בלאט 13 פון 16
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
ואכן מה נהדר המראה ווען אפגעזען צו וועלכער צווייג פון דער בריאה סיי וואס געהערט זינגען אלע מיט הארמאניע, בלב אחד און מיט אחדות דעם פאפולערן התקבצו מאכלים זה לזה.
חצי נזק'דיגע פלאסטיק-גלעזלעך און צעפליקטע קאמפאט-טעלערלעך פארמעסטן זיך ווער פון זיי ס'קען ביישטייערן א גרעסערן סכום פון רעסייקלינג-מאטעריאל צום בערגל שמוץ, וחד בחד כי סביך ועביד קרבותא.
די גבאים סביב לשלחנו וחתיכות חלה בידם. אלע זענען קאמפס-גרייט צו שושקענען, פליקן אויערן און פראסקען שטריימלעך כהדבר/בהדבר יצא מפי המלך.
די מער טיכטיגע גבאים פון דער געשולטער עפל-שארף-שיסער דיוויזיע שטייען אלע על המשמר, יעדער פון זיי באזונדער אויסשטאפירט מיט א בינטל עקסקלוסיווע שליסלען און א שארף-ציפעדיגן רעעש
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:01 am
דורך [NAMELESS]
ואת האאאאאאאלעעף
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:05 am
דורך chusid
עס וועט זיי נאך באנג טאן דעם נצחון!
עס וועט זיי נאך באנג טאן דעם היתר!
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:06 am
דורך לעיקוואד
גלייבט נישט אלעס וואס איר ליינט אויף די אינטערנעט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:07 am
דורך יאיר
איך האב קיינמאל נישט געזאגט האלב פון די קרעפ וואס מענטשן זאגן נאך אין מיין נאמען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:14 am
דורך chusid
בנוגע גיות בני הישובות, וויל איך זאגן א פסק פונעם חזון איש ז"ל אז דאס איז 'ביהרג ואל יעבור'! איך זאג דאס מכח קל וחומר!
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:17 am
דורך לעיקוואד
איר מעגט פארקויפען פאלשע מעשיות אויף מיר.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:19 am
דורך בשבילי!
יאיר האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געזאגט האלב פון די קרעפ וואס מענטשן זאגן נאך אין מיין נאמען.
און דאס האט ער אויך נישט געזאגט
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:23 am
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט וויאזוי איך ערשיין צו דער וועלט, אבער צו מיר אלייןקוק איך מיר בלויז אן ווי א אינגעל שפילענדיג ביים ים ברעג וואס לייגט זיך דא אין דארט אריין אין טרעפן א גלאטערע ים שטיין אדער א שענערען שעל ווי נארמאל, ווען אין די צייט ליגט דער אקעאן פין אמת אומאויפגעדעקט פאר מיר
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:10 am
דורך מאטי
מיר ווייסן ישעי' הנביא'ס שטימע דורך איבערגעזאגטע שמועות (hearsay), אבער די שטיינער פון ירושלים זיי האבן אים אליינס געהערט...
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:58 am
דורך [NAMELESS]
מאטי האט געשריבן:מיר ווייסן ישעי' הנביא'ס שטימע דורך איבערגעזאגטע שמועות (hearsay), אבער די שטיינער פון ירושלים זיי האבן אים אליינס געהערט...
ר' אברהם יהושיע העשל ז'ל
אז מען רעדט (זוכט) שוין פון אים איז פאסיג צי ברענגן נאך עטליכע פון זיינע ווערטער
“Few are guilty, but all are responsible.”
“A test of a people is how it behaves toward the old. It is easy to love children. Even tyrants and dictators make a point of being fond of children. But the affection and care for the old, the incurable, the helpless are the true gold mines of a culture.”
The worship of reason is arrogance and betrays a lack of intelligence. The rejection of reason is cowardice and betrays a lack of faith.”
Prayer may not save us. But prayer may make us worthy of being saved.”
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 12:35 pm
דורך א איד
103. שוין גענוג געשוויגן אויף די נושא, לאמיר אריבערגיין צו די נעקסטע נושא
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 12:53 pm
דורך ונבנתה העיר
בריסק?
---
104. גיב מיר דיינע מידע, דיינע ארימע, דיינע מאסן וואס לעכצען צו אטעמען פריי.
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:02 pm
דורך געוואלדיג
105. אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין.
106. ווער עס פארשטייט פארשטייט און ווער עס פארשטייט נישט פארשטיט נישט.
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:05 pm
דורך א איד
א איד האט געשריבן:103. שוין גענוג געשוויגן אויף די נושא, לאמיר אריבערגיין צו די נעקסטע נושא
עגנון
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 4:07 pm
דורך געוואלדיג
107. א קאץ האט קעצעלעך, און א רבי האט רבי'לעך.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:39 am
דורך ונבנתה העיר
108. (ווער וואלט געזאגט) אח"כ נפל בשיגעון גדול אשר לא היתה שיגעון כמותה מעולם, אע"פ שלא היתה שיגעון כלל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:58 am
דורך מאטי
קאצק?
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:22 pm
דורך ונבנתה העיר
נעה.
[tag]לעיקוואד[/tag] וואלט געוואוסט, מן הסתם איז ער אבער פארנומען מהפך צו זיין או"ר הכושי לכבוד יו"ט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:06 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:07 pm
דורך ונבנתה העיר
ניין.
נוסח אחר: חידוש כמוני לא הי', אע"פ שאיני חידוש כלל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:21 pm
דורך יאיר
רבי נחמן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 4:50 pm
דורך געוואלדיג
109. א סוד צווישן 3 האלט זיך נאר טאמער 2 פון די לעבן מער נישט.
110. איסלאם איז די רעליגיע פון פרידן.....צו טויטע