בלאט 122 פון 213
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:00 am
דורך [NAMELESS]
יידל האט געשריבן:אין אן אנדערן אשכול
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=240 וויל רואיק וויסן וואס איז דער מקור האיסור פון מאשין מצות היינט צו טאגס (וואס די טעכנעלאגיע היינט איז דאך ממש מוראדיג, אין אפילו די עדה החרדית איז מכשיר מאשין מצות לפסח, און הג"ר משה שטערנבוך איז אפילו מקפיד צו נוצן דוקא מאשין מצות). איינער ווייסט?
במחילה ממך, אבער דער עדה החרדית איז נישט מכשיר מאשין מצות צוליב דער היינטיגער טעכנאלאגיע, נאר צוליב דעם ווייל זיי זענען מיסודם פרושים וואס האבן אנגענומען דעם היתר מצות מכונה מלכתחילה. והא ראי', זיי געבן שוין דעם הכשר מאז ומקדם.
אגב, ס'איז באקאנט די מעשה מיט הגאון רבי פנחס עפשטיין זצ"ל, ראב"ד העדה החרדית, וואס איז איינמאל געקומען באזוכן א האנט מצות פאבריק וואס האבן איינגעשטעלט פילע חומרות ביי זיך. ארויסגייענדיג פון דארט האט ער זיך אויסגעדריקט: די חומרות און הידורים דא, מאכן דאס שוין באלד אזוי גוט ווי די מאשין מצות...
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:17 am
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:שבת איז דער 7טע טאג. "דג" באטרעפט 7, "מרק" באטרעפט 7 מספר קטן, "בשר" אויך 7. ("קגל" אויך 7...)
-- אין מס שבת קי"ח שטייט "ואמרו במה מענגו בתבשיל של תרדין
ודגים גדולים"
"
געפילטע פיש" איז לויט גוגעל אפיר געקומען צוליב וואס מ'האט מורא געהאט פון איסור בורר מיט ביינער פיש. באקאנט איז אבער אז געפילטע פיש שטאמט פון די ארימע אידן וואס האבן גענומען די פסולת פון די פיש און געמאכט אן איינגעמויזעכטס וואס איז פארוואנדעלט געווארן אין געפילטע פיש. -- (מיט קאטשעניא!!) אויך מיר ארעם...
והיינו טעמא דקישקעס [וואס פלעגט אמאל געמאכט ווערן פון די קישקעס פון די בהמה ממש. פוי!],
והיינו טעמא דהערינג [מ'האט עס געקענט אוועקלייגן פאר לאנג, און ס'איז געווען ביליג],
והיינו טעמא דגאלע [ח"ו נישט אוועקצואווארפן די טייערע הינער פיס, פלוס אנדערע חזיריי].
אבער סוכ"ס, מי יעמוד בסוד קדושים, און אלעס איז העכערס, גבוה מעל גבוה, רזין דרזין, סתרי תורה כידוע ליודעי ח"ן.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:20 am
דורך [NAMELESS]
נס קאווע האט געשריבן:איינער ווייסט?
האבן אידן פארן קריג געהאט מער ווי 6 - 4 קינדער
צוויי עלטער-זיידעס וואס כ'געדענק יעצט.
איינער האט געהאט 9 קינדער, און דער אנדערער 13!
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:22 am
דורך [NAMELESS]
קווארטין האט געשריבן:ר' לאדיך אפ, רעגארדינג דיין קוועסטשין וועגן מאכלי שבת, אפשר קען דיר העלפן די ספר "בית נאמן בישראל" אויף שבת. בעפאר א יעדע הלכה וואס שייך דעם ספעסיפיק עסן, רעדט ער ארום ענינים אויף די עסן זעלבסט מפי ספרים וסופרים. זייער א שיין ספר דרך אגב.
אודאי. ס'איז נישטא קיין שענערע זאך ווי רעדן פון עסן, נאכדערצו ווען מ'איז נאך מקיים לימוד התורה דורכדעם אויך...
אגב, זאג מיר, איז דער מחבר נישט 'פערצופאל' אן אונגערישער?....
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:22 am
דורך [NAMELESS]
ידען האט געשריבן:די נייע אשכול
viewtopic.php?f=10&t=1087 הייבט אהן צו ווערן א פלאץ וואס מע פרעגט שאלות אבער ווייל די הויפט תקנה דארט איז אז מע טאר נישט האבן א שייכות צו די פריערדיגע תגובה, ווערט עס נישט גענפערט. ברענג איך אהער די שאלה און דא וועט מען קענען ענפערן געהעריג.
פארוואס ווערט מען רואיגער ווען מע זעהט אלעס גרין ארום און ארום?
נאך א שאלה, געלט איז גרין וועגן רואיקייט אדער ?זר זהב דא קעמען ענפערן.
אודאי, און וועגן דעם ווערן אסאך רואיגע מענטשן ווילד ווען זיי זעען א דאלער...
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:56 am
דורך [NAMELESS]
מורינו הרב האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:איך וויל וויסן מער איבער די חסידות סלאנים
נישט געוואוסט אז ס'דא א ווייסע און א שווארצע!
שוין באלד מער קאלירן ווי אין קאווע שטיבל.
סלאנים איז א שטילע חסידות וואס בלאזן נישט איבער די וועלט (ביידע סלאנימ'ס) די בילדער פון די רבי'ס וועסטו טרעפן אויפן נעט, פיל ווייניגער ווי אנדערע קלענערע רבי'ס מיט ווייניגער חסידים. עס איז זייער אן אנגעצויגענע חסידות, וואס פאדערט פון זייער עולם זייער אסאך, בעיקר פנימיות'דיגע עבודה, לאנגע דאווענענ'ס מיט טיפע מחשבה.
זייערע ניגונים איז אויף א סטייל וואס מען דארף פארשטיין דערצו. מען דארף ליגן דערין כדאי צו האבן א געשמאק דערין, אבער עס איז זייער טיפע ניגונים, וואס נעמט ארויס די נשמה פון א מענטש (א בחינה פון שטילע וואסערן גראבן טיף).
די מחלוקת צווישן די ווייסע און שווארצע, האט זיך אנגעהויבן ווען דער פריעדיגע רבי - דער ברכת אברהם - פלעגט מאכן פון זיך גארנישט, בשעת זיין איידעם - בעל נתיבות שלום - איז געווען זייער כאריזמיסטיש און אנגעפירט מיט די פעולות און די ישיבה פון די חסידות. דעמאלס האבן זיך אנגעהויבן פאליטיק, וויבאלד מענטשן האבן געשפירט אז דער איידעם וויל איבערנעמען דעם שווער. עס איז געווארן צוויי חבורות: די חסידים פונעם רבי'ן, וועמען מען האט גערופן 'די שווארצע', און חסידים פונעם ראש-ישיבה וועלכע האבן באקומען דעם נאמען 'די ווייסע'. שפעטער, ווען דער איידעם איז בפועל געווארן רבי בחייו פון זיין שווער (א מיסע טעות לדעתי), האבן זיך די שווארצע אפיציעל אפגעטיילט, קודם האט מען געדאוונט אין שטוב פון רבי'ן, און ווען דער רבי איז נסתלק געווארן איז געווארן דערפון צוויי חסידית'ן.
עווענטואל האבן די שווארצע אויפגענומען א רבי, אן אייניקל פונעם פריעדיגן רבי, מיטן נאמען רבי אברהם וויינבערג, וועלכע פירט זיין חסידות מיט א שארפקייט, מיט א פולן קאנטראל. די ווייסע האבן געהאט זייער רבי, דער נתיבות שלום וואס איז ברייט באקאנט אין די וועלט צוליב זיינע תוכנ'דיגע ספרים, וואס איז געווארן א נחלת הכלל, אויך ביי נישט סלונימער חסידים.
גאנץ גוט מנתח געווען.
כיהודה ועוד לקרא עבעך צולייגן אפאר נקודות:
קודם כל, דער נתיבות שלום האט זיך בעיקר אפגעגעבן - נאך בחייו פון ר' מאטל סלאנימער - מיטן מבסס זיין חסידות סלאנים אין ארץ ישראל, נאכדעם וואס מאיז געווען צוקנאקט נאכן קריג אן קיין רבי ומנהיג. ער האט אוועקגעשטעלט די ישיבה, איבערגעדריקט די ספרי סלאנים, און אלעס אנדערש.
ער איז געווען אזוי פאפולער, אז מאנכע טענה'ן אז מ'האט אים געוואלט אויפנעמען אלס סלאנימער רבי נאך רבי מאטל סלאנימער, נאר מפני כבודו פון זיין שווער האט ער אים צוגעריקט צום בענקל. והבוחר יבחר. יהי' איך שיהי', האט ער געמאכט א געפערליכן טעות מיטן איבערנעמען בחייו פונעם שווער וואס איז שוין געווען קראנק. ווייל א חודש צוויי נאכדעם, איז דער שווער ממילא אוועק. אזוי האט דער נתיבות שלום אנגעוואוירן די רבי'סטעווע ללא עוררין.
מ'האט פארגעסן אנצואמערקן אז דער נתיבות שלום איז געווען א שטיקל 'מאדערנער', וואס איז געווען א דארן אין די אויגן פון די עכטע פארצייטישע סלאנימע חאניאקעס, כפי שאפשר לראות אצל רבי מאטל סלאנימער וחבורתו. עד היום זענען די ווייסע [חסידי הנתיבות שלום] באוואוסט מיטן זיין מער באפוצט, און די שווארצע [חסידי ר"א] זענען חאניאקיש. ועל דא קאמרי, אז די שווארצע זענען פארשווארצט וכו'. כאטשיג די פשוטע טעם איז געווען, ווייל די נתיבות שלום איז שוין געווען אן עלטערע איד, און ר"א האט נאך געהאט א פעך [מיטן פינטל אינעם פ'] שווארצע בארד.
די ווארט גייט, אז דער נתיבות שלום האט זיך אויסגעדריקט, אז וויבאלד חסידים האבן געמאכט אזא טראסק פון די חיצוניות'דיגע מלבושים - האט דאס געשאדט צום פנימיות. ווייל מ'איז שוין געווארן ביזי מיט חיצוניות'דיגע נארישקייטן. דערפאר האבן זיך די סלאנימע אנגעטון מער 'מאדערן'. זיין זון אבער [אן איידעם אין וויזשניץ, און א שטיקל 'פרומער' פאר זיך], האט צוביסלעך אנגעהויבן צוריקברענגען פרומע לבושים צו סלאנים זאגנדיג אז היינט צוטאגס מאכן שוין די סלאנימע צו א גרויסע עסק פונעם 'נישט מאכן אן עסק' פון די לבוש... און אויב אזוי, איז שוין צייט פאר א יוטירן.
למעשה ציט דער שווארצער א ריזיגער פרעמדער ציבור, כאטשיג רוב מקוריות'דיגע סלאנימע זענען געבליבן ביים נתיבות שלום. דער שווארצער געט זיך אפ מיט זיינע יונגעלייט, און זייענדיג א לוחם נגד הכבוד ווערן אסאך פרעמדע געשוואוירענע חסידים זיינע [דאס זעט זיך אן אינעם מספר אמעריקאנע וואס זענען געווארן שווארצע סלאנימע. און קיין ווייסע איז קיינער נישט געווארן]. נאך א טעם איז, זיין ישיבה אין בני ברק וואס כל באיה -כמעט- ישארו ביני עמודי דחסידותא דסלאנימותא. והטעם כנ"ל, ער געט זיך מורא'דיג אפ מיט בחורים וואס קומען אן אהין.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:59 am
דורך [NAMELESS]
על המחיה האט געשריבן:וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?
מטעם מצא או מוצא?
מטעם 'המוציא'...
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 8:06 am
דורך קאווע טרינקער
[tag]אדנירם[/tag] די סיבה פארוואס כל באי שער שווארץ סלאנים לא ישובון, איז צוליב דעם וואס דער רבי קריכט אריין אין ענינים שהצניעות יפה להם. נקוט כללא זו בידך, א יעדע פלאץ וואו דער רבי, מנהיג, איז עוסק אינעם מענטשעס פריוואטע, בעדרום, ווייבערישע, ענינים, ווערן די חסידים סטאק! די רבי נעמט זיי איבער אינגאנצן, אז זיי ווייסן שוין נישט וויאזוי ארויסצוגיין.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 9:37 am
דורך [NAMELESS]
סארי, אבער ס'איז א שוואכע תירוץ.
ער כאפט פונקט אזוי בחורים וואס קומען פון פרעמדע שטובער, אמעריקאנע אנגעפרעסענע חברה, וואס זענען אריינגעפאלן צו לערנען אין זיין ישיבה. די פרעמדע בחורים האבן נישט קיין שום התחייבות צו דערציילן אלע זייערע עוונות ופשעים, און אעפ"כ ציט ער זיי ווי א מאגנעט. נאכמער, כ'וואלט געזאגט אז ער איז פון די איינציגסטע רבי'ס וואס כאפן כסדר פרישע פרעמדע חברה צו ווערן זייערע חסידים [נאך איינער וואס איך ווייס, וואס בויט זיך כסדר מער - אבער שטיל - איז דער טשענאבילער רבי פון ב"ב. און אביסעלע (ס'איז שוין נישט דער 'טרענד') - ר' דוד'ל ראחמסטריווקער פון ירושלים].
שוין איבער דרייסיג יאר צוריק, ווען מיין פאטער שיחי' האט געלערנט אין ב"ב [און געהאט זיין דירה אינטער ר' חיים קנייבסקי'ס דירה. וואס איז הארט נעבן די שווארצע סלאנימערס ביהמ"ד. אבער דאס איז שוין א מעשה פאר זיך], האט ער געהאט א היבשע פאר חברים, ריעל אמעריקענס, וואס זענען פשוט נמשך געווארן בחבלי קסמיו פונעם שווארצן. הגם זיי זענען געווען בחורים אן קיין שיעבוד זיך אויסצורעדן צום רבין.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:41 am
דורך איך אויך
אדנירם האט געשריבן:על המחיה האט געשריבן:וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?
מטעם מצא או מוצא?
מטעם 'המוציא'...
רעק''א האט שויו געזאגט דעם טעם פארוואס מען כאפט די מוצא פונעם חתן בלייבט ער מיטן מצא.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:14 pm
דורך [NAMELESS]
גוטזאגער האט געשריבן:ווייסט איינער איבער די באגעגעניש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע מיט דער מנהיג פון ליבאביטש ווען און וואו עס איס געווען און וואסערע ענינים איז געווען עולה על שולחן מלאכים ?ש
ואימא איפכא:
די באגעגעניש פון הרה"ק מליובאוויטש זי"ע מיט דער מנהיג פון סאטמאר...
ובדוחק י"ל, דשאני הליובאוויטשער שלא בטוח שאפשר לכתוב עליו זי"ע, וכדי שלא לבייש את המשיחיים כתבו 'מנהיג' בלשון סתימתאה...
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:40 pm
דורך [NAMELESS]
היפש האט געשריבן:וואו קען מען זעהן די די נייע פילם "SEAL Team 6"?
אויב איינער וויל, קען איך עס ארויפלייגן אויף קאפי - אויב ס'איז אויסגעהאלטן ע"פ תקנות הפארום.
ווער ס'וויל עס, זאל לייקן דעם מודעה (פארן טירחה, דארף איך כאטש עפעס א נארמאלע נאכפראגע).
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:11 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ווילאנג נאך די ריליעס פון א מאווי ווערט עס אוועילעבל אנליין אויף גוגל פלעי / עמעזאן פריים?
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:כאמעיני איז געווען הערשער אין איראן פון די רעוועלוציע אום 1979 ביז 1989. כומעיני איז יעצט אין איראן פון '89. די נעמען זענען זייער ענליך, זענען זיי משפחה? אינעם צייטונג איז געווען אן אינטערוויו מיט דעם רב וואס איז אנטלאפן פון איראן, ער זאגט אז כאמעני האט נישט פיינט געהאט אידן, אנדערש ווי דער היינטיגער כומעיני ימ"ש.
דער ערשטער האט אפילו געקענט לשון קודש (נישט עיברית). דאכטצעך, אזוי האביך געליינט אין דער איד, בימים ההם ובזמן הזה. דער צווייטער הייסט "כאמינאי": ער האט זיך שוין יא אויסגעדרוקט מיט שנאת ישראל. נישט דווקא קעגן די ציונים. נאר אקעגן אללע יודן בכלל.
ריכטיג.
און צו מנתח זיין די צוויי צדיקים אין א נאטשעל:
'כאמענאי' איז א אידן-האסער, 'כומעיני' איז געווען א מענטשן-האסער.
ודו"ק ותשכח כי נכון הדבר עד למאוד.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:16 am
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:וואסי פשט פון די ד' ווען מ'שרייבט אפציעל א נאמען פון א חסידות למשל "קהל יטב לב ד'סאטמאר" "קהל מחזיקי הדת ד'בלעזא" "קהל שערי ציון ד'באבוב" וכדומה, וואס מיינט דאס דער ד'? וועלכער שפראך איז דאס? איז עס א ראשי תיבות, פון וואס? איך זעה נישט ווי אין לשה"ק אדער אידיש, דאס קען זיין אפשר אראמיש א גמרא לשון? כאפ איך אויך נישט פון ווי? איך האב עס אלס אפגעטייטש ווי "פון" "of" אבער ווי קומט עס צו א ד'???
געפילטע פיש האט געשריבן:אראמיש, מאן דאמר, בריך רחמנא דיהב, שבילי דנהרדעא, מלכותא דארעא, יו געט די פיקצ'ער. כ'ווייס טאקע נישט פון וואו די שטרעכל קומט, אפשר ווייל ס'עקסטערע שפראכן?
ונבנתה העיר האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:כ'ווייס טאקע נישט פון וואו די שטרעכל קומט, אפשר ווייל ס'עקסטערע שפראכן?
די שטרעכל איז לכאורה אן עם-הארץ'עס, איך מיין אז מען זעהט עס נאר אויף געוויסע לעטער-העדס פון סאטמאר אין אמעריקא.
הזהרו בכבוד געפילטע פיש, וואס אפילו זיינע השערות בדרך ספק, זענען אמת ויציב.
די סיבה פונעם שרייבן ד'סאטמאר וכדו', מיטן שטרעכל נאכן ד', איז וויבאלד ס'טוישט זיך פון אראמיש צו אנאנדער שפראך.
וכהנה מצינו רבות ביים אידישן שפראך, ביי ווערטער וואס זענען אויסגעמישט מיט ווערטער פון לשה"ק.
לדוגמא: הרג'ענען, בא'גנב'עט, שחט'ן, מורא'דיג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:37 am
דורך זייגער
וואס מיינט ודפח'ח?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:59 am
דורך נופת צופים
ודברי פי חכם חן
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 11:41 am
דורך יואב
פאר די וועלכע זענען מקפיד נישט צו עסן קטניות דורכאויס פסח, וואס איז מיט קאווע, פארוואס איז דאס לידזשיט.
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:02 pm
דורך קאווע טרינקער
פון קאווע מאכט מען נישט קיין מעהל.
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:59 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל וויסן. אויב מיט מיין נייע טלית קטן קען איך יוצא זיין דעם ושמח את אשתו...
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:34 pm
דורך געפילטע פיש
נאר אויב דו נוצט עס אלס hole in the sheet.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:45 pm
דורך נופת צופים
געפילטע פיש האט געשריבן:נאר אויב דו נוצט עס אלס hole in the sheet.
אריין אין מאחורי, אבער שוין
[emoji1]
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:52 pm
דורך קאווע טרינקער
אין סקיוורא איז נאר דא איין צענטראלע פייער פאר די חמץ? איך זעה דער גאנצע שטאט ביים רבין'ס שריפה. אפשר קומען זיי זיך לערנען הלכות שריפת חסידים?
[tag]שלום דין[/tag]
[tag]מנשה לוסטיג[/tag]