בלאט 13 פון 19

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 9:28 am
דורך קל וחומר
קל וחומר האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס, איז צוואת הריב"ש נישט קיין צוואה, נאר פשוטע צוויים והנהגות וואס ער פלעג זאגן.
@ברוך,
כבר קדמנוך.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 9:57 am
דורך ברוך שפינוזה
קל וחומר האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס, איז צוואת הריב"ש נישט קיין צוואה, נאר פשוטע צוויים והנהגות וואס ער פלעג זאגן.
@ברוך,
כבר קדמנוך.

טאקע נישט באמערקט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 10:29 am
דורך chosen people
געוואלדיג האט געשריבן:אונז ווייסן מיר אלע די גמ׳ אז חנינא בני די לו בקב חרובין מע״ש לע״ש, פשוט פשט ער באגענוגט זיך מיט דעם.
אבער די גמ׳ )חולין פו.( זאגט אונז אז פשט איז פונקט קאפויער.
״כי מהניא זכותייהו אעלמא, אדידהו לא, כדרב יהודה אמר רב כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני ןחנינא בני די לו וכו׳״

ממש פארקערט זיינע זכותים קלעקן פאר די גטנצע וועלט אויזער איהם...

עס איז א מחלוקות פון אמוראים אין ברכות דף י''ז ע''ב.
°שמעו אלי אבירי לב הרחוקים מצדקה רב ושמואל ואמרי לה רבי יוחנן ורבי אלעזר חד אמר כל העולם כולו נזונין בצדקה והם נזונין בזרוע וחד אמר כל העולם כולו נזונין בזכותם והם אפילו בזכות עצמן אין נזונין כדרב יהודה אמר רב דאמר רב יהודה אמר רב בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ואומרת כל העולם כולו נזונין בשביל חנינא בני וחנינא בני די לו בקב חרובין מערב שבת לערב שבת

נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:12 am
דורך chosen people
berlbalaguleh האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:אונז ווייסן מיר אלע די גמ׳ אז חנינא בני די לו בקב חרובין מע״ש לע״ש, פשוט פשט ער באגענוגט זיך מיט דעם.
אבער די גמ׳ )חולין פו.( זאגט אונז אז פשט איז פונקט קאפויער.
״כי מהניא זכותייהו אעלמא, אדידהו לא, כדרב יהודה אמר רב כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני ןחנינא בני די לו וכו׳״

ממש פארקערט זיינע זכותים קלעקן פאר די גטנצע וועלט אויזער איהם...

געוואלדיג:מ'זעהט עס ביי א סאך צדיקים. זיי האבן געגעבן ברכות לרוב פאר די גאנצע וועלט פאר מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער. און זיי אליין האבן אדער נישט געהאט קיין קינדער, אדער געהאט נאר אן איינציג קינד. א בן יחיד אדער בת יחידה. ווי דער מנחת אלעזר מ'מונקאטש. אדער דער סאטמאר'ע רבי ר' יואל טייטלבוים זצ"ל וועלכער האט פארלוירן אלע זיינע קינדער בחייו אויך זיין רביצין. און בזיווג שני האט ער נישט געהאט קיין קינדער...אדער דער ריבניצער רבי זצ"ל...!


די מקור איז א גמרא אין ברכות דף ה' ע''ב.

רבי חייא בר אבא חלש על לגביה ר' יוחנן א"ל חביבין עליך יסורין א"ל לא הן ולא שכרן א"ל הב לי ידך יהב ליה ידיה ואוקמיה. ר' יוחנן חלש על לגביה ר' חנינא א"ל חביבין עליך יסורין א"ל לא הן ולא שכרן א"ל הב לי ידך יהב ליה ידיה ואוקמיה אמאי לוקים ר' יוחנן לנפשיה אמרי אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2018 7:26 pm
דורך ברוך שפינוזה
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:
ער טאר נישט רוהען קיין טאג לאו דווקא שבת

ווען א גוי רוהט, איז עס נישט א גוטע סימן, ווייל ווער ווייסט וואסארא פלענער ער גרייט זיך אן דעמאלטס... און פארדעם איז ער חייב מיתה, שלא יוכל להוציא אל הפועל זממו הרע אשר חישב לעשות.


כ׳ווייס נישט צי מ׳דארף דא לאכן אדער וויינען...

מ'דארף נישט לאכן און נישט וויינען, דא דארף מען זיך גוט איבערטראכטן צו מ'גייט נישט אויך אריין אין די כלל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:45 pm
דורך ונבנתה העיר
אז אין מס' דרך ארץ שטייט יא שבעה דברים בגולם.

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 2:24 am
דורך וואלווי
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז אין מס' דרך ארץ שטייט יא שבעה דברים בגולם.


אמת, אבער ס'איז נאר די דריי ווערטער. ווייל ווייטער אין מס' ד"א רעכענט ער נאר אויס די ז' בחכם און איז אויך מסיים וחילופיהן בגולם פונקט ווי אין אבות.

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 2:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין מדרש שה"ש איז פארהאנען א מחלוקת אויף די פסוק ׳לססתי ברכבי פרעה דמיתיך רעיתי, ר׳ פפיוס זאגט אז כלל ישראל האבען אויסגעקוקט צו די מצרים (אדער זייער פערדען, עיי"ש במפרשים) ווי פערדען פון די פרויערישע געשלעכט, און די מצרים (אדער זייער פערדען) זענען זיי נאכגעלאפען פאר שמוציגע סבות. רע"ק זאגט אז די כוואליעס פון דער ים האבען אויסגעקוקט ווי די פריערדערמאנטע באשעפעניש׳ן און דערפאר האבען זיי נאכגעלאפען.

די גאנצע נס אז די מצרים זענען ווידער נאכגעלאפען די אידען, אפילו אז זיי ווייסען אז עס איז נישט קיין גוטע עצה. מענטשען טוהן נערישע שריטען ביי די אומשטענדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 8:23 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די גאנצע נס אז די מצרים זענען ווידער נאכגעלאפען די אידען, אפילו אז זיי ווייסען אז עס איז נישט קיין גוטע עצה. מענטשען טוהן נערישע שריטען ביי די אומשטענדען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אזוי לערנען טאקע די ליצני הדור פשט אונ'ם קשה זיווגן כקריאת ים סוף, זעהסט דאך אז יענער איז אריינגעפאלען וואס טוסטו עם נאך?..

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 4:16 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
אויף איין פלאץ שטייט, כל הרודף אחר הכבוד, הכבוד בורח ממנו...

און אויף אן אנדערער פלאף שטייט, כל הבורח מן הכבוד, הכבוד רודף אחריו...

איז שווער, וואס איז די חילוק, זיי ביידע האבען דאך נישט קיין כבוד, דער נאךלויפער האלט אין איין נאך לויפען און דערגרייכט עס קיינמאהל נישט, און דער אוועקלויפער האלט אין איין אוועקלויפען און די כבוד קומט קיינמאהל נישט אן צו איהם?

האט געזאגט אמאהל א קלוגע איד, די חילוק איז ווען מען האט מער נישט קיין כח צו לויפען, יעצט, דער נאךלויפער האט מער נישט קיין כח צו לויפען, לופט דער כבוד טאקע אוועק פון איהם, אבער דער אוועק לויפער וועלעכע האט מער נישט קיין כח צו לויפען, קומט צום סוף דער כבוד אן צו איהם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 4:36 pm
דורך אישתישבי
און מיין עניות הדעת זאגט אז עס איז בעסער נישט צו האבן קיין כבוד דורך אוועק לויפן פין כבוד, ווי נישט צו האבן כבוד דורך נאכלויפן כבוד, דעמאלטס ווערט עס שוין בזיונות.

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2018 2:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.

קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2018 2:15 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.

קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.
יא יא אין אייער ספר ויואל משה, שטעלט איר טאקע אויך צוזאם מינים מיט כופרים אויף די ציונים, און אלע וואס ווילן נישט אנערקענן, אדער קריגן זיך מיט די שיטה הקדושה. און ס'האט מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס מינים האט מיט ציונות, מילא כופרים, אידאך פשוט ווייל זיי לייקענען אין אייער שיטה הקדושה אבער מינים?? פארוואס עפעס

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2018 2:17 pm
דורך א איד
מין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2018 2:21 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2018 2:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א איד האט געשריבן:מין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי

רש"י און תוספות זאגן אז ס'מיינט עבודה זרה, פון וואו נעמסטו דיין פשט?

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2018 3:03 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.

קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.

רבינו הק' זי"ע: ווען איינער איז א כופר בה' אלוקי ישראל איז ער אויטאמאטיש אן עובד עבודה זרה. וואס איז א נפקא מינה צו ער דינט די כנענ'נישע עבודה זרה'ס אדער די גריכישע אדער די קאמוניסטישע...!

מ'קען אפשר פארשטיין פשט אין דעם פסוק .."עשה שפטים בהם ובאלוהיהם"...ווען דאס קאמוניזם האט געהערשט אין רוסלאנד איז דאס גאנצע לאנד געווען פול מיט פסלים/סטאטוען פון זייערע עבודה זרה'ס ווי לענין און סטאלין. און ווען בחסדי השי"ת דאס קאמוניזם האטציך אונטערגעבראכן האט מען פארניכטעט און צובראכן אלע טויזנטער עבודה זרה'ס, און פסלים...!

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2018 5:02 pm
דורך יין שרף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:מין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי

רש"י און תוספות זאגן אז ס'מיינט עבודה זרה, פון וואו נעמסטו דיין פשט?

כך פירוש רש"י. (או במסכת סוטה, סנהדרין או ע"ז)

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 3:21 am
דורך שמעון וואלף
יין שרף האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:מין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי

רש"י און תוספות זאגן אז ס'מיינט עבודה זרה, פון וואו נעמסטו דיין פשט?

כך פירוש רש"י. (או במסכת סוטה, סנהדרין או ע"ז)

די מהרש"א ברענגט עס בשם רש"י אבער למעשה איז נישטא אזא רש"י. ווארשיינדליך איז עס פארמעקט געווארן צוליב די צענזור.

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 3:24 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.

קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.

רבינו הק' זי"ע: ווען איינער איז א כופר בה' אלוקי ישראל איז ער אויטאמאטיש אן עובד עבודה זרה. וואס איז א נפקא מינה צו ער דינט די כנענ'נישע עבודה זרה'ס אדער די גריכישע אדער די קאמוניסטישע...!

מ'קען אפשר פארשטיין פשט אין דעם פסוק .."עשה שפטים בהם ובאלוהיהם"...ווען דאס קאמוניזם האט געהערשט אין רוסלאנד איז דאס גאנצע לאנד געווען פול מיט פסלים/סטאטוען פון זייערע עבודה זרה'ס ווי לענין און סטאלין. און ווען בחסדי השי"ת דאס קאמוניזם האטציך אונטערגעבראכן האט מען פארניכטעט און צובראכן אלע טויזנטער עבודה זרה'ס, און פסלים...!

וואס האט קאמיוניזם מיט עבודה זרה? האט איינער געגלייבט אז קאמיוניזם האט באשאפן די וועלט אדער אז קאמיוניזם האט עפעס א כח? בסה"כ האט קאמיוניזם געפאדערט געטריישאפט צום מוטערלאנד און גיבן כבוד פאר זייערע פירער

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 3:27 am
דורך berlbalaguleh
שעמון וואלף: אז דו וועסט דיך נאכפרעגן (גוגל וכדומה) וועסטו אויסגעפונען אז אין רוסלאנד ביי די קאנוניסטן האבן מענטשן געהאלטן זייערע הויפט פיהרערס לענין און סטאלין, ווי אפגעטער...אדרבה. פרעג דיך נאך ביי עלטערע רוסישע אידן...אינגאנצן אנדערש ווי אין אמעריקע אדער סיי וועלכע פרייע מדינה...!

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 9:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יין שרף האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:מין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי

רש"י און תוספות זאגן אז ס'מיינט עבודה זרה, פון וואו נעמסטו דיין פשט?

כך פירוש רש"י. (או במסכת סוטה, סנהדרין או ע"ז)

באמת איז נישט קיין גרויסע חילוק וואס פונקטליך ס'מיינט, ווייל פון די סוגיות וואס איך האב געלערנט איז קלאר אז די גאנצע פראבלעם פון מינות איז עבודה זרה. קען זיין אז ווייל רוב עכו"ם מיט וואס אידן האבן געהאט צוטון זענען געווען קריסטן, האט מען גענוצט די נאמען אויך פאר עכו"ם בכלליות.

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2018 12:44 am
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:רבינו הק' זי"ע: ווען איינער איז א כופר בה' אלוקי ישראל איז ער אויטאמאטיש אן עובד עבודה זרה. וואס איז א נפקא מינה צו ער דינט די כנענ'נישע עבודה זרה'ס אדער די גריכישע אדער די קאמוניסטישע...!

מ'קען אפשר פארשטיין פשט אין דעם פסוק .."עשה שפטים בהם ובאלוהיהם"...ווען דאס קאמוניזם האט געהערשט אין רוסלאנד איז דאס גאנצע לאנד געווען פול מיט פסלים/סטאטוען פון זייערע עבודה זרה'ס ווי לענין און סטאלין. און ווען בחסדי השי"ת דאס קאמוניזם האטציך אונטערגעבראכן האט מען פארניכטעט און צובראכן אלע טויזנטער עבודה זרה'ס, און פסלים...!

סתם געהאקט אין קאפ. אן atheist איז נישט קיין עובד עבודה זרה, און בזמן שיצרא דעבודה זרה היה קיים זענען געווען אידן וואס האבן געגלייבט אין אלוק ישראל און זיי האבן געדינט עבודה זרה. די צוויי זאכן האבן קיין שייכות נישט.

בד"ו סתם גלייבן אין עפעס איז נישט קיין עבודה זרה, נאר אויב מ'דינט עס.