בלאט 13 פון 179

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 2:13 pm
דורך היסטאריקער
געהערט בשם ר׳ בערל קליין

א יונגעל וויל אויפהענגן זיין מאנטעל זעט ער א צעטיל "די הענגערס זענן נאר פאר די מלמדים"

שרייבט דער יונגעל צו "אויך פאר מאנטלען"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:21 am
דורך שרייבער
באקומען אין אימעיל

The skvere rebbe's einikel walked in to a bank to open up a bank account so the bank rep asks him what is your name and he answers

Yakov Yosef Twersky and what is your wife's name he answers Malka Twersky and what is your wife's maiden name he answers Twersky then he asked for security purposes what is your mothers maiden name so he once again answers Twersky. The bank rep looks

lost and says "Sir I don't think you understand what maiden means" so Rabbi Twersky answers "And I don't think you know what Twersky means!!"

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:54 pm
דורך מיקוה נייעס
:lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:57 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט געהערט פון א וויזניצע אייניקעל, אז די מעשה איז נישט אמת.
ס'איז געשעהן מיט זיין בני בית וואס הייסט הגר, ער הייסט הגר, און למעלה בקודש

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 8:21 pm
דורך שמעקעדיג
רעדנדיג פון הגר, דערמאן איך זיך א מילתא דבדיחותא פון די מעלות, יארן צוריק.
איינע פון די וויזניצע רבי'ס האט זיך געטראפן מיט איינע פון די גור'ע רבי'ס.
האט זיך וויזניצער רבי אנגערופן צום גער'ער, איך גלייך אייך, ווייל די תורה זאגט דאך ואהבתם את ה"גר", מען זאל ליב האבן גר,
האט דער גער'ער תיכף ומיד צוריקגעענטפערט, איך האב אייך אויך ליב, פונעם זעלבן פסוק, ואהבתם את "הגר" (האגער)...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 10:16 pm
דורך diff
כל נבילה לגר

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:32 am
דורך ונבנתה העיר
בהמשך צו די געגועים צו מוטער רוסלאנד ברענג איך דא פון אדמו"ר פרעזידענט רעיגן יבורך זכרו.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=g6wdEjTAExA[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Xjv082CPz9g[/youtube]

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:40 am
דורך מים חיים
היינטיגע דיפלאמאטיע וואלט ערלויבט דעם פרעזידענט זיך אזוי צו וויצלען???

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:39 am
דורך קאווע טרינקער
כ'האב געטראכט אזוי
מ'ווייסט דאך אז ביי מכת חושך איז געווען צוויי לעוועל'ס.
דאס זעלבע האט פארסירט דאהי אין אמעריקא די וואך.
קודם איז געווען א בלעיק-אט, חושך, קיין לעקטער.
דארנאך מיט'ן געווינסט פונעם פרעזידענט זענען מיר אריין אינעם צווייטען מדריגה, וימש חושך, ודו"ק והבן כי קצרתי מחמת חמת בני חם

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 3:00 pm
דורך ונבנתה העיר
מים חיים האט געשריבן:היינטיגע דיפלאמאטיע וואלט ערלויבט דעם פרעזידענט זיך אזוי צו וויצלען???

רעיגן שאני.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 2:35 pm
דורך קליגער איד
עס איז אזוי ווי יענער בחור וואס האט געגעסען טעג
האט ער געהאט יעדען טאג קארטאפעל....
איינמאהל פרעגט ער די בעל הביתטע וואסארא ברכה מאכט מען אויף קארטאפעל
זאגט זי היתכן די ווייסט נישט אויף א זאך וואס גייט פון דער ערד מאכט מען א בורא פרי האדמה...
זאגט ער יא דאס ווייס איך, אבער וואסארא ברכה מאכט מען אויף עפעס וואס גייט פון די נאז.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:29 pm
דורך לעמיל
שטארק ווארט פאר די וואס פארשטייען עיברית!

קצב עומד לסגור את העסק שלו וכלב נכנס לתוך האטליז. הוא ניסה להפחיד אותו,
אבל הכלב חזר. שוב ניסה להפחיד אותו, אבל אז שם לב שהכלב מחזיק מעטפה בפיו.

הקצב פתח את המעטפה ומצא שטר של 100 ש"ח וגם פתק: "אנא שלח לי עם הכלב 1 ק"ג
של בשר בקר טחון ו- 2 ק"ג שניצלים".

המום, הקצב לקח את הכסף, הכניס את הבשר הטחון והשניצלים בשקית והניח אותה מול
הכלב, אך שכח לתת את העודף.

הכלב התחיל לנבוח ולהראות את הניבים שלו.

כשהבין מה קורה הקצב הכניס את העודף בתוך השקית , הכלב נרגע, לקח את השקית
בפיו ועזב את האטליז.

הקצב סגר את העסק שלו במהירות והלך אחרי הכלב .
הכלב ירד במורד הרחוב עד הרמזור הראשון, ישב על המדרכה והמתין שיהפוך לירוק
ואז חצה את הרחוב עם הקצב מאחוריו במעקב צמוד.
לאחר הליכה לאורך מספר בלוקים וחציית רחובות אחדים נעמד הקצב פעור פה כי ראה
שהכלב עצר ליד בית, הניח את השקית על הריצפה, נעמד על רגליו האחוריות וצלצל
בפעמון. הדלת לא נפתחה. הכלב צעד אחורה, התנגש בדלת ברעש חזק הוא חזר על
הפעולה מספר פעמים, אך איש לא ענה בבית.

הקצב ראה אז שהכלב לקח את השקית בפיו, הקיף את הבית, קפץ מעל לגדר וניגש
לחלון, שיחק עם הרגליים על הזכוכית מספר פעמים ולאחר מכן חזר אל הדלת.

איש אחד פתח את הדלת ... והחל להכות קשות את הכלב! הקצב רץ אל האיש כדי לעצור
אותו ואמר: "אלוקים, בן אדם, מה אתה עושה? הכלב שלך הוא גאון !"
האיש, ענה בכעס גדול: "איזה גאון? הכלב הזה מטומטם! זאת הפעם השנייה השבוע,
שהוא שוכח את המפתחות .... ואני באמבטיה!"

מוסר השכל:
לא משנה כמה תעבוד, בעיני הבוס שום דבר לא מספיק.
מייל זה מיועד לאלה שחושבים לעבוד כמו כלב

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:40 pm
דורך שמעקעדיג
גוט!
עמער פרעגן מיין באלעבאס צי ער פארשטייט עברית, און אים געבן צו לייענען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
דורך לעמיל
צו ער וויל פארשטיין פרעג אים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:12 pm
דורך קאווע טרינקער
מילתא בדיחותא.
ס'האט א מאל א אונגערישע רב געזאגט א בחור וואס פלעגט עסען טעג:
נו, ווען וועסטו שוין אויפעסען די ניין טעג!!!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:04 pm
דורך מים חיים
לעמיל האט געשריבן:שטארק ווארט פאר די וואס פארשטייען עיברית!

קצב עומד לסגור את העסק שלו וכלב נכנס לתוך האטליז. הוא ניסה להפחיד אותו,
אבל הכלב חזר. שוב ניסה להפחיד אותו, אבל אז שם לב שהכלב מחזיק מעטפה בפיו.

הקצב פתח את המעטפה ומצא שטר של 100 ש"ח וגם פתק: "אנא שלח לי עם הכלב 1 ק"ג
של בשר בקר טחון ו- 2 ק"ג שניצלים".

המום, הקצב לקח את הכסף, הכניס את הבשר הטחון והשניצלים בשקית והניח אותה מול
הכלב, אך שכח לתת את העודף.

הכלב התחיל לנבוח ולהראות את הניבים שלו.

כשהבין מה קורה הקצב הכניס את העודף בתוך השקית , הכלב נרגע, לקח את השקית
בפיו ועזב את האטליז.

הקצב סגר את העסק שלו במהירות והלך אחרי הכלב .
הכלב ירד במורד הרחוב עד הרמזור הראשון, ישב על המדרכה והמתין שיהפוך לירוק
ואז חצה את הרחוב עם הקצב מאחוריו במעקב צמוד.
לאחר הליכה לאורך מספר בלוקים וחציית רחובות אחדים נעמד הקצב פעור פה כי ראה
שהכלב עצר ליד בית, הניח את השקית על הריצפה, נעמד על רגליו האחוריות וצלצל
בפעמון. הדלת לא נפתחה. הכלב צעד אחורה, התנגש בדלת ברעש חזק הוא חזר על
הפעולה מספר פעמים, אך איש לא ענה בבית.

הקצב ראה אז שהכלב לקח את השקית בפיו, הקיף את הבית, קפץ מעל לגדר וניגש
לחלון, שיחק עם הרגליים על הזכוכית מספר פעמים ולאחר מכן חזר אל הדלת.

איש אחד פתח את הדלת ... והחל להכות קשות את הכלב! הקצב רץ אל האיש כדי לעצור
אותו ואמר: "אלוקים, בן אדם, מה אתה עושה? הכלב שלך הוא גאון !"
האיש, ענה בכעס גדול: "איזה גאון? הכלב הזה מטומטם! זאת הפעם השנייה השבוע,
שהוא שוכח את המפתחות .... ואני באמבטיה!"

מוסר השכל:
לא משנה כמה תעבוד, בעיני הבוס שום דבר לא מספיק.
מייל זה מיועד לאלה שחושבים לעבוד כמו כלב


עס איז גענוג וויכטיג עס איבערצוטייטשן אויף אידיש.

א קצב האט געהאלטן ביים פארמאכן זיין געשעפט און א הינטל איז אריינגעקומען אין בוטשער, ער האט אים פרובירט צו דערשרעקן און פארטרייבן, אבער דער הינטל איז צוריקגעקומען. ער האט אים נאכאמאל פרובירט צו דערשרעקן, אבער ער האט באמערקט אז דער הינטל האט א ענוועלאופ אין פיסקל.

דער קצב האט געפענט די ענוועלאופ און ער האט געזעהן א גלאטן הונדערטער מיט א צעטל "ביטע שיק מיר מיטן הינטל א קילא געמאלענע בהמה פלייש און 2 קילא בייליג פלייש".

ערשטוינט, האט דער קצב גענומען די געלט, אריינגעלייגט די געמאלענע פלייש מיט די בייליג אין א זעקל און אראפגעלייגט פארן הינטל, אבער ער האט פארגעסן צו געבן טשעינדזש פונעם הונדערטער.

דער הינטל האט אנגעהויבן בילן, און געוויזן זיינע ציינער.

ווען ער האט געכאפט וואס דא גייט פאר, האט ער אריינגעלייגט די טשעינדזש אינעם בעג. די הינטל האט זיך בארואיגט, גענומען די בעג אין פיסקל, און ער האט פארלאזט דעם געשעפט.

די קצב האט געשווינד אראפגעצויגן די גראטעס פונעם געשעפט און ער האט אנגעהויבן נאכגיין דעם הונט.

דער הינטל איז ארויס, אראפשפאצירט ביז די טרעפיק לייט, זיך אוועקגעזעצט אויפן סיידאוולק און געווארט אז די לייט זאל ווערן גרין, און ערשט דאן איז ער אריבער די גאס - מיטן קצב שפאצירנדיג תיכף אונטער אים.

נאך א שפאציר פון עטליכע גאסן, און קראסן אפאר סטריטס, איז די קצב געבליבן מיט אן אפן מויל, ווען ער האט געזעהן די הינטל שטעלט זיך אפ פאר א הויז, לייגט אראפ די בעג אויפן פלאר, שטעלט זיך אויף די אונטערשטע פוס, און קלינגט די בעלל!!

קיינער האט נישט געפענט די טיר. די הינטל איז געגאנגען אויף צוריקצווועגס, און זיך אריינגעקלאפט אינעם טיר מיט זיין גאנצע גוף, מאכנדיג א גרויס גערודער, אבער אין קול ואין עונה. קיינער עפענט נישט.

די קצב האט געזעהן ווי די הינטל נעמט די בעג אין מויל, גייט ארום די הויז פון די בעק, שפרינגט איבער די געיט, און גייט צו צום פענסטער, קראצט מיט זיין פוס אויפן גלאז עטליכע מאל, און נאכדעם גייט ער צוריק צום טיר פון פארנט.

איינער עפענט די טיר, און פאנגט אן געבן מכות רצח פארן הינט!!!

די קצב לויפט צו, און שטעלט אים אפ, "OMG, וואס טוסטו? דיין הונט איז א גאון!!

דער מענטש, ענטפערט מיט גרויס כעס: "וואס האקסטו אין קאפ גאון? א הינט א גאסן שוטה ! שוין די צווייטע מאל די וואך, וואס ער פארגעסט די שליסלעך..... און איך בין אין די וואנע!!!

מוסר השכל:
עס איז נישט קיין נפקא מינא וויפיל דו ארבייטסט, אין די אויגן פונעם בעלבוס איז גארנישט נישט גענוג...

דאס איז ספעציעל געשריבן פאר די מענטשן וואס פלאנען צו ארבייטן ווי א הונט....

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:22 pm
דורך הרב_שלום
What's the difference between a republican and a democrat
The republican sign the front of the check and the democrats sign the back of the check

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:13 pm
דורך שמעקעדיג
הרב_שלום האט געשריבן:What's the difference between a republican and a democrat
The republican sign the front of the check and the democrats sign the back of the check

גוט! געוואלדיג!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 12:46 pm
דורך פיקציע
וויצן אויף די היינטיגע אטאקעס אין עזה, ווי די לופט קרעפטן אין א"י האט אומגעברענגט אכמעד אל דזשאבארי א הויכראנגיגער פירער פון כאמאס, וועלכע איז פאראנטווארלטליך אויף די פארכאפונג פונעם סאלדאט גלעד שליט.

ערוץ 2 - מוחמד ג'עברי חוסל...!..
ערוץ 10 - מוחמד ג'עברי חוסל בפעולה כירורגית של חיל האוויר..!.
ערוץ 11 - גלעד עדיין חי..!!!



פארוואס האבן די ישראלים געווארט ביז יעצט אומצוברענגען שליט'ס קידנעפער?
זיי האבן געווארט אלע 1000 ארעסטאנטן זאלן שוין זיין אומגעברענגט!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:22 pm
דורך פיקציע
יאג דיר צי, מ'קען נאך אפשר ראטעווען די מאטאר...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:39 am
דורך a1b2
א מחותן איז צוגעגאנגען צום זינגער און געזאגט: קענסט זינגען וואס דו ווילסט, אבער איך האב נישט ליב "משיח" און איך האב פיינט "יודן"...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:54 am
דורך berlbalaguleh
פיקציע האט געשריבן:איך האב זיך גע'חלומ'ט די נאכט א חלום אויף פראנצויזיש. איך האב נישט פארשטאנען קיין ווארט!

קוק אויף "גוגל טרענסלעיט". אמאליגע צייטן וואלט מען דיר געזאגט צו קוקן אין דיקשיאנערי. :lol:

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:41 am
דורך מיקוה נייעס
א באמבע איז געפאלן אויף א ישיבה אין בני ברק, און געלונגען אויף איין בעט, צוויי בחורים זענען געשעדיגט געווארן...