בלאט 13 פון 214

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:15 pm
דורך בעל מדות
א גוט יאר טייערע אידן, רעדאגירער אויפן פארום איך זיץ שוין א לענגערן צייט און שטיבל אהן פארמאגן א גוטן געלעגנהייט פון זיך אהערשטעלן אלס נייע מיטגליד
למעשה איז יעצט געקומען די געלעגענהייט און איך פארבעט אייך צו פארברייטערן אייער פלאץ און הארץ און ארייננעמען אייער פרישער תושב
איך האף מיר וועלן אינאיינעם קענען פארברענגען מיט הנאה און געשמאק

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:21 pm
דורך Canon
ראשעקאל האט געשריבן:
Canon האט געשריבן:מיינע אינטערעסן זענען באזירט אויף פאטאגראפיע, איך האף צו קענען בארייכערן דא מיט מיינע ידיעות אין דעם שטח, איך האלט שוין דא ביי 25 ווערטער?

כ'זעה אז די האסט שוין געלייגט אפאר פיקטשער'ס פון רבי'ס. דאס איז דיינע אייגענע בילדער?

דערווייל יא. ווי נישט וועל איך שרייבן אז עס איז נישט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:23 pm
דורך שמעקעדיג
זייער שיינע און קלארע בילדער.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:11 pm
דורך naftuli hertzko
אין בקיצור, איך בון א פשט`א (סאטמערע) איד, וואס וויל מיטהאלטען די נייעס וואס טוט זיך ארום די וועלט, און שוין, זייטס מיר געזונט אידן...!!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:49 pm
דורך אביסעל שכל
I like kave shtibel I'm planning to write in Yiddish I had a nick here but i believe some people know who i am so Im changing it.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:59 pm
דורך כפתור
איך בין שוין א גאסט און ק"ש פאר א שטיק צייט, איך זעה אז ס'דרייען זיך דא אסאך קלוגע און דורגעטריבענע אידן. ס'לוינט זיך אמאל אריינצושרייבן נאר צו געבן א געזונטע לייק פאר א גוטע ארטיקל אדער הגה. איך בין א אינגערמאן קרוב צו אנהייבן חתונה מאכן אי"ה, געלערנט און חסידישע ישיבות, כ'האב ליב סייענס, אבער איך קען נישט גענוג אויף צו באשרייבן אזוי ווי די גרויסע קעפ דא אין שטיבל. כ'האב אויך ליב חסידישע פאליטיק. איך וואלט ווען געוואינט און קאווע שטעטל, און וואלט מיך אויך גערופן א "קאווע שטיבליסט". איך האב א פאנטאזיע אז די געטרייע חבירים און ק"ש זאלן זיך געטרויען גענוג צו קענען זיך אמאל טרעפן און א שוויץ אדער אוועקפארן א פאר טעג צוזאמען (I'm not holding my breath).

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:33 pm
דורך שמעקעדיג
יתרו האט געשריבן:איך בין שוין מיד פון אלע ניקים וואס קומען אן מיט א ערשטע הודעה אנגעפילט מיט געקינצעלטע פראזן און דער עולם מיינט אז אט אט באווייזט זיך א נייער שטערן. אבער וואו וואס ווען? מען הערט נישט פון זיין קיין פיפס די נעקסטע האלבע יאר.

כ'מיין נישט קיינעם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:50 pm
דורך זורח
ישוב ארץ ישראל מיר ווילן בעז"ה בארייכען דעם עולם מיט פארשידענע ארטיקלען און אנאליזן וועגן עליה וואוינען אין ארץ ישראל והמסתעף.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:13 pm
דורך לית דין בר נש
שלום עליכם זורח
שיק דיינע אריקלעך צו ישראל קאפקע פאר די שטעלסט עס ארויס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:20 pm
דורך אוזן שומעת
איך בין דא אנגעקומען בטעות אין איך האב אזוי אריין געבליקט אין איך האב פשוט הנאה געהאט איז וויל איך זיין א פארט דא אין די קאווע שטיבל אין איך האף אז אינז וועלן ציזאמען הנאה האבן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:59 pm
דורך ישראל קאפקע
זורח האט געשריבן:ישוב ארץ ישראל מיר ווילן בעז"ה בארייכען דעם עולם מיט פארשידענע ארטיקלען און אנאליזן וועגן עליה וואוינען אין ארץ ישראל והמסתעף.

פארוואס לייגסטו נישט א לינק צום זורח (חרידישע עליה פראפאגאנדע) וועבזייטל?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 7:18 pm
דורך אפטעמיסט
וואס מאכט א זאך אריין גיין אינעם גדר פון "פראפאגאנדע"?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:11 pm
דורך ישראל קאפקע
אפטעמיסט האט געשריבן:וואס מאכט א זאך אריין גיין אינעם גדר פון "פראפאגאנדע"?

כ'האב לאו דווקא געמיינט אין א שלעכטן זין, אבער פראפאגאנדע איז פראפאגאנדע,
עס איז אן ארגאניזאציע/וועבזייטל געווידמעט צו איבערצייגן חרידישע אידן צו מאכן עליה אויף מדינת ישראל,

פון אקספארד ענגליש דיקשאנערי
Propaganda, n. information intended to persuade or convince people.
דאס איז מיין איך אן אביעקטיווער פאל פון פראפאגאנדע,

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:17 pm
דורך אפטעמיסט
אויב אזוי רוף אויך דעם "ויואל משה", פראפאגאנדע.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:19 pm
דורך ישראל קאפקע
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אזוי רוף אויך דעם "ויואל משה", פראפאגאנדע.

איז רוף!
אבער ווי איך פארשטיי קומט ער דא פעדלען ארטיקלען און שיעורים וואס ליגט שוין אויפן זורח.קאם וועבזייטל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:24 pm
דורך צוונציג
איך בין א ביזנעס מאן וואס זיך אסאך מאל וויכטיגע אינפורמעישן אין איך קען נישט זייער גוט שרייבן יודיש אבער מיט די צייט וועל איך זיך אויסלערנען בעסער צו שרייבן איך בין געבוירן אין ארץ ישראל אין איך האב . חתנה געהט צו אמריקה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:33 pm
דורך יין שרף
נישט געוואוסט אז אמעריקע איז א נקבה...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:49 pm
דורך מאטי
"אמריקה" מיט א ה' איז א נקיבה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 8:20 pm
דורך זיידע
איך פארשטיי בהסתרה כשאני מסתיר פני הנה זה היום שקיווינו לו מיינע אנאליזן ארויס צו געבן גאר גאר שטארק. איך האב אסאך צו פארקויפן מען קען הנאה האבן מיט מיינע באשרייבןנגען הרבה יותר ממה שפרה רוצה להניק

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 8:22 pm
דורך עובר-לסוחר
איך בין צוויי אין דרייסיג יאר, איך לעב אליינס, קיינער לאדענט מיר קייממאל ניט פאר א שבת, נישט ווייל כלל ישראל האט פון מיר זיך מייאש געווהען, נאר ווייל איך טראכט פונקט ווי זיי, דאס איז אבער אלעס גוט, ווען די ווייב און קינדער האלטען נישט מיט, איך האף איך וועל קענען אפלאדענען אביסל פון הארץ, מיט מיינע ברודערס מיט אביסל אן אפענע קאפ און הארץ פאר א צווייטען'ס געפיל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 8:25 pm
דורך שטילע אינגערמאן
עובר-לסוחר האט געשריבן:איך בין צוויי אין דרייסיג יאר, איך לעב אליינס, קיינער לאדענט מיר קייממאל ניט פאר א שבת, נישט ווייל כלל ישראל האט פון מיר זיך מייאש געווהען, נאר ווייל איך טראכט פונקט ווי זיי, דאס איז אבער אלעס גוט, ווען די ווייב און קינדער האלטען נישט מיט, איך האף איך וועל קענען אפלאדענען אביסל פון הארץ, מיט מיינע ברודערס מיט אביסל אן אפענע קאפ און הארץ פאר א צווייטען'ס געפיל

אוי מיי גאש, [tag]גרוש[/tag] האט דיך געזאגט וועגען דער סייט?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:32 pm
דורך איך אויך
שטילקעלע נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען שרייבן הויעך.

שלום עליכם ר' סוחר ,פילט אייך באקוועם. באופן כללי האט מען זיכער מער ליב פאזאטיווע שרייבונגען אבער דאס נעמט נישט אוועק אויב איר דארפט פאר וועם זיך אויסצורעדן זעמיר אלע דא פאר דיר.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:53 am
דורך תורם
אינטרערסאנט דורצובלעטערן ארטיקלען איבער אקטואלישע נושאים אין אידישקייט און הערן יענעמ'ס מיינונג, און צו הערן תשובות אויף געוויסע שאלות וואס מיר וואונדערט, און איז יעדער אפען צו רעדן איבער אלעס און אלעמען