בלאט 13 פון 16
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. אפשר וועגען דעם האבען אנדערע א מנהג צו ווארטען צוועלף מאנאטען ביז מ'לייגט א מצבה. ווייל דעמאלס האט מען זיך שוין אביסל בארואיגט.
ב. איך האב שוין לאנג געקלערט, נאך א מזל די הלכה איז נישט געבליבען קלאר אז קברי צדיקים אינן מטמאין. שטעל זיך פאר ווען יא. יעדער קרייז/קולט וואלט געזאגט אויף זייער'ס אז ס'איז נישט מטמא, און דער וואס האלט נישט אזוי וואלט געדארפט ברענגען א ראיה אז ער איז נישט קיין צדיק!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:58 am
דורך [NAMELESS]
דריידל האט געשריבן:ס'וויל זיך נישט גלייבן אז דאס איז טאקע די עכטע נוסח פון די מצבה. טאמער איז עס יא אמת קען זיך יעצט אנפאנגן א נייע עפאכע ווי די חסידים למיניהם וועלן קאמפיטן ווער ס'קען שרייבן לענגער און מער אויפרייסערישע טיטלען. נישט אז ביז יעצט איז געווען אן עולם התיקון, אבער ס'האט דאך געהאט א גבול.
איך בין נייגעריג וואס ס׳גייט זיין די נוסח ביים הייליגן רבי פון מרכז וויזניץ (מענדעלע)
אפשר איז כדאי מיר זאלן מאכן א קאנטעסט מיט נוסחאות פאר זיין מציבה???
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:21 pm
דורך שעפטל
ווער ס'וועט געווינען, וועט נאך בחייו באקומען א גלעט מיט א קניפ אין בעקל.
איך זעה טאהש שרייבט שוין 'הקוה"ט' אויפן מציבה, ס'דא עפעס העכערס פון "טהור" פארן מרכז'ער?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:11 pm
דורך הדד בן בדד
איך בין געווען אין טאהש צענדליגער (אויב נישט הונדערטער) מאל און זייער אסאך געזעהן און און געקענט דעם טאהש'ער רבי'ן און אסאך געהאלטן פון אים, אבער איך בין אויך היפש שאקירט פון דעם מצבה. עס איז זייער איבערגעטריבן.
און נאך א געדאנק איז מיר אריבער געלאפן. איך קען פארשטיין אז מען מאכט זיין זון פאר ממלא מקום, און איך קען אפילו פארשטיין אז די חסידים (אפילו די פון אמאל) שפילן דעם געים, יא, איך דערהער דעם געדאנק אז די קאמפאני מוז ווייטער אנגיין. אבער וואס וועט זיין ווען עס וועט קומען צו די מצבה?
מען קען דאך נישט מאכן פארן טאטן אזא מין מצבה און דערנאך פארן זון מאכן א פלעינע, וועט מען דאך בלית ברירה מאכן פארן זון עפעס ענליכ'ס...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:17 pm
דורך שמעקעדיג
ביז דער זון וועט ווערן 120, וועט שוין די וועלט זיין פיל נידריגער ווי יעצט, און לויט יענעם מצב וועט ער טאקע זיין ממש א מלאך א קדוש אלקי...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
איינער זאגט מיר יעצט אז מ׳גייט איבערמאכן די נוסח, איז עס אמת???
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מסתמא האט דער רבי ר' מיילעך געזען אויף ק''ש אז ס'טויג נישט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:56 pm
דורך דריידל
שעפטל האט געשריבן:ווער ס'וועט געווינען, וועט נאך בחייו באקומען א גלעט מיט א קניפ אין בעקל.
איך זעה טאהש שרייבט שוין 'הקוה"ט' אויפן מציבה, ס'דא עפעס העכערס פון "טהור" פארן מרכז'ער?
טאהש האט אויך געשריבן קודש הקדשים. אפשר קען די ויזניצער שרייבן טהור הטהורים.
אאפס, איך לייג שוין א טרעידמארק
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:58 pm
דורך דריידל
הדד בן בדד האט געשריבן:איך בין געווען אין טאהש צענדליגער (אויב נישט הונדערטער) מאל און זייער אסאך געזעהן און און געקענט דעם טאהש'ער רבי'ן און אסאך געהאלטן פון אים, אבער איך בין אויך היפש שאקירט פון דעם מצבה. עס איז זייער איבערגעטריבן.
און נאך א געדאנק איז מיר אריבער געלאפן. איך קען פארשטיין אז מען מאכט זיין זון פאר ממלא מקום, און איך קען אפילו פארשטיין אז די חסידים (אפילו די פון אמאל) שפילן דעם געים, יא, איך דערהער דעם געדאנק אז די קאמפאני מוז ווייטער אנגיין. אבער וואס וועט זיין ווען עס וועט קומען צו די מצבה?
מען קען דאך נישט מאכן פארן טאטן אזא מין מצבה און דערנאך פארן זון מאכן א פלעינע, וועט מען דאך בלית ברירה מאכן פארן זון עפעס ענליכ'ס...
די ברך משה האט דען די זעלבע טיטלן ווי די ויואל משה/דברי יואל?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:04 pm
דורך שמעקעדיג
איימיצער האט א רעפארט פון די הקמת המצבה היינט? ווי אזוי איז געווען דער מעמד?
איינער זאגט מיר אז עס איז גאר הייס דארטן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:21 pm
דורך שעפטל
דא האט עטס דעם דברי יואל'ס
שטייט גראדע אויך יחיד בדורו... אבער ניטאמאל די ווארט "הקדוש"

- דברי יואל.jpg (91.58 KiB) געזען געווארן 2111 מאל
און נאדער דעם ברך משה'ס
(צום באמערקן, אז ס'שטייט נישט "טייטלבוים")

- ברך משה.jpg (106.72 KiB) געזען געווארן 2111 מאל
בכלל אונטערסאנט צו זעהן אז עס איז היפש היפש איינגעהאלטן די טיטלען!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
איינער זאגט מיר אז טאשער רבי איז געווען באוואוסט אלטץ א סבלן, ער פאר זיך וועט נאך סובל זיין די בזיונות פונעם מצבה.
-------------
איך הער מען מוטשעט זיך אוועק מיט די מצבה, די ווערטער וועגן צו שטארק... אולי זאל מען ברענגן א בילדאוזער.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:02 pm
דורך שעפטל
ווען די מציבה וועט טראסקענען (צוליב די וואג..) וועלן נאך די חסידים האבן א מופת אז די רבי איז גאר אזא עניו געווען, וצדיקים במיתתם וכו'... און האט פשוט אראפגעפושט די מציבה
צוואת כ"ק אדמו"ר מ'טאהש זצ"ל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:26 pm
דורך שעפטל
היינט איז ארויסגעקומען (אפשר נאר א חלק פון) די צוואה פון כ"ק אדמו"ר מ'טאהש זצ"ל
ער איז מכתיר בנו יחידו (הנשאר בחיים) הרה"צ רבי אלימלך שליט"א אלס ממלא מקום במלואו, הכל בכל מכל..
בעהט די אנ"ש צו שטיצן און העלפן זיינע קינדער, ובפרט זיין שנור הרבנית אלמנת הרה"צ ר' מרדכי ז"ל
אינטערסאנט צו זעהן ווי ער בעהט ר' אלימלך עס אנצונעמען, און בעהט אים צווישן אנדערע זאכן, זיך צן פירן ווי די טאטע ביים פירן טיש, טיילן שריים, נעמען קוויטלעף. זאל זיין ש"צ שבת, ימים טובים און ימים נוראים, זאל זאגן תהילים מיטן ציבור יעדן שב"ק. און ער זאל גיין בבגדי לבינים שבתים וימים טובים.
די צוואה האבן באקומען הגה"צ ר' יעקב אלי' אונדסדארפער שליט"א, אב"ד ראשית חכמה ב'מאנטריאל און הרה"ג ר' ישראל צבי שלום גליק שליט"א, דומ"ץ טאהש בוומסב"ג.
און האט מקבל קנין געווען אגב סודר בפני הגה"צ ר' מנחם זכרי' זילבער שליט"א, אב"ד פריימאן, וראב"ד התאחדות הרבנים

- צוואת טאהש.1.jpg (258.74 KiB) געזען געווארן 2010 מאל

- צוואת טאהש.2.jpg (331.81 KiB) געזען געווארן 2010 מאל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:32 pm
דורך שעפטל
און איך ווייס נישט וואס ס'איז געווארן מיטן גאנצן נוסח... דאס וואס עס איז יעצט דא....
זאגטס מיר נישט מ'גייט עס איבערמאכן מיט אלע טיטלן וכו' און צולייגן שפעטער!!!!!!!!!!!!

- מציבת טאהש.jpg (243.6 KiB) געזען געווארן 2029 מאל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 5:01 pm
דורך געוואלדיג
עפעס זעהט מיר דאס נישט אויס עכט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 5:03 pm
דורך שמעון וואלף
ס'קוקט טאקע אויס אז זיי פלאנען צוצולייגן די איבריגע נוסח שפעטער ווייל זיי האבן געלאזט פלאץ אינמיטן. איך זעה אבער נישט וואס איז שלעכט צו לאזן אזוי.
אפשר וועלן זיי זיך נאך איבערטראכטן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 5:41 pm
דורך מאטל שניידער
.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:ס'וויל זיך נישט גלייבן אז דאס איז טאקע די עכטע נוסח פון די מצבה. טאמער איז עס יא אמת קען זיך יעצט אנפאנגן א נייע עפאכע ווי די חסידים למיניהם וועלן קאמפיטן ווער ס'קען שרייבן לענגער און מער אויפרייסערישע טיטלען. נישט אז ביז יעצט איז געווען אן עולם התיקון, אבער ס'האט דאך געהאט א גבול.
איך בין נייגעריג וואס ס׳גייט זיין די נוסח ביים הייליגן רבי פון מרכז וויזניץ (מענדעלע)
אפשר איז כדאי מיר זאלן מאכן א קאנטעסט מיט נוסחאות פאר זיין מציבה???
גלייב מיר, זיי וועלן אים נאך קרוינען פאר משיח, און ער וועט נישט קענען שטארבן...
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 6:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און ער איז ווייטער משפיע פרנסה פאר זיין שעפעלעך
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 6:54 pm
דורך ימי קדם
אדנירם האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:ס'וויל זיך נישט גלייבן אז דאס איז טאקע די עכטע נוסח פון די מצבה. טאמער איז עס יא אמת קען זיך יעצט אנפאנגן א נייע עפאכע ווי די חסידים למיניהם וועלן קאמפיטן ווער ס'קען שרייבן לענגער און מער אויפרייסערישע טיטלען. נישט אז ביז יעצט איז געווען אן עולם התיקון, אבער ס'האט דאך געהאט א גבול.
איך בין נייגעריג וואס ס׳גייט זיין די נוסח ביים הייליגן רבי פון מרכז וויזניץ (מענדעלע)
אפשר איז כדאי מיר זאלן מאכן א קאנטעסט מיט נוסחאות פאר זיין מציבה???
גלייב מיר, זיי וועלן אים נאך קרוינען פאר משיח, און ער וועט נישט קענען שטארבן...
Sorry to break it to.you guys, but...
אין וויזניץ לייגט מען נישט קיין געהעריגע מצבות.
אין אייראפע אין וויזניצא און אין קאסוב (חוץ ביים אהבת שלום), האט מען גארנישט געלייגט, ענדליך צו טשערנאביל. היינט אין בני ברק, מחמת ריבוי הקברים אינעם זעלבען אוהל, לייגט מען א קליינעם דינעם שטיין (מער א טאוועל ווי א מצבה) ווי עס שטייט "כ"ק אדמו"ר הרה"צ....... ........ בן כ"ק אדמו"ר הרה"צ...... ....... זצ"ל מוויזניצא, בעמח"ס........." אין די יום פטירה. ניטאמאל 'פה נטמן' אין 'תנצב"ה' וואס מען שרייבט געווענליך אויף מצבות.
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 7:37 pm
דורך כמעט אלסווייסער
לייוו הוק-אפ פין די מעמד הקמת מציבה, 718-704-0049
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 8:10 pm
דורך שיח ושיג
וואס איך נעם ארויס פון די נוסח הצוואה איז אזוי. דאס איז אמת אז ער האט געוואלט אז מיילעך זאל איבער נעמען, און די עיקר איז ווייל ער האט נישט געוואלט די זאך זאל צושפליטערט ווערן (פארוואס עס גייט אים אן אז יעדע ביהמ"ד האט זיך זיין איגגענע דעת תורה פון דיין, ווייס איך נישט, אבער אזוי האט ער געוואלט) אבער דער נוסח הצוואה מיט אלע פרטים און פרטי פרטים וואס מ'שמועסט טויס בתנאי כפול ומכופל אז קיינער האט נישט קיין דעה אויסער מיילעך, און אלעס אלעס אלעס און מ'רעכנט אויס פונקטליך כדי מ'זאל נישט האבן א טעות, דאס איז נישט זיין דעת, דאס האט א צווייטער געשריבן און ער האט זיך נישט מתנגד געווען צו די ווערטער.