בלאט 13 פון 14
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 6:00 am
דורך איך אויך
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ס'איז א פארגעניגן צו זען ווי קאווע שטיבל ציהט צו זיך בלויז די סמייטע פון כלל ישראל, אזעלכע אידן וואס לא כרעו לבעל הציוני און ווייניג אינטערעסירט דא די וואלן אין מדנ''י, אונטער צען טויזענט צפיות אין דעם אשכול. בשעת וואס אויף די אנדערע זייט אויף היי מעלט ווערן צוגעצויגן אלע ציונים וואס קאכן אריין אינעם שמעלציגן ישראלישן טאפ. א חרפה.
ברוך וכול' שהבדילנו מן התועים
מען האט שוין אסאך מאל געשמיעסט אז די סאטמארע זענען בעצם די גרעסטע ציונים ,ואידך זיל גמור.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:18 pm
דורך chusid
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:27 pm
דורך גאנצל
ער טוט וואס יעדע פאליטישען טוט ער איז נאר א גרעסערע מחוצף לאכט ער אין פנים אפען
אוי וויי איך נעם מיך שוין צופיל אן פאר דעם עפרא לפימי'ניק וואס האט מחלל שם שמים געווען מסוף העולם עד סופו
אבער וואס זאל איך טון איך גלייך שטארקע לידערס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:14 pm
דורך געוואלדיג
נישט פאני, איך האב היינט געשמועסט מיט אן איי וועלט איד, און איך פרעג איהם היתכן אז דארט איז דא הונדערטער זייטן מיט פונקטליכע דיטעילד אינפאמעישן וועגן די בחירות הטמאות מיט פונקטליך וואס יעדער פאליטישן האט געזאגט, און אין די טרפה'נע קאווע שטיבל איז דא ווייניגער פון צוואנציג זייטן דערוועגן, ענטפערט ער מיר מיט א סטרעיט פעיס נו וואס ווילסטו, קאווע שטיבל איז דאך אן אונטערגאנג און טויט... נישטא ווער עס זאל לאכן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 6:27 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:רבותי איך וויל דא מגלה דעת זיין אז מען קען ציילן אויף איין האנט וויפיל מאל איך בין געווען אויף איי וועלט, איך מיין אז דא איז ב"ה פיל רייכער די תוכן און די ניקים, דא קומט דער גרויסער אבער, עס זענען דא זייער אסאך נושאים וואס ווערן דא נישט צוגערירט כמעט נאר די מינימאל ווי למשל די וואלן, איך זיך נישט צו גיין אויף אלע סייטס צו וויסן פונקטליך וואו די וואלן האלטן און איך קום דאס זוכן דא אבער איך טרעף קוים אפאר אויסגעדראשענע הערות און נישט גענוג אפדעיטעט,
האסטו בכלל געפאלגט שעפטיל ? געבן א לייק איז א שטיפ אויף פראנויס,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:05 pm
דורך געוואלדיג
דאכט זיך אז צומאל
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 2:49 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]גיבור[/tag] ווי ביסטו? ווי האלט יעצט די מצב עס פארמירט זיך שוין א רעגירונג? ווער גייט יא אריין און ווער נישט ווער באקומט א שיינע פאסטן?
אונז ווארטן אויף אפדעיטס זאג דיין בעל הבית אז עס איז שוין בין הזמנים
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 3:29 pm
דורך [NAMELESS]
די פרעזידענט איז ערווארטעט אין די קומענדיגע טעג צו גיבן די רשות פאר נתניהו צאמצישטעלן א קאליציה, נאכדעם גייט זיך אנפאנגען די אמפעריי איבער די פאזיציה'ס, און ביז בערך א חודש האט ער צייט צוזאמצישטעלן די קוליציה
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 5:08 pm
דורך smart
וואזוי ווערט מען די פרעזידענט אין מדינת ישראל? ווער וועלט אים אריין?
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 7:46 pm
דורך געוואלדיג
די חברי כנסת
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:48 am
דורך [NAMELESS]
כחלון האט געקענסלט די היינטיגע מיטינג מיט ביבי איבער פארמירן א קואליציה , ער איז נישט צופרידן מיט די פאסטנס וואס ביבי האט צוגעטיילט פאר גפני און דרעי ,
ביבי זאגט אז דאס איז אומוויכטיג צו טון און פאבליק ! און מען קען דאס מסדר זיין ביים פארהאנדלונגס טישל ,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:45 pm
דורך שמעקעדיג
זייטיגע שאלה: זאל מען טוישן נאמען פונעם אשכול?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:00 pm
דורך גיבור
אלס פותח האשכול גיב איך א הסכמה און איך האלט אויך אז מען דארף עס טוישן צו "בחירות אין מדינת ישראל 2015 " .
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 2:55 pm
דורך [NAMELESS]
היינט איז פארגעקומן די איינשווערונגס צערעמאניע פונעם 20'סטע רעגירונג אין מדינת ישראל. 39 אין צאל זענען פרישע חברה וואס זענען נאך קיינמאל געווען , 28 חברי הכנסת זענען פרויען ! א רעקארד פאר מדינת ישראל ,
עמיר פרץ דער עלטסטער אין כנסת איז געווען דער יושב ראש הכנסת פאר 140 מינוט ביז מען האט נאכאמאל אריינגעוועלט יולי אדלשטיין אלטס יושב ראש מיט 113 אנטקעגן 7 ,
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 3:20 pm
דורך פלעין יודיש
120 חברי כנסת אריינגערעכנט 13 חרידישע חכי"ם האבן היינט געשוווירען
"מתחייב אני" אז חוקי הכנסת והמדינה שטייט ביפאר חוקי התורה

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 3:37 pm
דורך יואב
פלעין יודיש האט געשריבן:120 חברי כנסת אריינגערעכנט 13 חרידישע חכי"ם האבן היינט געשוווירען
"מתחייב אני" אז חוקי הכנסת והמדינה שטייט ביפאר חוקי התורה

שוין, ערב ראש השנה וועלן זיי מאכן התרת נדרים, וליתר עז האבן זיי שוין מיט בכיות נוראות געזאגט דעם כל נדרי פארלאפענעם יום הקדוש.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 6:20 pm
דורך מאטי
אזוי ווי דוד גרינפעלד וחבריו טון כסדר.
נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 9:20 pm
דורך ישראל קאפקע
ביבי האט נאכאלץ נישט באוויזן צו צוזאמשטעלן א קאאליציע, און גייט בעטן א פארלענגערונג. קענען די וואס זענען באקאנט מיט די פארהאנדלונגען געבן א באריכט?
נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 11:10 pm
דורך בארא פארק עסקן
אזוי גייט עס. מ׳מאכט זיכער אלע דעטאלן און דערנאך ממש פאר די לעצטע מינוט מעלדט מען די קאאליציע...!
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:06 pm
דורך chusid
נעכטן איז געחתמ'ט געווארען די ערשטע קאעליציע דיעל און דאס איז מיט די חרדים- יהדות התורה ( אשכנז )
בחירות אין מדינת ישראל 2015
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:21 pm
דורך חאצקעל שניידער
און וואס איז מיט די ספרדים ? זיי נישט? וואס איז געווען די הסכם?
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 10:51 am
דורך גיבור
ליבערמאן האט היינט געווארפן א באמבע מעלדנדיג אז ער וועט נישט זיין א חלק פון די קומענדיגע קאאליציע, און ער זאגט זיך יעצט אפ פון זיין שר החוץ, עס איז ערווארטעט אז ביבי וועט אויפשטעלן א זייער שמאלע קאאליציע פון 61, און נאר נאך אפאר וואכן פראבירן צו פארברייטערן די קאאליציע, אדער דורך משכנע זיין ליבערמאן אריינצוקומען אדער אפשר גאר א צווייטע וואס איז שווער יעצט צו וויסען ווער, עניוועי מיטוואך מוז ער פארשטעלן זיין נייע קאאליציע פאר'ן פרעזידענט ריבלין.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 2:46 pm
דורך גיבור
אריה דרעי האט יעצט געחתמעט מיט ביבי אז ער גייט אריין אין די קאאליציע, אריה באקומט פאר זיך שר הכלכלה און פיתוח הנגב און נאך א שר פאר יצחק כהן, אזוי אויך האט ער אויסגעפירט און צוריק באקומען משרד הדתות נאכ'ן זיין צוויי יאר ביי הבית היהודי.