בלאט 13 פון 21

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 3:23 pm
דורך זר זהב
אז ס'דא א וועג וויאזוי די סיסטעם זאל נאר ציילן "יוניק לייענרס" וואלט געווען אינטערסאנט עס צו אדאפטירן.
פונקט ווי ווען מ'שטימט אנליין וועט עס ביים צווייטן פאלשן וואוט זאגן "טענקס מיר האבן שוין געציילט אייער שטימע"...

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 3:23 pm
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:צייכן אן אונטער-פארומס אילס געליינט

דא א איבריגע י' ביים ווארט "אלס"

????

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 6:09 pm
דורך שמואל הלוי
וואס פארשטייסטו נישט?

גיי אריין אין געזעלשאפט פארום, טו אן דיינע ברילן און קוק אויף די לינקע זייט, וועסטו זען ווי ס'שטייט "צייכן אן אונטער-פארומס אילס געליינט".

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 6:12 pm
דורך זר זהב
און וואס האסטע אויפגעטון??

אגב פארשטיי איך נישט וואס יענע פיטשור איז פונקטליך

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 6:20 pm
דורך שמואל הלוי
דו מוזט טאקע נישט פארשטיין און איך האב עס נישט געשריבן צו דיר, איך האב עס געשריבן פאר די טייערע הנהלה אז ס'איז דא א טעות אינעם ווארט "אילס" און ס'דארף שטיין "אלס", היות דער אשכול איז געמאכט אויפצומערקן אויף טעותים.

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 6:21 pm
דורך זר זהב
אקעי כ'געמיינט אז דו רעדסט צו מיר. -- טשאבעס

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:26 pm
דורך ענן כבד
ווען מטרייט צו אפלאוידען צו א גרויסע פראפיל בילד קומט דאס ארויף...
דער פערזענליכער אוואטאר דארף זיין אמווייניגסטנס 20 פיקסעלס אין די ברייט און 20 פיקסעלס אין די הייעך, אבער נישט דיקער פון 90 פיקסעלס אין די ברייט אין 90 פיקסעלס אין די ברייט

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:16 pm
דורך טאמבל סאס
איז מעגליך צו זען א ליסטע בלויז פון די באנוצער אין מאחורי הפרגוד פארום?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:35 pm
דורך מזכה
יא, גיי צו דיין נאמען ביי באניצער גרופעס איז דא א דראפ דאון, קליק אויף מאחורי הפרגוד און קליק אויף "גיי"

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:36 pm
דורך טאמבל סאס
א דאנק.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:31 pm
דורך טאמבל סאס
מען האט שוין לאנג נישט דערהיינטיקט דעם אשכול... עס זענען צוגעקומען אסאך פרישע נושאים אינעם פארשלאסן פארום.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:45 pm
דורך בן תמליון
מזל טוב צום פיר הונדרעטסטן באנוצער אין קאווע שטיבל. האב מיר שוין ארבע מאות איש שלא כרעו לבעל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:17 pm
דורך געפילטע פיש
Java האט געשריבן:מיר האבן צוגעלייגט די מעגליכקייט צו עמבעדן יו-טוב ווידעאס אין הודעות.

לעת עתה איז אוממעגליך צו מאכן א עמבעדעד יו-טוב לינק זאל שפילן אין פול סקרין, אויב די מנהלים זענען מסכים קענט איר צולייגען

קוד: וועל אויס אלע

<param name="allowFullScreen" value="true"></param>
צו די HTML replacement פון יו-טוב.

א יישר כח.


stackoverflow.com/questions/9648614/phpbb-optimal-youtube-bbcode
www.phpbb.com/community/viewtopic.php?f=46&t=2119603

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 12:50 pm
דורך Java
אויפן בקשה פון געפילטע פיש און נאך האבן מיר צוגעלייגט די מעגליכקייט צו זען יו-טוב קליפס אין פול סקרין. א ייש"כ פאר געפילטע פיש פארן געבן די נויטיגע אנווייזונגען.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 3:47 pm
דורך געפילטע פיש
Java האט געשריבן:אויפן בקשה פון געפילטע פיש און נאך האבן מיר צוגעלייגט די מעגליכקייט צו זען יו-טוב קליפס אין פול סקרין. א ייש"כ פאר געפילטע פיש פארן געבן די נויטיגע אנווייזונגען.

א ריזיגען יישר כח פאר ר' ז'אווא בפרט און די מנהלים בכלל, פארן זיין אזוי איבערגעגעבן, נאכצוטאנצען יעדע פאנטאזיע פון יעדע מעמבער, און נאך אזוי שנעל, ביז אפאר שעה איז שוין די פראסעס געפארן. וואונדערבאר! אן אמת'ן יישר כח.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 7:03 pm
דורך Java
אויפן הויפט בלאט, אונטער די סטאטיסטיקס וויפיל זענען יעצט דא און וויפיל זענען דא געווען האבן מיר צוגעלייגט א נייע סטאטיסטיק: די 15 מערסט געלייקטע באניצער אין קאווע שטיבל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 7:10 pm
דורך שמואל הלוי
די נאמען "לייקס ראנגען" ווערט אבער באנוצט פאר א אנדערע צוועק (אויבן פונעם בלאט), אפשר טוישן צו "באניצער מיט די מערסטע לייקס" אדער עפעס ענליכ'ס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:01 pm
דורך גדעון
פארוואס בין איך נישט ערלויבט צו ליינען עטליכע תגובות פון די לייקס ראנגען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:41 pm
דורך יידל
גדעון האט געשריבן:פארוואס בין איך נישט ערלויבט צו ליינען עטליכע תגובות פון די לייקס ראנגען?

האסט ערלויבעניש צום פריוואטן פארום?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 7:43 pm
דורך קאמפיאטער
פארוואס נאר ווייז אייערע הודעות איז דא אויף יעדע בלאט אפי אינמיטן אן אשכול אין נישט זיך אקטיווע אשכולות ?
איז עס נישט מער וויכטיגער??

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:00 pm
דורך משה רוקח
איז עפעס ראנג מיט די קאווע שטיבל סערווערס? די לעצטע צוויי דריי טעג יעדעס מאל איך קליק אויף א לינק (צו איז עס א אשכול אדער סתם א לייק וכו'), פארט עס מורא'דיג שטאט.
אויף אייוועלט און אנדערע סייט און פארום'ס האב איך נישט דעם פראבלעם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:05 pm
דורך זר זהב
ביי מיר אויך אביסל.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:16 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט געקענט ארייקומען דא די לעצטע 15 מיניט!

Oops! Google Chrome could not connect to kaveshtiebel.com
Suggestions:
Try reloading the page
Search on Google: