בלאט 13 פון 17

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2018 1:03 pm
דורך קורקלענד
סמבטיון האט געשריבן:6654

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 7:21 pm
דורך בן ישי
US Justice Department reportedly opens criminal investigation into bitcoin price manipulation
https://www.cnbc.com/2018/05/24/us-open ... mberg.html

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 7:51 pm
דורך קורקלענד

נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 1:47 am
דורך קורקלענד
$5923.50

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 7:06 pm
דורך קורקלענד
5571

מעג מען נוצן ביטקוינס פאר א פדיון הבן?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 2:30 pm
דורך יעקב מענטש
אין סאטמער דרייט זיך ארום די לעצטע פאר יאר א אינגערמאן מיט א גאונישן מוח און גיבט דרשות איבער אלץ און אלעמען, א געמיש פון היסטאריע מיט הלכה מיטן נאמען שלום שרגא פייש פאפלאנאש נ"י ער האט לעצטענס געגעבן א שיעור ערגעץ אין מאנסי איבער די השתלשלות פון געלט, און די הלכהדיגע פולמוס איבער דעם דורכאויס די היסטאריע.

אויב האט איר געדולד, ס'איז זייער אינטערסאנט.

845-414-1199
4#
9#
73#

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 2:40 pm
דורך קורקלענד
$4877

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 10:32 pm
דורך טמיר
ב"ה, דערווייל זעהט אויס אז איך האב געטון איין מוצלחדיגע זאך אין לעבן. נישט געקויפט ביטקוין איין יאר צוריק

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:25 am
דורך דער גאלדענער אדלער
די אנגעבליכע סיבה פארוואס ביטקאון פאלט אזוי איז ווייל ס'דא א גרויסע מלחמה צווישן צווי פראקציעס אינערהאלב ביטקאון קעש וואס איז נארוואס צוטיילט געווארן, איינס ביטקאון קעש עי בי סי, ס'אנדערע איז ביטקאון קעש עס ווי, ס'אזוי ווי די די אלטע חסידים מיט די נייע שלאגן זיך ארום ארויסצוברענגן ווער זענען די עכטע פארגייערס.

"קרעיג רייט" אן אויסטרעלישער קאמפיוטער סייענטיסט און ביזנעסמאן, רעפרעזינטירנדיג דעם ביטקאון קעש עס ווי, און זעלבסט געקרוינטער "סעטאשי נעקעמאטא" טענה'ט אז ער איז דער ריכטיגער סעטאשי נעקעמאטא און נאר ער האט דער ריכטיגער וויזיאן ווי אזוי ביטקאון און פארוואס ביטקאון איז באשאפן געווארן משא"כ "ראדזער ווער" איז נישט דער ריכטיגער. סטראשעט אז ער גייט ווייזן די וועלט ווער ס'איז טאקע דער ריכיטיגער סעטאשי נעקעמאטא, און אז ער קען אראפברענגן די ביטקאון פרייזן ביזן תהום, מיט דעם וואס ער קען דאמפען א שלל מיט ביטקאונס וואס ער פארמאגט און קיינער ווייסט נישט וויפיל ער פארמאגט טאקע.
און למעשה טוט ער וואס ער האט צוגעזאגט, און די פרייזן טראסקענן מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, לאמיר האפן אז ער וועט זיך שנעל בארואיגן און יעדער זאל צוריק מאכן אלף פעמים ככה ושלא ישמע עוד פארלוסטן בכל מחנינו

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:29 am
דורך דער גאלדענער אדלער
למעשה האבן צוויי גרויסע קריפטא עקסטשעינדזשעס אנגענומען אז ביטקאון קעש עי בי סי זענען די ריכטיגע און זיי זענען די עכטע ביטקאון חסידים, און פארגייערס פון ביטקאון, און די ביטקאון קעש עס ווי זענען סתם צולאזטע ציווילדעוועטע חסידים וואס זענען א סכנה פאר די מענטשהייט.
און דאס איז וואס דער קרעיג רייט האלט נישט אויס, סטראשענדיג אז ער וועט ווייזן פאר די וועלט ווער ס'זענען די אמתדיגע חסידים,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:10 am
דורך קורקלענד
סאטאושי פארפיגט אויף די בראשית בּלאַק פון ביטקוין, לעצטע עתה האט ער עס נישט גערירט פון ארט. אז איינער וויל אויפווייזן אז ער איז די אמת סאטאושי וועט ער דארפן ווייזן אז ער האט קאנטראל אויף די בראשית בּלאַק..... אדערווייל זיצט דער בראשית בּלאַק גענצליך איזאלירט.

די זאך איז אבער אז נישט נאר ביטקוין איז שטארק געפאלן, אלע קרפיטאוס האבן ענליך געטראסקעט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:44 pm
דורך איך אויך
נאכאמאל, עס איז ווערט $0.00. ווארען באפעט פארשטייט נאך אזוי גוט צו קראנטע אינוועסטמענטס ווי סיי וועלכע סאטושי.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
איך אויך האט געשריבן:נאכאמאל, עס איז ווערט $0.00. ווארען באפעט פארשטייט נאך אזוי גוט צו קראנטע אינוועסטמענטס ווי סיי וועלכע סאטושי.
ווארען באפעט האט אוועק געמאכט די טעק בום אויך, און נאר יארן שפעטער האט ער אינוועסטירט דערין און אויך נישט קיין סאך, ער איז בעצם נישט קיין טעק אינוועסטאר. אבער דאס מיינט נישט אז טעק אין סיי וואספארא פארום איז נישט קראנט

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2018 7:53 pm
דורך קורקלענד
$3780

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2019 10:33 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
לאור צו די אויפוואכונג פון ביטקוין איז כדאי צוריק אויפצולעבן דעם אשכול.
1BTC=$5280
ס'דא וואס טענה'נן אז דאס מאל נאך אזא לאנגע פאזע און טיפע קארעקשן איז דא גרויסע טשאנסן אז דאס זאל ארויפגיין ביז $50000.00

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 9:29 am
דורך חיים יואל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:לאור צו די אויפוואכונג פון ביטקוין איז כדאי צוריק אויפצולעבן דעם אשכול.
1BTC=$5280
ס'דא וואס טענה'נן אז דאס מאל נאך אזא לאנגע פאזע און טיפע קארעקשן איז דא גרויסע טשאנסן אז דאס זאל ארויפגיין ביז $50000.00

אלס פיין פאר גבירים.. Can go wrong...
אבער עמך יודן זאלען נישט נעמען די Risk..

עמך יודן נישט אינוועסטירן אין Bitcoin..

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:49 am
דורך זאפטיג
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:לאור צו די אויפוואכונג פון ביטקוין איז כדאי צוריק אויפצולעבן דעם אשכול.
1BTC=$5280
ס'דא וואס טענה'נן אז דאס מאל נאך אזא לאנגע פאזע און טיפע קארעקשן איז דא גרויסע טשאנסן אז דאס זאל ארויפגיין ביז $50000.00


ס' דא וואס טענעהן! ווער איז דער דא ??
אני הקטן האב משקיע געווען אין ביטקוין אריינגעלייגט ווען געווען 3 . געווען דארטן ווען געווען 20. ארויסגעשלעפט ווען געווען 6.
איין זאך קען איך נאר זאגן
איך האב דעם נושא אדורכגעטוהן שעות פאברענגט. גערעט מיט פארשידעענע אזוי גערופענע עקספערטן קיין איינער אין דער גאנצע וועלט האט מיר נישט געקענט הינדערט פראצענט געבן צי פארשטיין וואס פונקטליך רוקט זיך דא.
מיין פריוואטע מסקנא: איך האב א שטארקע געפיל אז דא זיצן אפאר ליצים מיט פיזאמעס און פאנטאפעל מיט לעפ טאפס אין דער האנט און לאכן מיט הויכע טענער הא הא הא

רבותי! לייגט געלט און פארזיכערטע ערטער וואס איר פארשטייט וואס איר טיט! נישט אין א זאך וואס איז אנאנים!! און מען דארף אזוי זיין א ריזיגע מומחה צי קענען באמת פארשטיין!

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 1:30 pm
דורך איך אויך
נישט נאר אויף הונדערט פאצענט נאר אפילו אויף א הונדערטסטעל פון א פראצענט קען דיר קיינער אין די וועלט נישט מסביר זיין ווי אזוי ווען דיין קאמפיוטער 'רעדט' מיט נאך טויזנט קאמפיוטערס ווערט 'באשאפן' געלט.

עס אז גאר קלאר אז דאס אין איין ריזיגע סקעם.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 9:28 am
דורך חיים יואל
איך אויך האט געשריבן:נישט נאר אויף הונדערט פאצענט נאר אפילו אויף א הונדערטסטעל פון א פראצענט קען דיר קיינער אין די וועלט נישט מסביר זיין ווי אזוי ווען דיין קאמפיוטער 'רעדט' מיט נאך טויזנט קאמפיוטערס ווערט 'באשאפן' געלט.

עס אז גאר קלאר אז דאס אין איין ריזיגע סקעם.

דאס אין איין ריזיגע סקעם?
איך מיין ס'איז א ריזיגע Risk..

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 10:50 am
דורך זאפטיג
חיים יואל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:נישט נאר אויף הונדערט פאצענט נאר אפילו אויף א הונדערטסטעל פון א פראצענט קען דיר קיינער אין די וועלט נישט מסביר זיין ווי אזוי ווען דיין קאמפיוטער 'רעדט' מיט נאך טויזנט קאמפיוטערס ווערט 'באשאפן' געלט.

עס אז גאר קלאר אז דאס אין איין ריזיגע סקעם.

דאס אין איין ריזיגע סקעם?
איך מיין ס'איז א ריזיגע Risk..


א RISK איז א זאך וואס די קענסט געבן צי פארשטיין ווי אזוי די קענסט פארדינען און וויפול טשאנס צי פארלירן און פארוואס
א SCAM איז א זאך וואס איז סתם באלאניס אין דער וועלט אריין וואס מען רעט ציד יר א שפראך וואס די הייבסט ניטאמאל אן צי פארשטיין נאר די גייסט משקיע זיין ווייל מען איז דיך מסביר אז די גייסט ווערן א גביר איבערנאכט

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 1:19 pm
דורך קומזיץ
אז די פארשטייסט נישט פונטקליך ווי אזוי עס ארבעט מיינט נישט אז עס איז א סקעם ,
ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט על רגל אחת אבער איך ווייס פון מענטשען וואס טוען אין פראגראמינג וואס האבן פארשטאנען ווי אזוי עס ארבעט,
אויך רעדט מען נישט דא פון עפעס א געהיימע פארשוין וואס זיצט אין אינדיע אדער פאקיסטאן און סקעמ'ט מענטשען , ס'איז דא אסאך באקאנטע פראמאנירטע מענטשען וואס זענען ארויסגעקומען מיט נייע coins ווייל זיי האלטן אז ס'איז דא א עתיד און דעם,
אסאך פון דעיע איז גרינג צו פארשטיין ווי אזוי מען קען מאכן געלט פון דעם, זיי זאגן אז עס קען נעמען צייט ביז האנדלען דורכ'ן blockchain וועט ווערן עובר לסוחר.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 2:21 pm
דורך לולקע באנוצער
קומזיץ האט געשריבן:ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט על רגל אחת אבער איך ווייס פון מענטשען וואס טוען אין פראגראמינג וואס האבן פארשטאנען ווי אזוי עס ארבעט


כ'האב גראדע געטראפן אן אנליין בחנם'דיגע קורס (פאר פראגרעמערס) וואס לערנט אויס וויאזוי קריפטא-קורענסיס ארבעטן, און וויאזוי צו מאכן אן אייגענע. כ'בין גראדע גאנץ אינטערעסירט דערין נאר כ'האב נישט אזויפיל צייט דערפאר.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 2:34 pm
דורך יעקב מענטש
קומזיץ האט געשריבן:אז די פארשטייסט נישט פונטקליך ווי אזוי עס ארבעט מיינט נישט אז עס איז א סקעם ,
ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט על רגל אחת אבער איך ווייס פון מענטשען וואס טוען אין פראגראמינג וואס האבן פארשטאנען ווי אזוי עס ארבעט,
אויך רעדט מען נישט דא פון עפעס א געהיימע פארשוין וואס זיצט אין אינדיע אדער פאקיסטאן און סקעמ'ט מענטשען , ס'איז דא אסאך באקאנטע פראמאנירטע מענטשען וואס זענען ארויסגעקומען מיט נייע coins ווייל זיי האלטן אז ס'איז דא א עתיד און דעם,
אסאך פון דעיע איז גרינג צו פארשטיין ווי אזוי מען קען מאכן געלט פון דעם, זיי זאגן אז עס קען נעמען צייט ביז האנדלען דורכ'ן blockchain וועט ווערן עובר לסוחר.

סקעם איז מעגליך אומריכטיג (ווענגלייך ס'איז זיכער די מערסטע באנוצטע קארענסי ביי שווינדלער...)

אבער ס'איז קלאר אז ס'פעלט אין דעם די יסודות אויף וואס א קארענסי איז געבויעט, קיינער מאכט נישט אוועק די געלונגענע טעכנאלאגיע, און זאל די אמעריקאנע גאווערמענט ארויפלייגן דעם דאלער אויף א בלאקטשעין סיסטעם וואלט עס זיכער פאראויסגערוקט די וועלט, אבער א ביטקוין אן קיין שום סיבה פארוואס דאס זאל ווערט זיין איז טאקע נאר ווערט ווילאנג ס'איז אין די נייעס.