Re: דער אייוועלט אשכול
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:19 pm
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=7514
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:22 pm לעצטע משנה אין מס' גיטין.
די תנאים ואמוראים האבן געהאלטן סוף מס' גיטין. מ'האט שוין דורכגעטוהן אלע הלכות פון די ווייטאגליכע פרשה וואס הייסט א גט. די ספר כריתות, די שליחות, די לשמה, די דעת, און אזוי ווייטער. און יעצט ווען מ'האלט שוין ביים פארענדיגען די מסכתא, מ'שליסט שוין די נושא, מ'רוקט זיך שוין צו מער פרייליכע מסכתות הבאים עליהם לטובה, שטעלט זיך די גורל'דיגע שאלה אין בית המדרש. ווען זאל א מענטש געבן א גט ??? אדער מער דייטליך, פארוואס געבט א מענטש א גט פאר זיין ווייב ??? דורכאויס די גאנצע זמן ווען מ'האט עוסק געווען אין מס' גיטין איז מען נאר געווען פארנומען מיט די הלכה'דיגע אספעקטן פון א גט, די הערליכע לומדות און רייד וואס מס' גיטין איז געבענטשט, אבער ווען מ'האלט שוין ביי סתימת הגולל און מ'קוקט שוין ארויס אויפ'ן סיום, וועקט זיך אויף די אונטער'ן באוואוסטזיין נאגנ'דיגן פראגע, פארוואס ? אוי טאטע, פארוואס גט א מענטש זיין ווייב ?? און נאך מיט אלע קאנסעקווענצען וואס קומען ארויס דערפון. דא הייבן חכמינו ז''ל אן צו דן זיין אין די געפילישע און פסיכאלאגישע פערספעקטיוו פון די צוועלעף שורות.
איז וויבאלד די נושא איז א ברענעדיגע נושא, און אונז האב מיר זוכה געווען צו קלארע רייד פון חכמינו ז''ל אין די ענינים, לאמיר צוזאמען דורכטוהן די ענין און לערנען א משנה וואס די תנאים האבן אונז געשריבן.
משנה מסכת גיטין פרק ט' משנה י. בית שמאי אומרים לא יגרש אדם את אשתו אלא אם כן מצא בה ערות דבר שנאמר כי מצא בה ערות דבר, בית הלל אומרים אפילו הקדיחה תבשילו שנאמר כי מצא בה ערות דבר, ר' עקיבא אומר אפילו מצא אחרת נאה הימנה שנאמר והיה אם לא תמצא חן בעיניו.
פאוואליע.... נישט אזוי שנעל. מיר האבן געלערנט דא דריי שיטות אונטער וואסערע אומשטענדן א מאן זאל געבן א גט פאר זיין ווייב, און לאמיר פארשטיין אלע, שטייט און קלאר.
די ערשטע שיטה איז שיטת בית שמאי, און ס'איז לכאורה די גרינגסטע צו פארשטיין .זי האט א ערות דבר, פינטל. ערות דבר ווערט ערקלערט אין די גמרא אז דאס מיינט אז זי טוהט עבירות. זייער סימפל, יאנקל האט חתונה געהאט מיט זיין ווייב בשעה טובה ומוצלחת און אלעס איז געפארן געשמירט. זי איז געווען א פיינע, א ערליכע, א קלוגע, און זיי זענען זיך זייער גוט אויסגעקומען פאר עטליכע יאר ב''ה, אבער ליידער האבן זיך זאכן נאכדעם גענצליך געטוישט, עס איז נישט געשעהן אין איין טאג, אבער נאך א שטיקל תקופה האט זיך אנגעזעהן א בולט'דיגע און גאר יסודות'דיגע חילוק פון זיין אלטע ווייב צו זיין נייע ווייב. אירע השקפות החיים איז נישט צו דערקענען, איר מהות איז געטוישט מהיפך אל היפך, איר סדר היום טראגט איר אויף גאר ווייטע פלעצער, אירע פריינט ווייסן נישט וואס איז מיט איר געשעהן. יאנקל זעהט אז די מצב איז ביטער. קודם פרובירט ער צו גיין צו א רב, די רב טרעפט זיך רעדן צו די פיר ווענט, דערנאך פרובירט יאנקל א טעראפיסט, די טעראפיסט הייבט די הענט נאך א קורצע וויילע, יאנקל פילט ווי זיין וועלט פאלט צאם, נאך א שטיק צייט זעהט יאנקל אז געים איז אווער, זייערע וועגן האבן זיך קאמפליטלי פונאנדערגעשיידט, מיט א שווער הארץ גיבט יאנקל א גט און ווייסט אז דאס איז עס, די קאפיטל איז געשלאסן.
מזבח מוריד עליו דמעות. :-e;/ :-e;/ :-e;/
―――–――――――――――――――––―
די צווייטע שיטה אין די משנה איז שיטת בית הלל, אינגאנצן א צווייטע געשיכטעלע. בית הלל איז מודה צו בית שמאי אין די פריערדיגע מעשה אז געבן א גט אין אזא סיטואציע איז א פאסיגע אויספיהר פאר אזא טראגעדיע, אבער בית הלל זאגט אז מ'דארף נישט קריכן ביז אזא האר אויפשטעלנדע פאסירונג פאר א לעגיטימע סיבה צו גט'ן, אפילו א אומטויגליכע אומבאלומפערטע פרוי איז נישט עפעס וואס א מענטש דארף זיך צאמליידן פאר'ן לעבן, זי פארברענט זיינע געקעכצן. לאמיר זיך באקענען מיט משה.
משה האט חתונה געהאט מיט זיין ווייב למזל טוב און ער האט איר אין אנהייב גראדע געגליכן. ער האט שוין געהערט אלץ חתן אז זי איז א צופלויגענע, אבער ער האט געטראכט אז ער וועט אפילו הנאה האבן דערפון. ער האט נישט געוואלט האבן א ווייב וואס וועט אים שטיין אויפ'ן קאפ און הייסן צוזאמלייגן די שבת'דיגע טלית א מינוט נאך הבדלה. און ער האט אויך נישט געוואלט האבן א ווייב וואס וועט שוין אויסליידיגן די פריזער צו מאכן פלאץ פאר די טשיז קעיקס פינעף וואכן פאר שבועות. ער האט געקענט באשטיין צו האבן א לויזע אטמאספערע אין שטוב. אבער ווי זאגן נאר די גוטזאגער, א מענטש טראכט אין גאט לאכט. בעט נישט צו שטארק פאר עפעס ווייל ס'קען נאך אנקומען.... פאר די צונאמי וואס האט באטראפן זיין היים גלייך נאך שבע ברכות האט זיך קיינער נישט געראכטן, ווען די הויפן שמוציגע געשיר אין סינק איז אנגעקומען א אמה העכער די קאונטער און שארף געדראעט איינצופאלן האט זיך א דערשראקענע משה שנעל גענומען צו די עבודה און ארויף געשארט די ארבעל, ווען ער האט זיך דערזעהן טאג נאך טאג מיט האלב רויע אייערשפייז אין זיין נעבעכ'דיגע סענדוויטש איז משה געווארן א נאנטער ידיד מיט די כולל'ס ווענדינג מאשין. משה פלעגט אייביג מיינען אז ''צוויי לינקע הענט'' איז עפעס א מין לאזונג וואס מען זאגט אויף געוויסע שטאט'ס שלימזלנים, ער האט אין וויסטן חלום זיך נישט פארגעשטעלט אז איינע פון דיזע וועט נאך וואינען ביי אים אין חצר. ווען די קינדער האבן שוין אנגעהויבן אינטערוואקסן איז עס געקומען צו א מצב וואס משה האט זיך אויסגעלערנט אז אויב ער וועט נישט וואשן די וועש וועט עס קיינער נישט טוהן, און אויב ער וועט נישט באשטעלן עסן פונעם לאקאלן רעסטוראנט וועט זיין ווייב'ס הקדיחה תבשילו'דיגע נאכטמאל נישט שטילן זיין הונגער. עס איז געקומען ביז א פונקט וואס משה האט געפילט אז ער קען נישט מער, ער איז געגאנגען צו בי''ד און געמאלדן אז ער גיבט אריין א רעזיגנאציע בריוול. בית הלל זאגט אים, יא ! מיר פארשטייען דיר, דו האסט א לעגיטימע סיבה זיך צו גט'ן.
א שאד. א שאד. :-e;/ :-e;/ :-e;/
――――――――――――――――――――――
מיר פארשטייען זייער גוט יאנקל מיט משה. אזעלכע זאכן קענען זיך מאכן. און כאטש ס'איז א גרויסע ווייטאג יעדעס מאל וואס א יודישע שטוב ווערט צובראכן, מאכט זיך אבער דא און דארט אויסנאם פעלער. א יעדע מענטש האט א בחירה. ער אדער זי קען בוחר זיין צו ארבעטן אויף זיך, צו ארבעטן אויף די מידת הסבלנות, תיקון המידות, און אזוי ווייטער. אדער קען ער מחליט זיין אז ער האלט נישט ביים ליידן און שווייגן און ער גייט זיך נישט לאזן טרעטן... און שוין.
אבער יעצט ריק מיר זיך ווייטער צו שיטת רבי עקיבא. הייליגער רבי עקיבא... גרויסער תנא רבי עקיבא.... ווי אזוי קען מיר פארשטיין דיינע הייליגע ווערטער ??? צו דען האלטסטו אז א מאן זאל גט'ן זיין ווייב ווייל ער האט געזעהן א שענערע ? עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל. א מאן איז חתונה געהאט צופרידענערהייט פאר עטליכע יאר ב''ה, אלעס גייט אים גוט, די לעבן פארט געשמאק. איין טאג, באאם ! ער האט געזעהן א שענערס, די פרשה איז געענדיגט, ער גייט צום נעקסטן, גע'ענדיגט מיט זיין ערשטע ווייב, זאל זי גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט. זיינע אייגענע קינדער וואס ער האט געהאט מיט איר לאזט ער צו די ווינט, און ער גייט הוליען א לעבן. דאס איז וואס ר' עקיבא זאגט ? רבונא דעלמא, ווי קען זיין אזא זאך ? און ווען ענדיגט זיך דאס ? אין לדבר סוף, יעדע מאל ער זעהט עפעס אנדערש לויפט ער עס נאך? א מאן זאל נישט זיין צופרידענערהייט חתונה געהאט מיט זיין געטרייע אשת נעורים וואס די באשעפער האט אים געשאנקן ?
לעטס דעמאנסטרעיט. א יונגערמאן היינטיגע טעג שפאצירט אריין אין ביהמ''ד איין צופרי די קאפ אביסל אראפגעלאזט, זעהט אויס גאנץ צובראכן, ער זונטאג'ט אויף א פלעינע מיטוואך, זיינע חברים גייען צו צו אים, פרעגן אים, וואס גייט פאר ? מ'קען דיר מיט עפעס העלפן ? ער ענטפערט מיט א פארלוירענע שטימע, כ'ווייס נישט וואס צו טוהן, עפעס גייט פאר, פרעג בעסער נישט, סאמטינג טעריבעל איז גאאינג אן. וואס הייסט ? ווערן די חברים דערשראקן, זאג אונז יעצט, אפשר קעמעדיר מיט עפעס העלפן ? צום סוף דערווישן זיי ארויס פון אים, אז עפעס גייט פאר ביי אים אינדערהיים, די מצב איז גארנישט אזוי מסודר. נאך קורצע אינוועסטוגאציעס שווימט ארויס די ביטערליכע מציאות אז ס'שפילט זיך אפ א בית שמאי געשיכטעלע ביי אים אין שטוב, מ'דארף גרויס רחמי שמים, זיין ווייב איז א פרוי פון וועם די משנה רעדט. יעדער פילט מורא'דיג שלעכט פאר אים, מ'האפט אז זאכן זאלן גיין צום גוטן, מ'איז מתפלל אז זאכן זאלן זיך טוישן. אויב הערט מען אבער נאך א שטיק צייט אז די מעשה האט זיך ליידער גענדיגט מיט א גט, האט יעדער שטארקע מיטגעפיהל מיט אים, מ'פארשטייט אים, מ'האפט אז בקרוב וועט ער נאכאמאל זוכה זיין צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל. מ'האפט אז די איבערגאנג וועט נישט צו שטארק שאטן פאר די קינדערלעך, און יעדער וועט אינגיכן קומען אל המנוחה ואל הנחלה.
יעצט לאמיר איבערשפילן די זעלבע מעשה נאר א משהו אנדערש. א יונגערמאן היינטיגע טעג שפאצירט אריין אין ביהמ''ד אביסל פאר'חלומ'ט, זיין קאפ איז נישטא, קיינער ווייסט נישט וואו ס'איז. זיינע חברים גייען צו צו אים און פרעגן אים וואס גייט פאר ? מ'קען דיר מיט עפעס העלפן ? ניין, ס'גוט, ענטפערט ער מיט א געמאכטע רואיגקייט, גארנישט גייט נישט פאר. די עולם לאזט אים אפ און פרעגט אים נישט קיין קושיות, כאטש יעדער זעהט אז עפעס איז דעפיניטלי wראנג. נאך א שטיק צייט פלאצט די נייעס ווי א באמבע אין העלן טאג, אז די יונגערמאן האט רח''ל איבערגעלאזט זיין שטוב מיט פינף קינדערלעך, געגאנגען וואוינען מיט עפעס א......... וואס ער האט אנגעטראפן ערגעצוואו אויפ'ן טריפה'נען אינטערנעט. זיין ווייב וויינט אינדערהיים, ווייסט נישט וועלכע בייזע חלום האט איר באטראפן. זיינע קינדער זענען צושוידערט, ווייסן נישט וואו טאטי איז פלוצלינג אנטרונען געווארן. זיי דארפן עמערדזשענסי באקומען טעראפי, א ערנסטע מומחה צו וועם זיי זאלן זיך קענען אויסרעדן זייערע דערשראקענע הערצעלעך. די גאנצע שטאט שמועסט פון די געפערליכע מעשה וואס האט דא געשעהן, און פון וואסערע רשע דער טאטע איז. ר' עקיבא האלט אז ער איז גערעכט ? מצא אחרת נאה הימנה מעג גט'ן זיין ווייב ? וואס גייט דא פאר ? ווי אזוי קענען מיר דאס פארשטיין ?
מ'רעדט שוין נישט פון דעם וואס שלמה המלך זאגט אין משלי, ''שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל''. לאמיר אפילו זאגן אז חן ויופי איז די עיקר. לוינט זיך אבער אויף דעם חשבון צו פארלירן אלעס אנדערש ?
לאמיר יעצט אנקוקן די מעשה פון א אנדערע אנגעל. ווער איז די מאן דאמר אז א מאן זאל גט'ן זיין ווייב ווען ס'איז ''מצא אחרת נאה הימנה'' ? די הייליגע תנא ר' עקיבא. ווער איז געווען ר' עקיבא ? ווער איז געווען ר' עקיבא'ס אייגענע פרוי ? מיר קענען אלע די מעשה. לאמיר זיך דערמאנען.
גמ' מס' כתובות דף ס''ב.
ס'געווען א פאסטוך וואס האט געהייסן עקיבא. דער עקיבא איז געווען אזא עם הארץ אז אפילו קיין א''ב האט ער נישט געקענט. ער איז געווען אזוי ווייט פון תורה ומצוות אז ער פלעגט זאגן ''געצמיר א תלמיד חכם און כ'וועל אים בייסן ווי א אייזל'' !! ער איז געווען א פאסטוך ביי דער בארימטע עושר ''כלבא שבוע''. דארט פלעגט ער פאשענען די שעפעלעך און בהמה'לעך. כלבא שבוע'ס טאכטער, די גאר געלונגענע און געראטענע רחל, האט באמערקט אויף דעם פויער'ישן עקיבא אז ער האט א שטיקל איידלקייט צו זיך. זי האט באמערקט עפעס אויף אים וואס קיינער אנדערש האט נישט געזעהן. זי האט גענומען דעם געמבל און אים געזאגט איך בין מסכים חתונה צו האבן מיט דיר אויב דו גייסט גיין לערנען תורה. פאר די החלטה צו חתונה האבן מיט ר' עקיבא האט זי זיך ממש מוסר נפש געווען. זי איז געווען גרייט צו פארלירן אלעס. איר טאטע האט איר געזאגט באקומסט נישט קיין פעני פון מיין גאנצע פארמעגן אויב דו טוהסט דאס. זי איז אבער נאכאלץ איינגעגאנגן אויף דעם ווייל זי איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געזעהן וואס פון דער עקיבא קען נאך אויסוואקסן. מסירת נפש שאין כדוגמתה.
די סוף מעשה קענען מיר אלע. ר' עקיבא איז אויסגעוואקסן דער גרויסער הייליגע תנא רבי עקיבא, וואס גאנץ תורה שבע''פ גייט לשיטתו, אלעס אדאנק זיין ווייב וואס האט געגלייבט אין אים. און ווי רבי עקיבא אליינס האט זיך אויסגעדרוקט פאר זיינע טויזענטע תלמידים מיט די באוויסטע ווערטער ''שלי ושלכם שלה היא''. רחל אשת ר' עקיבא, די בארימטע פרוי וואס איז פארצייכענט געווארן מיט גאלדענע אותיות אין די קורות הדורות פון יודישע היסטאריע.
זאגט אונז אבער יעצט ר' עקיבא אז מצא אחרת נאה הימנה איז בארעכטיגט צו אפלאזן זיין ערשטע ווייב. צו וואלט דען די הייליגער תנא רבי עקיבא אפגעלאזט זיין פרוי וואס ער איז שולדיג זיין גאנצע לעבן וועגן מצא אחרת נאה הימנה ?? מצא אחרת נאה הימנה וועגט דען איבער די אלע תורה, טויזענטע תלמידים, גאנץ תושבע''פ ? ס'זעהט אויס אז ס'דארף א געהעריגע ביאור.
עס איז סתם אזוי שווער צו פארשטיין, בימי חז''ל האט מען געקענט חתונה האבן מיט וויפיל פרויען מ'וויל. מילא לויט בית שמאי א פרוי וואס זונדיגט דארף מען גט'ן, ס'דאך נישטא קיין אנדערע ברירה. די זעלבע איז לויט בית הלל. אבער לויט רבי עקיבא מצא אחרת נאה הימנה וואס פעלט אויס צו גט'ן ? ער קען חתונה האבן מיט נאך א פרוי, זאל ער האבן צוויי, וואס ער דארף ער מצער זיין די ערשטע ?
די תירוץ איז זייער פשוט. ווען א מאן האט חתונה איז זיין תפקיד ''ושמח את אשתו אשר לקח'', ער האט נאר איין ווייב און ער פרייט זיך מיט איר, ער ווייסט אז דאס איז וואס דער באשעפער האט אויסגעוועלט פאר אים און בעסער קען גארנישט זיין. ס'איז מצא אשה מצא טוב. פאר ער האט חתונה געהאט איז ער געווען א פלג גופא, מופקר לכל, שרוי בלא חומה, און נאכ'ן חתונה איז ער אנגעקומען צו זיין ציל. ער איז פרייליך און מושלם, ער האט א אינערליכע רואיגקייט, ער מיט זיין ווייב זענען איינס און קיין שום פרעמדער קען זיך דארט נישט אריינמישן.
אויב איינער האט חתונה און דאס אויבנדערמאנטע האט נישט פאסירט, ער ערפילט נישט זיין תפקיד, ער קוקט נאך אלץ ארום אויפ'ן וועלט זעהן וואס נאך הנאות אדער תאוות ער קען האבן, ער איז נישט צופרידן מיט זיך און זיין חלק בעולם, האט ער נאכנישט חתונה געהאט. ער האט גארנישט פון די גאנצע זאך, שלימות איז נאך ווייט פון אים.
ווען מ'איז מדייק די ווערטער וואס ר' עקיבא האט געשריבן אין די משנה זעהט מען אז אין זיינע ווערטער ליגט א טיפע כוונה. בית שמאי זאגט אז אויב ''זי'' איז די פראבלעם, דהיינו- זי טוט עבירות, זאל ער איר גט'ן. בית הלל זאגט אויפ'ן זעלבן גאנג, אויב זי האט א פראבלעם, זי איז א שרעקליך אומטויגליכע, איז צייט זיך צו שיידן. ר' עקיבא זאגט נישט אז זי האט א פראבלעם דהיינו- זי איז א נישט שיינע, נאר פונקט פארקערט ''ער'' האט א פראבלעם, ''אפילו מצא אחרת נאה הימנה'', ער זעהט שענערע. א רגע, פארוואס זעסטו שענערע פרויען ?? כ'האב געמיינט דו האסט שוין חתונה געהאט ?? מצאת אשה, דו האסט דיין אשה כשירה, פארוואס ביסטו נאך פארנומען ארומקוקן און קאמפערן צווישן דיע און די אנדערע ? אלא מאי דו ביסט בכלל נישט חתונה געהאט, דו ביסט בכלל נישט איינס מיט דיין פרוי, דו האסט נאכנישט אנערקענט די געוואלדיגע מתנה וואס די באשעפער האט דיר געגעבן. נו, אויב אזוי קענסטו איר רואיג אפ'גט'ן, האסט סייווי נישט קיין שייכות מיט איר.
רבי עקיבא איז געווען דער וואס האט ריכטיג אנערקענט אין די כח פון א פרוי. ער האט עס מיטגעלעבט אויף די אייגענע ביינער. ער האט ערשט האנטיג געוויסט די געוואלדיגע מעלה פון ליב האבן און טראסטן די פרוי על כל צעד ושעל. טאקע דערפאר איז ער די בעל המימרא וואס זאגט אז אויב ביזטו נישט חתונה געהאט, אפילו דו האסט א פרוי אבער דו האסט מיט איר גארנישט, דו זוכסט נאך אנדערע, דאן קענסטו זיך צוטיילן פון איר רח''ל, ס'איז במילא נישט מצא אשה מצא טוב, דו האסט נאכנישט געטראפן, דו זוכסט נאך.
דאס איז פשט פון שיטת רבי עקיבא אין די משנה. ער האט גארנישט פון חתונה האבן מיט נאך א פרוי. ער האט נאכנישט חתונה געהאט מיט די ערשטע.
דיסקלעימער: די ארטיקל איז געשריבן פון א מאן'ס שטאנדפונקט, וואו דער מאן איז דער נישט צופרידענער. די סיבה דערצו איז ווייל די משנה איז געשריבן פון דעם שטאנדפונקט, און ווייל אייוועלט איז געמאכט פאר מענער. מען קען ניצן דעם זעלבן ארטיקל אויף פארקערט ווי דער פרוי איז דער מיט די פראבלעם.
יאפס קוקט אויס אזוי, געווען דארט זייער היציג נעכטן וועגען זיין לעצטע שמועס ווי ער רעדט וועגן רילעשאנשיפ ביי קאפלס...אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 7:29 am האט איינער אן אהנונג צו די לעיזער קרויס אשכול איז אראפ פון אייוועלט?
איך טרעף עס נישט ביי אקטיווע אשכולות. נישט אין די קול מבשר אשכול - https://www.ivelt.com/forum/viewforum.php?f=214. און נישט ווען איך מאך א סורטש דערויף - https://www.ivelt.com/forum/search.php? ... 7%96%D7%9F.
אויב יא, פארוואס?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 6#p4920686עלינו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:44 pm הערליך ר' אליהו,
לענין פשט, קודם אין בית הלל לערנען אסאך ראשונים אז מען רעדט הקדיחה תבשילו במזיד, אויף ר' עקיבא וואס (אגב פסק'ענט מען נישט אזוי, און עס איז אויך כדי צו זען די לשון הרמב"ם אין פי' המשניות) פאשטיי איך נישט דיין טענה, ר' עקיבא רעדט נישט צו ער איז א נארמאלער מענטש אדער צו מען דארף אים לייגן אויף די דעקל פון די ****, ר' עקיבא זאגט אז מען מעג גט'ן א פרוי פאר עני זאך, איינער קומט צום ב"ד און ער זאגט איך וויל גט'ן מיין ווייב פרעגט אים ב"ד פארוואס אויב ער ענטפערט זי געפעלט מער נישט ווייל איך האב געזען אחרת נאה הימנה לויט ב"ש און ב"ה זאגט מען אים אז ער טאר זיך נישט גט'ן, לויט ר' עקיבא "מעג" ער, מען דארף נאך אלס טוהן אלעס אז ער זאל בלייבן מיט זיין ערשטע ווייב, און מען מוז אים נישט פארשטיין און מען דארף נישט מסכים זיין צו די שריט, (איינער וואס ער האט געטראפן אויפן אינטערנעט וכו' קען זיין איז אין כלל פון מצוה לגרשה).
ועוד אין די מעשה פון ר' עקיבא האסטו אריינגעלייגט קינדער און כאילו דער מענטש גייט ארום הוליען, איינער וואס האט קינדער איז אפי' ביי א אשה רעה נישט דער סדר צו גט'ן עיין עירובין מא ע"ב.
בלויע רעקל האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 3:12 pm איך זיך שוין לאנג א מקור.. ווי שטייט אין שולחן־ערוך אז קוקן אויף א פרוי( נישט פאר הנאה) איז אסור?
זכאי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 3:01 pm איך האלט שוין אפאר שעה נאכן וואטשן א הערליכע ווידעאוי וואס איז געווען דא אויפן וועלטל ארויסגעגעבן דורך איינע פון די גאר היימישע זינגערס און אינטערטעינערס בזמינינו, און איך קען נאך אלס נישט צו זיך קומען.
ווי געטרויט זיך א היימישער זינגער מיט א היימישער פרודוסער ארויסצוגעבן אן אפעציעלער ווידעאוי וואו מען זעהט א פרוי?! האבן מיר טאקע פארגעסן אז מיר האבן א טאטען אין הימל וואס האט אונז אויסדערוועלט אלס זיין פאלק, און ער האט אונז געגעבן זיין תורה מיט פונקטליכע אנווייזונגען וואס מען מעג יא און נישט טוען?
לאמיך אייך מסביר זיין וואס באדערט מיר.
ניין איך בין נישט קיין פרומער אדער כאניאקישער אינגערמאן און ניין איך בין אויך נישט איינער וואס זיצט באהלה של תורה און פארברענגט נישט קיין מינוט ליידיג. און יא עס באדערט מיר אויך אפט ווען מאנכע דא אויפן וועלטעל פראווענען פרומקייט בעת וואס זיי זיצן און פארברענגען צייט אויפן געוועב, וואו מען זאגט קאם אן זיץ מיר נישט אויפן געוועב און רעד וועגן מסורה אדער השקפה וואס דו ביסט נישט דערביי, בעת וואס דו פארברענגטס דא די צייט.
אבער דאס איז דייקא וואס באדערט מיר, וואס איז געשען מיט אונז, האבן מיר טאקע פארגעסן וואו אונזער רויטע ליין איז? איז קוקן א ווידעאוי פון פרויען אזוי ווי פרעס מוצאי שבת נחמו מיט דזעל פיאות?
אידישקייט האט אין זיך אסאך גרעי עיריע און יא יעדער זאל מאכן זיין ליין וואו ער וויל. דו ווילסט עס מאכן ביי אן עד וואס ברענגט ארויס אשפיי און דיינע אויגן און מוחה זיין? פיין און וואויל. דער האט זיין שוואכקייט דארט, א צווייטער צו א פרענק מיט פעלדמאן לאנגזאם איז אויסגעהאלטן, א דריטער ביי גויעשע ניגונים וכהנה וכהנה די ליסט איז ענדלעס.
דאס איז אלעס זייער פיין און וואויל ווען מען רעדט פון מסורה השקפה וכו׳ וואס יעדער זאל טוען און האלטן דארט וואו ער האלט אמת׳דיג דערביי (אבער געדענק דיין זיין אויף איי וועלט ברענגט דיך שוין אויף גאנץ א נידיריגע לעוועל און די גרעי עיריע)
אבער רבותי עס איז דא א תורה מיט א שולחן ערוך און עפעס וואס שטייט דארט איז א רויטע ליין א ליין וואס מען טאר נישט דורכגיין
וואו קען ארויסקומען א היימישער ווידעאוי פאר די היימישע גאס מיט פרויען אויף דעם?! שומי שמים! נאכמער באדערט ווען דאס קוקט נישט אויס ווי פונקט אריינגעפאלן צילוב וואס מען האט געארפט הייערען אקטרעסעס, מעיקאפ, קאסטעיומס, וכו, און פארוואס, וואס איז אפילו די נסיון דא פארוואס האסטו עס געמוזט אריינלייגן?
נאר דא קומט מען צו צו דעם ווייטאגליכען נושא פון סאוישל מידיע, יא ווען מיר זענען אויפגעוואקסן (איך בין נישט אזוי אלט) איז א בילד פון א פרוי געווען אסור בתכלית האיסור. אבער איינמאל סואישל מידיע איז אריינגעקומען האט זיך אנגעהויבן קודם מיט נייעס וואו מען זעהט פרויען, און נאכדעם איז עס געגאנגען צו חתן כלה פיקטשערס, און פערטיג. און רח״ל עס וואקסט אויף א דור (א חלק דור) וואו דער גרעסטער אידישער סטאטוס אויף וואטס אפפ ברענגט אפעציעל בילדער פון נשים, און אינגעלייגט ציווישן זיך שיקן זיך אפעציעל ארום חתן כלה בילדער אן קיין שום בושה. און נאכדעם קען ארויסקומען אזא ווידעאוי ווי היינט (אדער דער ווידעאוי פון א באוויסטער קאמידיען וואו ער האלט א סיין אויפן גאס אז דער וואס האט ליב אידן זאל איהם קומען האגן, און ער האגט זיך מיט נשים!! העללאו דו פארריפסט זיך א איד בעת וואס דו טרעטסט אויף דאורייתא׳ס בריש גלוי?)
טייערע ברודער אונזער טאטע אין הימל איז אזוי גוט צו אונז ער גיבט אונז אזויפיל גוטע זאכן, לאמיר אבאכט געבן, לאמיר נישט ווערן אימיונט, לאמיר געדענקן וואו אונזער רויטע ליין איז און מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן אלס אידן וואו איידער ….. חלילה.
יעצט זע איך אז ס’איז שוין פארשפארט דארטזייער נייגעריג האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:11 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67458
שכולו טוב האט געשריבן: איי מיען עס קען צומאל נאך ה"י ווערן א סתירה צווישן די תורה מיט די סיסטעם... וואס וואלט מען געטוהן אזא צייט?
שוין נישט דארטסקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:51 pm סייקעדעליקס
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67523
אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר
די אמת איז אז עס שטייט אין גמרא אז אפילו איינער וואס איז א גרויסער תלמיד חכם און ירא שמים קען נאך אלץ זיין א טיפש. יא, אזוי שטייט אין גמרא, די גמרא אין מסכת נדה דף ט"ז ע"ב זאגט דדריש ר' חנינא בר פפא אותו מלאך הממונה על ההריון לילה שמו ונוטל טפה ומעמידה לפני הקב"ה ואומר לפניו רבש"ע טפה זו מה תהא עליה גבור או חלש חכם או טיפש עשיר או עני ואילו רשע או צדיק לא קאמר.
ר' חנינא בר פפא זאגט, די מלאך וואס איז פאראנטפערליך אויף די געבורט פון קינדער, נעמט די טיפה פון וואס די קינג וועט געבוירן ווערן און פרעגט אן ביי כביכול די רבוש"ע, וואס וועט זיין מיט דעם טיפה? וועט דער קינד זיין א שטארקער אדער א שוואכער? א חכם אדער א טיפש? רייך אדער ארעם? אבער ער פרעגט נישט אויב דאס קינד וועט זיין א צדיק אדער א רשע ווייל יעדער האט אן אייגענע בחירה.
אין אנדערע ווערטער, אפילו דער מענטש אויף וועם כביכול אליין בכבודו ובעצמו האט גוזר געווען אז ער זאל זיין א טיפש, קען נאך אויפוואקסן א צדיק! און נישט סתם א צדיק, נאר א צדיק אין די מושגים פון די הייליגע חז"ל! און ניין, דאס איז דער צדיק איז א טיפש, מאכט עס איהם גארנישט קלענער, ער וועט נאכאלץ זיצן אויבנאן אין גן עדן, עס איז ברייט באקאנט וואס די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט וועגן א צדיק א טיפש וואס וועט האבן א זיבן שטאקיגע גן עדן... עכ"פ ס'דא אזא זאך.
לעניינו, נישט אלע רבנים זענען באהאווענט אין אלע וועלטיליכע, עסקנישע און רפואה ענינים, אפגעזעהן פון זייער גדלות אין תורה, ירא"ש און צדקות, חז"ל לערנען אונז אין מסכת ברכות דף ד' ע"א למד לשונך לומר איני יודע, א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן 'איך ווייס נישט', נישט אלעס ווייסט מען און נישט אלעס קען מען וויסן, חז"ל לערנען אונז אויך אין אבות פרק ו' משנה ו' אז מ'דארף זיין א מכיר את מקומו, מ'דארף וויסן מיין קענטענסטין זענען אין שו"ע -נישט אין גמרא, אין יורה דעה -נישט אין הל' שבת, אדער אין תורה אין נישט אין רפואה -מענטעל העלט צו פיזישע העלט, דאס קען איך נישט, און אז מען קען נישט, דארף מען זאגן איני יודע -איך ווייס נישט.
זעה אויף אייוועלט: https://www.IVELT.com/forum/viewtopic.p ... 8#p4935868
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p4949407כ׳וואלט געפרעגט פארקערט.
און וויליאמסבורג האט געוואוינט א איד, א זוהן פון סיגעטער רב, ער האט מייסד געוועהן די סענדס סטריט ישיבה, געבויעט א שטעל ביי די ניינציג, וכו׳ וכו׳. לויט ווי פאר מענטשען האט דאן אויסגעקוקט - ווי אויך פון זיינע אייגענע לייגען אים נאך היינט אראפ אין די ביכלעך- איז ער ביזי געוועהן אכצען שעה א מעת לעת מיט עניני כלל. לאקאל און אינטערנאציאנאל. למעשה האט ער שולט געוועהן אויף כל התורה כולה, פון חומש רש״י מיט אלע ראשונים ואחרונים, ביז אלע סוגיות הש״ס מיט אלע ראשונים ואחרונים. נגלה, נסתר, הלכה שו״ע מיט אלע נושאי כלים. מדרשים, זוהר, ספרי מוסר, אלעס אויפן לשון. א בעל מחדש, א פוסק, א בעל מופת, א בעל דרשן, אליין געשריבן א חלק פון זיינע ספרים, גערעדט שעות ארוכות ברבים אן די מינדעסטע מעגליךקייט זיך אנצוגרייטן. ווער פון גרעסטע לייבן האט זיך מיט אים מפלפל האט ער מנצח געוועהן. ווי מען האט אנגעהויבן רעדן מיט אים איבער תורה איז ער געוועהן אינדערהיים און די מינוט. (נאכדערצו געוועהן א בעל יסורים, פארלוירן ווייב און קינדער אינגערהייט, נישט אזוי געוועהן בקו הבריאות גרויסע חלקים פון לעבן).
פשט? אויפן סיגולי?