בלאט 121 פון 213
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 11:39 pm
דורך chusid
אויכט בין איך נייגעריג אויב די טרויער איז דירעקטירט צו די טויטע וואס זיי באדערט יעצט גארנישט... אדער טרויערט מען טאקע אויף א אמת'ע פראבלעם און דאס איז די צער פון די נאנטע משפחה החיים אתנו, ווען די חזון איש איז געגאנגען מנחם אבל זיין די סטייפלער נאך עפעס א טראגעדיע ווי דאכט זיך 2 קינדער זענען אוועק (די פינקטליכע דעטאלן געדענק איך נישט) האט דער חזון איש געזאגט: א מינוט פארן שטארבן לעבן זיי דאך..א מינוט נאכדעם איז דאך אויכט נישט קיין פראבלעם איז די גאנצע אבילות אויף די רגע פון יציאת נשמה?! די אנוועזענדע האבן עס אנגעקוקט אלץ קאלט בלוטיג אבער די סטייפלער האט געזאגט אז דע ווערטער האט אים די מערסטע מחזק געווען.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 11:40 pm
דורך chusid
אויכט בין איך נייגעריג אויב די טרויער איז דירעקטירט צו די טויטע וואס זיי באדערט יעצט גארנישט... אדער טרויערט מען טאקע אויף א אמת'ע פראבלעם און דאס איז די צער פון די נאנטע משפחה החיים אתנו, ווען די חזון איש איז געגאנגען מנחם אבל זיין די סטייפלער נאך עפעס א טראגעדיע ווי דאכט זיך 2 קינדער זענען אוועק (די פינקטליכע דעטאלן געדענק איך נישט) האט דער חזון איש געזאגט: א מינוט פארן שטארבן לעבן זיי דאך..א מינוט נאכדעם איז דאך אויכט נישט קיין פראבלעם איז די גאנצע אבילות אויף די רגע פון יציאת נשמה?! די אנוועזענדע האבן עס אנגעקוקט אלץ קאלט בלוטיג אבער די סטייפלער האט געזאגט אז דע ווערטער האט אים די מערסטע מחזק געווען.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:52 pm
דורך כוכב
לעצטנס זע איך אסאך דעם אויסדרוק קיינער גיט נישט קיין דעקל. ס'דארף מסתמא צו זיין במקום קיינער גיט נישט קיין ש*ט אבער קען איינער עלעבארירן וואו א דעקל קומט אין די פוקטשער?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:20 pm
דורך petergrifin
עפעס האב איך אמאל געליינט אין צימעס וועגן דעקלעך, איך ווייס נישט אויב ס'האט א שייכות.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:43 pm
דורך איך אויך
איך וויל אויך פארשטיין.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:44 pm
דורך יין שרף
לכאורה פארדרייט פון "קיינער געט נישט קיין דעם"
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:32 pm
דורך ישראל קאפקע
וואס איז די מעדיצינישע טערמין פאר די ניי אידענטיפיצירטע סיזאנעל דיסארדער וואס באטרעפט ק"ש ליינער דורכאויס עטליכע וואכן אין פרילינג, ניקס נעמען זיך פלוצלינג באפאלן איינער דעם צווייטן, טשעפענען און אפשפעטן רענדאמלי, כאטש די פונקטליכע סימפטאמען זענען נאכנישט אינגאנצן קלאר. די ערשטע שטודיעס דייטן אז אז די הויפט אורזאך איז די סטרעס וואס מען איז אונטער פון די בני בית וואס זענען זעלבסט אונטער סטרעס פון די שטויב-איז-חמץ-פאוביע...
וואס איז די מעדיצינישע טערמין דערפאר, און וואס קען לינדערן די סימפטאמען?
2015-03-23_22.50.59~01.jpg
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:20 am
דורך שמעקעדיג
הערשט יעצט באמערק איך טאקע אויפן בילד אז דער רעכטער מענטשעלע איז א מרים יד, אויסגעשטרעקט די הענט גרייט אראפצושמירן א פראסק פארן שותף זיינעם!
ישראל'טשע האסט א גוטן תביעת עין!
נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:57 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:איז פארהאן א סענס אוו הומאר אויף יענע וועלט, אדער גייט אלעס צו מיט א יעקע'שע קאלטקייט?
פארשטייט ער צו א גוטן דזשאוק?
אזויפיל ווייס איך שוין, אז דער אויבערשטער פארשטייט צו סארקאסטיזם.
דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו:
ועל דבר זה הזהירה התורה והעידה ואמרה ואם לא תשמעו לי, ואביא עליכם פורענות ותאמרו שאותן הפורענות אינן יסורין על חטאתכם, אלא קרי ומאורע כשאר המאורעות שארעו בקרי,
אני אוסיף לכם מאותו הקרי. זה הוא שכתוב אם תלכו עמי קרי ... והלכתי עמכם בחמת קרי.
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:22 am
דורך chusid
פון ווי נעמט זיך די אויסלייג פון ווערטער פון [tag]בן נריהו[/tag]?
רעדט ער אויכט אזוי אדער איז דאס נאר אין שרייבן?
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:59 am
דורך געוואלדיג
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:01 am
דורך געוואלדיג
אוי, יעצט כאפ איך אז דו פרעגסט נישט וועגן נריה אדער נריהו, נאר ווגן זיין אויסשפראך סארי.
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 2:01 am
דורך איך אויך
האלטן האלט איך אז שפילן א שפיל שפילט ער.
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 3:51 pm
דורך ישראל קאפקע
איך האב שוין לאנג די שפעקולאציע, איך וואונדער זיך אויב אנדערע האבן עס אויך באמערקט.
איז ריכטיג אז אשדוד'ער אידן האבן די גרינגסטע איזראעלי אקצענט ווען זיי רעדן אידיש, נישט אזא העווי אקצענט ווי ירושלים, בני ברק און בית שמש למשל?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:07 am
דורך חאצקעל שניידער
כהאב היינט געזען אין איינער פון די בלעטער וואס מלליגט אויס יעדן אינדעפרי אין די בתי מדרשים אז א נייע שטודיע ווייזט אז קאווע ווירקט געגן לעבער קענסער , כהאב אלעמאל געוויסט פון עמא דבר אז קאווע איז נישט געזונט , וויל איך וויסען צו סאיז טאקע אזוי.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:18 am
דורך ונבנתה העיר
[tag]שמעקעדיג[/tag]
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:18 am
דורך שמעקעדיג
די עצה איז אזוי. נעם אפאר צעטלעך, אבער לאנגע מיט אסאך פלאץ. יעדן טאג וואס דו זעהסט א נייע סטאטיסטיק שרייב עס אפ. אויף רעכטס שרייב די געזונטהייט בענעפיטן פון קאווע. און לינקס ווען דו לייענסט אז ס'קען שאדן פאר די קליינע פוס פינגער וכדומה. נאך א 6-7 יאר מאך א סך הכל, קוק ווער האט מער, די מעלות אדער חסרונות, ואחרי רבים להטות.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:21 am
דורך ישראל קאפקע
לויט ווי איך ווייס איז קאווע קיינמאל נישט געווארן פאררעכנט אלס שעדליך. אדרבה לויט אומצאליגע שטודיעס איז טרונקען קאווע (ביז עטליכע גלעזלעך א טאג) דווקא א געזונטע רוטין פאר א מענטש, מיט פילע פארשידנארטיגע בעניפיטן.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:27 am
דורך נופת צופים
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האב שוין לאנג די שפעקולאציע, איך וואונדער זיך אויב אנדערע האבן עס אויך באמערקט.
איז ריכטיג אז אשדוד'ער אידן האבן די גרינגסטע איזראעלי אקצענט ווען זיי רעדן אידיש, נישט אזא העווי אקצענט ווי ירושלים, בני ברק און בית שמש למשל?
קאן זיין די סיבה ווייל די ירושלים-בית שמש אקצענט איז טאקע גאר א שטארקע, און אין בני ברק הערט מען געווענליך א שטארק ליטווישע אקצענט אריינגעמישט. משא"כ אין אשדוד איז דער רוב, חסידי'שע (און ווי אויך אסאך אמעריקאנער אפשטאמיגע)
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:30 am
דורך ישראל קאפקע
נופת צופים האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האב שוין לאנג די שפעקולאציע, איך וואונדער זיך אויב אנדערע האבן עס אויך באמערקט.
איז ריכטיג אז אשדוד'ער אידן האבן די גרינגסטע איזראעלי אקצענט ווען זיי רעדן אידיש, נישט אזא העווי אקצענט ווי ירושלים, בני ברק און בית שמש למשל?
קאן זיין די סיבה ווייל די ירושלים-בית שמש אקצענט איז טאקע גאר א שטארקע, און אין בני ברק הערט מען געווענליך א שטארק ליטווישע אקצענט אריינגעמישט. משא"כ אין אשדוד איז דער רוב, חסידי'שע (און ווי אויך אסאך אמעריקאנער אפשטאמיגע)
איך וויל קודם וויסן אויב אנדערע האבן אויך באמערקט/שטימען צו צו מיין הנחה.
דיין הסבר קוקט אויס ריכטיג.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 9:23 pm
דורך [NAMELESS]
ווילאנג נאך די ריליעס פון א מאווי ווערט עס אוועילעבל אנליין אויף גוגל פלעי / עמעזאן פריים?
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:25 am
דורך chusid
וויאזוי קומען די מסתננים אריין קיין ישראל? וויאזוי שווערצט מען זיך אריין
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:55 am
דורך [NAMELESS]
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:ביי די חסידישע איז עס געשען ערגעץ וואו ביי די תלמידי בעש"ט (דוכט זיך די דריטע דור). די ערשטע איז געווען אין חב"ד. ביי די ליטווישע איז עס א זאך וואס האט אנגעהויבן פאסירן הארט פארן צווייטער וועלט קריג, בפרט אין סלאבאדקע און אין וואלאזשין. ביי די מאדערנע האט זיך עס נאכנישט אריינגעכאפט (אפשר ווייל די קינדער זענען טאקע נישט ראוי ממלא צו זיין מקום אביהם וד"ל...)
טעות!
די ערשטע איז געווען טשערנאביל. דער גרינדער פונעם טשערנאבילן שושלת, דער מאור עינים, איז נאך געווען ביים בעל שם טוב, און נאכדעם פון די אלטע תלמידים ביים מגיד. לעומת זה, דער בעל התניא איז געווען פון די סאמע יונגסטע תלמידים ביים מגיד.
און אגב, ביים מגיד אליינס איז אויך רבי'סטעווע אריבער בא"ב, נאר היות זיין זוהן איז געווען א צדיק אין פעלץ [רבי אברהם המלאך], האט ער נישט ממש געפירט אן עדה, אבער 'זיין' זוהן, רבי שלום שכנא מפרוהביטש, האט שוין געפראוועט א רבי'סטעווע, אין טאקע כמלכות בית רוזשין. דערנאך האט זיין זון, רבי ישראל'טשע רוזשינער אנגעהויבן דעם מלכות שבמלכות פון בית רוזשין.
לאמיר אויך נישט פארגעסן פון רבי חייקל אמדורא'ר, א תלמיד פונעם מעזריטשען מגיד, וואס האט אויך איבערגעלאזט א רבי'סטעווע נאך אים. וכהנה רבות.
דער איינציגסטער אויפטו ביים בעל התניא איז געווען, אז ער האט אוועקגעשטעלט אזא מין מאנארכיע און היערארכיע, ואכמ"ל.