקן און געבן א רעצענזיע. איך האלט זייער פון טרויעריגע ענדינגס, ס'ברעכט די רול פון דראמא אז די קאנפליקט ווערט רעסאלווט. און אז א מעשה ענדיגט זיך נישט גוט וואקסטו אוועק מיט א ביטערן טעם אין מויל. אבער פון די צווייטע זייט איז אזוי אין ריל לייף, האלט איך ס'קען געבן א פלאט מער עכטקייט און דו פארגעסט עס נישט אזוי שנעל ווי א פרייליכע ענדע.

אויב אפרישיעיט איר סטרוקטור פון פיקציע איז כדאי צו וויסן די זאכן
דא גיט ער אפאר משלים פון רעסעלושן
http://www.woodheadpublishing.com/liter ... resolution

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 8:18 pm
דורך סאנטיאגא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 10:12 pm
דורך מרדכי מרדכי
יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 7:08 pm
דורך סאנטיאגא
מרדכי מרדכי האט געשריבן:יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2022 10:50 pm
דורך מרדכי מרדכי
סאנטיאגא האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.
קומט אויס צופיל געלט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 9:31 pm
דורך נעקסט לעוועל
סאנטיאגא האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.
יעפ איך צאל ערליך נעטפליקס יעדן חודש, זיי האבן אבער נישט אלעס, און זענען נישט אזוי אפדעטעד (און בין א חובב פונעם איזרעילי דשאנער)
און HBO בינעך אויסגעשפיעלט און זיי ערלויבן עס נישט אינעם קאנטרי זאנע מיינע...(געטוישט לאקאציע מיט ווי פי ען...און.. גארנישט !, באט געטשארדט מיין קארטל האבן זיי, א באנדע ****...)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:13 pm
דורך סאנטיאגא
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.
קומט אויס צופיל געלט
וועלכע שאו זוכסטו צו קוקן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 pm
דורך סאנטיאגא
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.
יעפ איך צאל ערליך נעטפליקס יעדן חודש, זיי האבן אבער נישט אלעס, און זענען נישט אזוי אפדעטעד (און בין א חובב פונעם איזרעילי דשאנער)
און HBO בינעך אויסגעשפיעלט און זיי ערלויבן עס נישט אינעם קאנטרי זאנע מיינע...(געטוישט לאקאציע מיט ווי פי ען...און.. גארנישט !, באט געטשארדט מיין קארטל האבן זיי, א באנדע ****...)
איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט, אבער איך ווייס אז נעטפליקס מאכט נישט אלעס עוועילעבל אין אלע קאנטריס. למשל How I Met Your Mother קען מען זעהן אין די UK אבער נישט אין אמעריקע. אזוי איז מסתם מיט נאך קאנטענט

איך צאל פאר HBO דורך Hulu און איך האב מער ווייניגער אלעס וואס זיי שטעלן צו. איך האב עי פי קעי'ס מיט אלע טאראנט חזיר'יי און איך צאל נאך אלס ווי א טאטע'לע ווייל דאס איז נאך אלס א וודאי... איך האב מיך געלערנט, אויסשפילן איז גוט ווען ס'קומט אן גרינג, איינמאל מ'שפארט עס אפ דארפסטו אנהייבן פון פריש.. איז וואס ווילט עטס, איך זאל נאך שטיין און אויספיגערן טארענט האוסטס ביי די פיר און זעכציג?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 3:45 am
דורך תרמב

ביז די פיר און זעכציג קענסטו אויספיגערן טארענטס, און פון די 64 צאלן ווי א טאטעלע, א שאד צו צאלן ביז דעמאלטס....

עניוועי, איך זוך ווי איך קען זעהן שנות השמונים, די סדרות וועבסייט ארבעט עפעס נישט ביי מיר פאר די לעצטע שטיק צייט, דער זייטל עפענט זיך אבער עס איז קיינמאל נישט דא קיין סערווער פאר מיר.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 7:17 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
קענסט עס זעהן דא
https://13tv.co.il/featured-series/1990s/

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 11:02 am
דורך Just be Happy
אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:קענסט עס זעהן דא
https://13tv.co.il/featured-series/1990s/
אדער אויף טעלעגראם https://t.me/shnotashmonimking

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 11:31 am
דורך תרמב
איינער האט מיר געשיקט א גוגל דרייוו אין אישי, תשוחח"ל, אז איינער דארף עס קען מען עס מיר בעטן, די לינק פון רשת 13 העלפט מיר נישט ווייל עס קומט ארויף התוכן אינו זמין לצפייה, און טעלעגראם איז געבלאקט ביי מיר, אבער א גרויסע יישר כוח עניוועי פארן זיך באמיען צו ענטפערן, איטס ריעלי אפרישיעטעד.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 5:06 pm
דורך טאמבל סאס
שאלתיאל האט געשריבן:יעצט געענדיגט וואטשן תיק 512 א מערקוועדיגן דאקאמענטארי פון כאן 11 איבער דעם כאריזמאטישער מסוכנדיגער ישראל'ישן מאפיאנער יצחק אברג'יל וועלכע איז פאר א שטיק צייט געווען דער גרעסטע דראגס האנדל מאפיאנער איבערן וועלט און דער באס פון דער גרעסטע איזראעלישן מאפיא. ער איז לעצטנס פאראורטיילט געווארן אויף דריי לעבנסלענגליכע טערמינען +30 יאר נאך א שווערע ברייטפארצווייגטע מיסיע וועלכע איז געלויפן במשך 11 יאר.
א גרויסן דאנק שאלתיאל. כ'האב גאר הנאה געהאט פון דעם סיריעס. ס'איז עפעס מורא'דיג. אינטרעסאנט ווי גוט מ'קען עס מאכן בלויז מיט ציטאטן פון טעלעפאן קאלס, געשפרעכן, מסמכים, און CCTV פון אויספארשונגען. וואס נאר די איזראעליס קענען..

דריי נקודות:
די קאופּינג מעקאניזםס וואס יצחק נוצט קעגן די אויספארשער איז ממש אויפ'ן האר די זעלבע וואס איך פלעג נוצן אין חדר מיט מיינע רעבעס און מנהלים. (הגם מיך האט מען באשולדיגט מיט פיהל לייכטערע זינד.) ער האט מיר צוריקגענומען צו די קינדער יארן. נעבעך..

כ'האב הנאה ווי איינער פון די גרופע זאגט דארט פאר די אויספארשער בערך אזוי: כ'הייב נישט אן צוהאבן קיין אהנוג וואס עטס ווילטס פון מיר האבן. פארוואס קענט עטס נישט רעדן נארמאל? "מען באשולדיגט דיר מיט אזוי און אזוי. דאס און דאס זענען די באווייזן. ביסטו מודה אדער נישט?" און אויב כ'וועל דעמאלטס נישט ענטפערן קענט עטס אנפאנגען שרייען אבער כעת גייט איר ארום סחור סחור אזוי אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס די מדובר איז אפילו..
בכלל, זעהט מען אז חוץ פון די עבירות איז דא צווישן די אויספארשער אין די סוטס (חוץ דער פראסעקיוטער וואס קומט דאך אויך פון דער זעלבער בעקגראונד) און די קרימינאלן אין די ארענדזשע בגדים א פונדעמענטאלער דיפרענץ אין די וועג ווי אזוי זיי קאמיוניקירן. בעת ווען די ערשטע קאמיוניקירן שטענדיג מיט א פארמאלע, אויסערליכע ארטיפישעל לעיער פון העפליכקייט, דעטעטשמענט און ווייסע ליגנטס טוען די לעצטע אייביג רעדן פרענק, צום פינטל און מיט פערסאנאליטי אדער כאריזמע וואס איז שווער נישט צו מיסן, מיט די אלע עבירות וואס זיי האבן אפגעטוהן.. אלמאָסט עז איף פון הארץ ארויס.

א דריטע אנמערקונג: מען קען דא באשיינפערליך זעהן נאך א דוגמה פון דאס וואס כ'האב געשריבן אין אן אנדערען אשכול, וואו די וואס האבן נישט נאר אייגענטליך אפגעטוהן די עקטשועל זינד פון הארגענען א מענטשן נאר פעלן נאכדערצו נאכדעם אויך דעם מצפון פון לאיאליטעט צו זייערע חבירים -- צו די וואס האבן עקשולי א ווייניגערע מעשה געטוהן פון זיי, און האבן קיין שום פראבלעם צו ראַטן אויף זיי אבי זייערע הויט זיך צו ראטעווען און אנשטעלן א פנים פון חרטה נאך.. -- זיי דוקא זענען די וואס קומען לייכטער אפ אבער די וואס האבן נאר געהייסן - "גערעדט" - און געגיבן 'באפעהלן', זיי זענען די וואס מען באשטראפט דאס הארבסטע. תמיהנו, וואספארא פאלשע וועלט.
נאך מער, דו אויספארשער, וואו קענסטו גלייבן מער עמיצער וואס האט קיין פראבלעם בידיים צו פארברענען אדער באגראבן א מענטשן לעבעדיגערהייט, ווי דער יעניגער וואס האט נאר געגיבן באפעהלן פאר אנדערע צוטוהן בעת וואס מען זעהט אז ער פארמאגט כאטשיק נאך מענטשליכע געפיהלן צו פריינד, משפחה און פרוי און קינדער? וואט דע פ***?

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:50 pm
דורך איך אויך
געוואטשט די ערשטע 2 עפיזאדן פון די נייע איזרעילי סעריע 'איסט סייד' און עס איז א פיינע דראמא.

מען האט שוין אמאל געשמיעסט אז די מארקעט פון איזרעלי עקטארס איז ממש קליין און רוב וועט איר דערקענען פון אנדערע שאוס.