בלאט 13 פון 14
נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:51 am
דורך גאלד
געשטימט פאר די נאמען פאלעסטיין
נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:02 pm
דורך ישראל קאפקע
סהאט גארנישט מיט גוגל,
עפעס א נארישע פרא איזראעל אקטיוויסט וויל זיין קיוט.
60 יאר זעלבסט שטענדיגדיע מדינת ישראל, ווי זי האלט היינט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:12 pm
דורך elter-zeide
היינט 60 יאר א שטארקע מדינה, שטארק מיליטעריש, שטארק עקענאמיש, שטארק אין עלי', שטארק אין תורה, מיזען זיי זיך אראפלאזען פאר די טעראריסטען, אין מיזען מיט זיי פארהאנדלען "כעבדי כמה מרי", כאמאס פירט זיי טאג טעגלעך מיט פארשידענע דריידערלעך, סטעף ביי סטעף, אין דע גרויסע גבורים ווערען אזוי אריין געשלעפט ציביסלעך טיפער אין טיפער אין זייער נעטץ, קיק ווי מ'האלט היינט? יעדער ביי זיך ווייסט וואס דע נעקסטע סטעף גייט זיין, ווער האט דאס אמאל געקלערט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:25 pm
דורך קאווע טרינקער
נאך 210 יאר זיין אין מצרים, גייט מען ענדליך ארויס, און ווען מ'האט נישט גענוג פעטיגע פלייש, שרייט מען "המבלי אין קברים במצרים.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:14 pm
דורך ווייט פיש
די גרויסע לייט און תורה אידן האבן די זאכען פאראויסגעשאצט, עס איז קיינע נייעס
צוריק אנגהויבען
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:37 pm
דורך אהבת ישראל
רבותי די מלחמה האט זיך צוריק אנגהויבען..דע חאמאס האט צישטערט דעם סיז פייער..אין דע לופט פלאטע האט זיך גענעמען ערענסט אטאקירין
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:55 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:58 pm
דורך יאיר
ר' בערל, איך האלט אז דו זאלסט ווערן דער אנפירער פון די אנטי דעפעמעישאן ליגע. דו וואלסט געמאכט א פיל בעסערע זשאב מיט דיין עלאקוואנטע שפראך, הערליכע לאנגע ווייסע בארד, און דיינע פעשעיל עקספרעשאנס וואס באגלייטן יעדן קאמענט, ווי דער אנגעבלאזענער אברהם פאקסמאן מיט זיין קרוב צו א מיליאן דאלער א יאר וועיזש.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:42 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 pm
דורך petergrifin
@ישראל קאפקע .
ס׳װערט באריכטעט אז כאמאס האט גענומען קרעדיט פאר די קידנעפינג פון די דרײ בחורים הי׳ד.
אויב געדענק איך גוט האסטו מיט אנדערע געטענות אז װאס װיל ביבי פון זײ נעבעך זײ האבן
גארנישט געטוהן! יעס? נאו? מעיבי סאו?
דא האסטו א קליפ װי כאמאס(?) נעמט קרעדיט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VgfBkQ38rrI[/youtube]
ערוץ שבע.
http://www.israelnationalnews.com/News/ ... _VXFsVdV1E
ביבי'ס פאפולאריטעט טראסקעט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:24 pm
דורך ישראל קאפקע
ביבי נתניהו'ס פאפולאריטעט איז געפאלן אין די לעצטע פיר וואכן מיט 44 פראצענט!!
א טשענעל 2 אנקעטע ארויסגעקומען די וואך ווייזט אז נתניהו'ס צופרידנהייט ראטע איז אראפ צו 38%, א חודש צוריק ביים אינוואדירן עזה איז זיין צופרידנהייט ראטע געווען 82%!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:14 pm
דורך שמעקעדיג
וואס זענען די סיבות דערצו?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:18 pm
דורך קינד_אן_קייט
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס זענען די סיבות דערצו?
ווייל אנדערש ווי קאפקע, האלט דער עולם אז ביבי האט זיך נישט גענוג שטארק געספראוועט מיט חאמאס און צוריק געהאלטן דאס מיליטער צו גיין בכל חומר הדין.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:41 pm
דורך ישראל קאפקע
וואו קום איך אריין דא?
פשוט די פאלק (די אידן וואס וואוינען אין מדינת ישראל) האט געוואלט
1)אפשטעלן די ראקעטן
2)צוריקענטפערן פאר כאמאס, פארן שיסן ראקעטן,
דעריבער ווען צה''ל האט אינוואדירט עזה האט די פאלק באקומען #2 און פארשטאנען אז דאס גייט עררייכן #1
אזויווי ביבי האט נאכן צעשטערן די (אלטע נייעס) טונעלן דערקלערט 'מישאן אקאמפלישד' און אפגעפיצט פון עזה אן ענדיגן די דענערווירנדע ראקעטן איז די פאלק אנטוישט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:51 pm
דורך קינד_אן_קייט
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואו קום איך אריין דא?
דו קומסט דא אריין ווייל דו ברענגסט א שטיקל אנקעטע בבחינת שמחה לאיד (כך נראה לעין, ואתכם הסליחה אם טעיתי).
אן אנקעטע קען מען דרייען אהער און אהין און ס׳איז טאקע שווער צו לערנען פירושים, אבער לפע״ד, האלט נישט דאס פאלק אז זיי האבן באקומען #2 ווי דו זאגסט, און ביבי האט נאך גענוג שכל און האט קיינמאל נישט געהאט צוגעזאגט #1 במפורש.
ער האט זיך יא אלעמאל אהערגעשטעלט אלץ איינער וואס קען דעליווערן ״בטחון״ און למעשה קען ער עס נישט דעליווערן (קיינער קען נישט). בפועל, האלט אויך דער עולם אז ער האט נישט געטאן גענוג וכנ״ל.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:33 pm
דורך ישראל קאפקע
איך קום נישט אריין בכל אופן, ווייל איך וואוין נישט דארט, מען האט מיר נישט געפרעגט און מיין מיינונג איז נישט מאסגעבנד אין אן אנקעטע פון מדינת ישראל בירגער אויף זייער פרעמיער,
יעצט, בשעתן זיין אין עזה גלייב איך דאס האט באפרידיגט #2 און ביים אפפיצן נישט, אבער זיין עיקר פראבלעם איז דאס נישט קענען דורכפירן #1, איך שטעל זיך פאר אז דו וועסט מודה זיין אז אויב ער וואלט געשלאסן א לאנגטערמיניגע פייערשטילשטאנט, און עס וואלט געווארן איינגעהאלטן דורך ביידע זייטן, וואלט ער נישט געהאלטן ביי 38%,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:59 pm
דורך elter-zeide
דער גלות "מדינת ישראל" האט זיך שוין אנגעהובען, ווער האט זיך געחלומט אז 60 יאר נאך דע גאולה, וועט ווערען א גלות,
http://www.vosizneias.com/176655/2014/0 ... om-border/
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:33 pm
דורך קדש הילולים
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס זענען די סיבות דערצו?
איך מיין אז דו עיקר סיבה איז, ווייל מען האט נישט געמאכט דו אנקעטע דא אין ק״ש. דא וואלט ער זיכער ארויס מיט מער סימפאטיע ווי פארן אריינגיין אין עזה.
ס׳טייטש? מ׳טאר דאך נישט זיין א ״שונא(מדינת)ישראל״!...
נאר אויב נטרונא טוט עפעס אויף פאר אידישקייט, איז א מצוה זיי אראפצורייסן. אבער ווען דער אוכל נבילות וטריפות, וואס אידיש בליט שפילט ביי אים בכלל נישט קיין ראלע; זיינע פאליטישע חשבונות; זיין בענקל , שטייט אים פאר אלעם (וואס ס׳איז שטארק מסתבר אז נאר וועגן זיין בענקל איז ער בכלל אריין אין קריג, ואכמ״ל), ווען ער טוט עפעס, איז מען דאך מחוייב אנצונעמען אז ער טוט גוט, און אז ס׳איז זיכער נאר פאר דו טובה פון יודן...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:46 am
דורך diff
שָׂמֵחַ לְאֵיד לֹא יִנָּקֶה מצודת דוד
"שמח לאיד" - השמח על תקלת חבירו לא ינקה מן התקלה ההיא כי תבוא גם עליו
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:14 am
דורך לאליפאפ
diff האט געשריבן:שָׂמֵחַ לְאֵיד לֹא יִנָּקֶה מצודת דוד
"שמח לאיד" - השמח על תקלת חבירו לא ינקה מן התקלה ההיא כי תבוא גם עליו
וואו שטייט דעיס?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:12 am
דורך diff
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:30 am
דורך elter-zeide
ובחן לבות ה', (משלי י"ז ג') אבל לבות בני אדם יבחנם ה', הטובה היא, אם רעה, (מצודת דוד)
שיס פייער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:03 pm
דורך למדן
ווי ס' זעהט אויס איז דא א שיס פייער, מ' עפנט אביסל דעם בלאקאדע און די וויכטיגע זאכן גייט מען רעדן נאכדעם...
זעהט אויס אז דער עולם איז ביזי מיט וויכטיגערע זאכן