בלאט 122 פון 179
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 12:14 pm
דורך פאלאצ'ינטא
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א רבי אין חדר פראבירט מסביר זיין פאר א תלמיד, וואס איז דאס א ממזר...
פרעגט ער דאס אינגל, וואס איז דרך אגב געוועהן א בנש"קל... אויב דיין ברודער האט חתונה מיט דיין שוועסטער, וואס זענען די קינדער?
זאגט ער...
4 מאהל טשערנאבלער אייניקלאך
6 מאהל זידיטשויבער אייניקלאך
12 מאהל וויזניצער אייניקלאך
18 מאהל נאדווארנער אייניקלאך
זאגט דער רבי... יא יא דאס איז א ממזר.
נוסח אחר...
דער אינגעל האט גע-ענטפערט...
א ממזר איז די קאר וועליכע פארט צו שטייט אין פראנט פון מיין טאטע
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 12:35 pm
דורך שמן למאור
דערמאנסט מיר א מעשה
א כיתה א' מלמד האט אמאל געפרעגט די אינגלעך פון זיין קלאס א שאלה,
''ווער ווייסט ווי די אייבעשטער איז''?
איינער האט געזאגט און הימל, א צווייטער האט געזאגט אין די ארון הקודש פון שול, א דריטער האט געענטפערט ביים כותל המערבי,
און איין אינגל האט געענטפערט, אז ער מיינט אז די באשעפער איז אין די ביה''כ פון זיין הויז...
האט די מלמד געפרעגט פונעם אינגל 'פארוואס טראכטסטו אז די באשעפער געפינט זיך פונקט אין די ביה''כ פון דיין הויז'
האט די אינגל געענטפערט, אז ער זעט זייער אסאך מאל ווי זיין מאמע קלאפט אויף די טוילעט טיר און זאגט
'רבוש''ע, ווען קומסטו שוין ארויס פאר א גוט יאר'?.....
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 12:38 pm
דורך קאמארנער
הייסע ווארע דא
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 4:00 pm
דורך שמן למאור
יארמער רב איז געווען שילדיג פאר איינעם א לענגערע צייט פופציג טויזנט דאלער
אמאל זאגט ער אים ,''זעסט דאך אז איך שלעפ שוין ארום יארן מיטן חוב, דו זעסט דאך אז איך האלט נישט ביים באצאלן, אפשר איז געקומען די צייט אז די זאלסט מיר מוחל זיין די חוב''?
יענער ווערט שאקירט און ענטפערט, אזוי? די ווילסט אז איך זאל דיר אזוי מוחל זיין פופציג אלפים פון איין מינוט אויף די אנדערע?
ענטפערט ר' יענקל, ווייסטו וואס? דו מוזט מיר נישט מוחל זיין די גאנצע זאך אויף איין מאל, קענסט יעדע וואך מוחל זיין פינף אלפים פאר די נעקסטע צען וואכן...
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 4:10 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: אן אנדערע זיסע מימרא פון מיין רבי'ן, הגה"ק דער הייליגער יארמער רב שליט"א.
ס'איז אמאל געקומען א איד וואס האט (ל"ע) נישט געהאט קיין קינדער א סאך יארן נאך זיין חתונה. ער האט געבעטן אז די רבי זאלל איהם אנווינטשן אז ער זאלל האבן א בן זכר. ער האט איבערגעלאט א פדיון פון 20 טויזנט דאללער. בתנאי. אויב ווערט ער געהאלפן איז עס א פדיון. אויב (ח"ו) נישט. איז די געלט א הלואה... הפלא ופלא. צום יאר האט ער געהאט א יונגל . די גאנצע שטאט האט גערעש'ט מיט דעם..."מופת"... האטציך די רבי שליט"א אנגעריפן...וואס איז דער חידוש?. אין הימל האט מען איינגעזעהן אז ס'איז א סאך גרינגער אז דער איד זאלל האבן א בן זכר, ווי אז איך זאלל צוריקגעבן די 20 טויזנט דאללער...!
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 5:02 pm
דורך שמן למאור
עס איז געגאנגען לעצטע וואך א האגל, איך בין ארויס אויפן גאס און געזען ווי בחורים גליטשן ליידער...
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 9:56 pm
דורך וואלווי
עצי שטים האט געשריבן:עס איז געגאנגען לעצטע וואך א האגל, איך בין ארויס אויפן גאס און געזען ווי בחורים גליטשן ליידער...
מ'גייט אין ישיבה אויף די ישיבה...
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 10:19 pm
דורך בענבען
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:38 am
דורך קידוש
אין גמרא שטייט ווי באקאנט אז ווען א מאן אין ווייב געטען זיך פארגיסט די מזבח טרערען,
פארוואס פונקט די מזבח און נישט די שולחן אדער די מנורה?
ווייל די מזבח זאגט: איך האב מיר אן עצה געגעבן יעדען טאג מיט טויזענטע בהמות אין די קענסט דיך נישט באפארען מיט איין?
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:42 am
דורך קידוש
איינער קומט אריין און שפיטאל מיט פארברענטע אוירען.
פרעגט אוהם דער נורס, וויא אזוי איז דאס געשעהן?
ענטפערט ער, איך האב געהאלטען און מיטען ביגעלען א העמד און די טעלעפאן האט גערינגען. בטעות האב איך גענטפערט דער ביגעל אייזען אנשטאט דער טעלעפאן.
פרעגט אוהם דער נורס, און וואס איז די מעשה מיט די אנדערע אויער?
ענטפערט ער, יענער האט צוריק געריפען.....
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:44 am
דורך קידוש
האב איך נעכטן מיטגעהאלטן ווי צוויי מענטשן האבן זיך אביסל ארומגעקריגט, און איינער רופט זיך אן פארן צווייטן,
דו ביסט א צוריסענע שוטה... רופט זיך אן די צווייטער..... דו ביסט א גאנצע נער....
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:50 am
דורך קידוש
דעם ערשטן שבעה עשר בתמוז נאך זיין חתונה איז א בריסקער אינגערמאן אהיים געקומען צופרי און פרעגט אוואו איז די פרישטאג?
ענטפערט די בני בית היינט פאסט מען דאך, זאגט ער אין ברייסק האט מען ניט געפאסט, זאגט זי וואס הייסט אין בריסק איז מען דאך געווענליך מחמיר?
זאגט ער דאס איז ניט קיין קולא דאס איז א חומרא, פרעגט זי פארוואס זאגט ער דאס איז א גרויסע חומרא אין די מצוה פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם?!
גוט זאל זיין אזוי זי גרייט אן א פיינעם פרישטאג און ער זעצט זיך צום טיש עסן און זי וויל זיך אויך זעצן מיט-עסן מיט אים ווייל אין בריסק פאסט מען נישט, רופט ער זיך אן נא נא חומרות ניט פאר קיין ווייבער......
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:55 am
דורך קידוש
איינער האט געזאגט דעם שדכן אז ער זוכט א שידוך פאר זיין זון אבער עס מוז זיין אזא יחוס שידוך אז דער בדחן ביים מצוה טאנץ זאל קענען זאגן דאס איז א יחוס פון אלע פיר זייטן דער שדכן האט נישט געקענט טרעפן אזוינס פאר אים און שפעטער הערט ער אז יענער האט א שידוך געטון מיט א גרויסן רבי'ן אבער עס איז נאר יחוס פון איין אדער צוויי זייטן האט ער אים געפרעגט דערויף האט ער געזאגט איך האב זיך מיישב געווען וואס א חילוק א יחוס פון אלע פיר זייטן עס איז שוין בעסער א מצוה טאנץ מיט פארענטשעס פון אלע פיר זייטן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:57 am
דורך קידוש
א יונגערמאן קוים נאך די חתונה האט זיך אויסגערעדט פאר זיין חבר, אז זיין שווער האט
אים מכבד געווען שבת ביי די סעודה מיטן בענטשן, און די יונגערמאן איז געווען זייער נערוועז
ער האט נישט געוואוסט צו ער דארף זאגן ברשות מורי חמי אדער חמי מורי, זאגט אים זיין חבר,
איך האב אויך געהאט די זעלבע פראבלעם און כאב מיך אן עצה געגעבן, איך האב געזאגט
בלשון קיצור, ברשות חמורי...
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 12:20 pm
דורך שמן למאור
וואלווי האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:עס איז געגאנגען לעצטע וואך א האגל, איך בין ארויס אויפן גאס און געזען ווי בחורים גליטשן ליידער...
מ'גייט אין ישיבה אויף די ישיבה...
אדער ווי ש''א דים זאגט
ר' אייזיק פלאר האט מיר מכבד געווען מיט א זיץ...
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 12:21 pm
דורך וואלווי
קידוש האט געשריבן:א יונגערמאן קוים נאך די חתונה האט זיך אויסגערעדט פאר זיין חבר, אז זיין שווער האט
אים מכבד געווען שבת ביי די סעודה מיטן בענטשן, און די יונגערמאן איז געווען זייער נערוועז
ער האט נישט געוואוסט צו ער דארף זאגן ברשות מורי חמי אדער חמי מורי, זאגט אים זיין חבר,
איך האב אויך געהאט די זעלבע פראבלעם און כאב מיך אן עצה געגעבן, איך האב געזאגט
בלשון קיצור, ברשות חמורי...
היכי תמצא אז אן אייזל רייט אויף א מענטש...
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 12:22 pm
דורך שמן למאור
א שיכור האט אמאל געזאגט
וויפול בעסער וואלט געווען ווען די באשעפער גיבט פאר די מצרים פיר מכות און פאר אונז צען כוסות...
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 4:00 pm
דורך קהל'ס נער
געויעין אמאל א איד וואס האט געזיכט א געלד שידוך, דאס איז געוועין די עיקר וואס ער האט געזיכט, איין טאג ריפט די שדכן ער האט א שידוך די מחותן איז א גרויסע עושר ער גייט באצאלן ביידע זייטן פלוס ער קויפט א דירה פאר די קאפל אויך גייט ער אויסהאלטן די איידעם פאר 10 יאר, אבער....זאגט די שדכן די מיידל האט א קליינע פראבלעים זי איז טויב......., ענטפערט די מחותן מסכים די עיקר אז ס'איז דא געלט,
נעקסטע טאג ריפט די שדכן און זאגט, נאך איין פראבלעים זי איז אויך הינקעדיג....ענטפערט די מחותן ווי לאנג ס'דא געלט איז ער גרייט......
נעקסטע טאג זאג די שדכן זי איז בלינד.... ענטפערט די מחותן ס'דא געלד איז גיט
נעקסטע טאג זאגט די שדכן אז זי איז א מוכה שחין....ענטפערט די מחותן......דא געלד איז גיט
פיין מען שליסט שידוך מיטן טויבע בלינדע הינקעדיגע מוכת שחין, און מיטאמאל געפינט די מחותן אויס אז די כלה'ס טאטע האט בכלל נישט קיין געלט.
ער לויפט שנעל צים שדכן זאגן אז ער וויל אפלאזן די שידוך, ענטפערט די שדכן "פאר אפאר דאלער גייסטו אפלאזן א שידוך?""
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 4:18 pm
דורך berlbalaguleh
און די מעשה מיט די יפת תואר ווייסטו דאך מסתמא. ס'געווען א שדכן וואס האט אנגעטראגן א שידוך פאר א בחור. ער זאגט די כלה איז א "יפת תואר"... נו, דער חתן איז זייער פרייליך. ער גייט באקומען א כלה א יפת תואר.
שוין. ס'קומט צום באשוי, זעהט ער שוין וואספארא מציאה ער האט דא איינגעהאנדלט. די כלה איז א קליינע, גראבע. אן עגיל ואשמח. און זי האט נאכדערצו א פיסק, זי באוואשט א יעדן...לויפט ער צוריק צום שדכן מלא טענות.. ס'הייסט. דו האסט מיך אויסגעפאפט! דו האסט געזאגט אז זי איז א יפת תואר. זאגט דער שדכן, דו האסט מיך נישט גוט פארשטאנען. איך האב געזאגט אז זי איז ברייט ווי א פאס, און זי האט א מויל ווי א טויער...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 8:24 pm
דורך תרמב
קהל'ס נער האט געשריבן:געויעין אמאל א איד וואס האט געזיכט א געלד שידוך, דאס איז געוועין די עיקר וואס ער האט געזיכט, איין טאג ריפט די שדכן ער האט א שידוך די מחותן איז א גרויסע עושר ער גייט באצאלן ביידע זייטן פלוס ער קויפט א דירה פאר די קאפל אויך גייט ער אויסהאלטן די איידעם פאר 10 יאר, אבער....זאגט די שדכן די מיידל האט א קליינע פראבלעים זי איז טויב......., ענטפערט די מחותן מסכים די עיקר אז ס'איז דא געלט,
נעקסטע טאג ריפט די שדכן און זאגט, נאך איין פראבלעים זי איז אויך הינקעדיג....ענטפערט די מחותן ווי לאנג ס'דא געלט איז ער גרייט......
נעקסטע טאג זאג די שדכן זי איז בלינד.... ענטפערט די מחותן ס'דא געלד איז גיט
נעקסטע טאג זאגט די שדכן אז זי איז א מוכה שחין....ענטפערט די מחותן......דא געלד איז גיט
פיין מען שליסט שידוך מיטן טויבע בלינדע הינקעדיגע מוכת שחין, און מיטאמאל געפינט די מחותן אויס אז די כלה'ס טאטע האט בכלל נישט קיין געלט.
ער לויפט שנעל צים שדכן זאגן אז ער וויל אפלאזן די שידוך, ענטפערט די שדכן "פאר אפאר דאלער גייסטו אפלאזן א שידוך?""
איך האב געהערט די פאנטשליין אביסל אנדערש, די מחותן איז געלאפן צום שדכן שרייען דו האסט מיך אויסגענערט!
זי איז נישט טויב?
זי איז!
בלינד איזע נישט?
נאך ווי!
מוכה שחין?
זיכער!
סאו וואס הייסט אויסגענערט?
זיי האבן דאך נישט קיין געלט!
נו איין ליגענט האב איך נישט געמעגט אריינווארפן....?
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 12:43 am
דורך שמן למאור
משה: וועליכע זאך איז ברוין, עס הענגט אויפן וואנט און פייפט?
יענקל: עעם...נו.. וואס?
משה: א שטיקל הערינג!!
יענקל: וואס? הערינג איז נישט ברוין?
משה: נא פארבט מען עס ברוין...
יענקל: אבער עס הענגט נישט אויפן וואנט?
משה: נא, הענגט מען עס אויפן וואנט...
יענקל: אבער עס פייפט דאך נישט?
משה: אקעי, כ'האב געמוזט עפעס פארדרייען, אז די זאלסט נישט גלייך כאפן די ענטפער...
מאך נישט קאליע די riddle וועגן איין זאך וואס שטימט נישט...
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 12:46 am
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:משה: וועליכע זאך איז ברוין, עס הענגט אויפן וואנט און פייפט?
יענקל: עעם...נו.. וואס?
משה: א שטיקל הערינג!!
יענקל: וואס? הערינג איז נישט ברוין?
משה: נא פארבט מען עס ברוין...
יענקל: אבער עס הענגט נישט אויפן וואנט?
משה: נא, הענגט מען עס אויפן וואנט...
יענקל: אבער עס פייפט דאך נישט?
משה: אקעי, כ'האב געמוזט עפעס פארדרייען, אז די זאלסט נישט גלייך כאפן די ענטפער...
דעיס איז די בעסטע joke וואס איך האב נאר אמאל געהערט, די ערשטע מאל כ'האב עס געהערט האט מיך גענימען א מינוט ציכאפן, דערנאך האב איך נישט געקענט אויףהערן לאכן פאר א האלבע שעה.

כ'געדעינק אפילו ווער ס'האט מיך עס געזאגט און ווי איך בין געוועין דעמאלטס.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 12:48 am
דורך שמן למאור
איך געדענק נאך אויך ווער עס האט מיר עס געזאגט, מיט אסאך יארן צוריק...