בלאט 122 פון 214

נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 11:42 am
דורך כמיעוט
מיינע ידידים זאגן אז איך בין א גיטע שרייבער
איך האב ניט קיין געדילד צוזאם ציקראצן 160 ווערטער
כהאף ענקער משוגעת וועט זיין ציפרידען פון דעם אויך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 11:43 am
דורך נחום אישגמזו
געבוירען אין וויליאמסבורג אבער געפינט זיך אין ישראל זינט 1996 אין אלט שטאט ירושלים.

יארען וואס איך האב נישט געשריבען אויף אידיש.

דאס אמעס איך בענק זיך אביסעל צו דו געשמקייט פון אידיש און אויך צו קענען מער שמיסען מי שטאטס מאן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 11:43 am
דורך ישר בעיניו
איך בין א חסיד וואס וואוינט אין אייראפע. איך האב ליב טיפקייט און אפענקייט ב"ה שיין פרנסה. קאווע שטיבל פארמאגט א געוויסע אפענקייט וואס אנדערע האבן נישט וואס דאס ציט מיך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 5:33 pm
דורך נחום אישגמזו
שלום עליכם,


געבוירען און געהאדעוועט אין ויליאמסבורג ביז די בחורישע יארן
לעבט אין אלט שטאט ירושלים , שוין יארן וואס כעהאב נישט געשריבן אין ידיש

נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 9:12 pm
דורך סעגאל
האמיר יעצט צוויי נחום אישגמזו'ס.
שוין גם זו לטובה.d

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:32 pm
דורך ערבי נחל
איך בין א יונגערמאן וואס ליינט שוין קאווע שטיבל שיין שטיקל צייט און איך האב גרויס הנאה דערפון קיינמאל נישט עכט געטראכט פון וואס איך קען צוגעבן פאר די קאווע פאמיליע אבער למעשה טראכט איך שוין לעצט שטיקל צייט פון א געוויסע טאפיק וואס פונקט היינט זעה איך אז איינער געעפנט א פרישע אשכול דערוועגן און איך שפיר אז איך קען דארט צוגעבן מיינע צוויי סענט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:33 pm
דורך פרימארגען
נאכן ליינען אסאך איז דיון העכסט צייט אריינצולייגען מיין צוויי סענטס,מיין ״מצב״ טוישט זיך כסדר, כבין אינטרעסירט אין תורה שבכתב לייכטע פיליזאפיע און סתם שטותים

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:33 pm
דורך גרשון ערליך
מען הופט אז מען וועט הנאה האבען דא און דערעך שמיסן אינטרעסאנטע ענינים העומדים ברימו של עולם. אינטרעסאנטע נייעס פין בחצרות קודש אין מוזיק אין אינטרעסאנע טעכנעלאגישע נייעס אין חידישים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:34 pm
דורך דער קופיטשקער
איך בין א יונגערמאן װער שטאמט פון ניו יארק. איך בין עפעס א יידישיסט, ד"ה א פארברענטער ליבהאבער פון אידיש. כאטש איך בין ניט קיין עכטער חסיד, האב איך ליב דאס חסידישע לעבן און קולטור און איך װיל רעדן א װארט מאמע־לשון מיט אנדערע איידלע מענטשן. כ'האָב שטארק ליב פּאעזיע, ליטעראטור און מוזיק.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:34 pm
דורך געדאנקן
איך ליין שוין דא א לענגערע תקופה און איך האב זייער הנאה פון די בריטקייט און אפנקייט וואס עס גייט דא פאר בכלליות אויף אידישקייט אין 2020 און בפרטיות צו ידע געלעגנהייט ווען עס פעלט זיך אויס, און כאטש וואס איך בין נישט קיין גרויסע אנאליזער און / אדער שרייבער וויל איך כמה פעמים עפעס מגיב זיין אדער איבערפרעגן עפעס וואס איך האב נישט פארשטאנען און צומאל טויך חולק זיין אויף איינעם און הערן יענעמס צד, אשע"כ האב איך מחליט געווען צו עפענען א ניק און איך האף אז די הנהלה וועט מיר אנעמען, און האטס מיר און זייטס מיר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:35 pm
דורך מיטלמעיסיג
איך זיך צי רעדן מיט קליגע מענשטן, אין גלייך צי שרייבן און ליינען אבער נאר מיט מענשטן וואס זענען פלעקסבל
ממילא בין איך דא איך האף צי זאגן מיינע מיינוגען סזאל זיין דברים נכנסים אל הלב

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:35 pm
דורך פריוואט
איך האב אסאך ליידיגער צייט וואס איך דארף אויסנוצען און איך האב געטראפען א גוטע פלאץ.
און איך האב ליב צו ליינען אסאך, און צולייגען מיינע הערות אויף אלעס וואס עס געפעלט מיר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:35 pm
דורך נחומ'ל
איך האב ליב צו שרייבן און ליינען...
צו איך שרייב גוט דאס וועטס שוין אליינס באשלוסן!
איך בין א איד וואס פרובירט צו זיין וואויל, אין טוהן דעם רצון השם מיט פשטות.
אזוי 'נחום' איש גם זו איז מען מקבל אלעס באהבה מיט א שמייכעל און מיט שמחה!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:36 pm
דורך סדרן
אלע פרישע מעמבערס זענען מכובד זיך אנצוגיסן א גלעזעל קאווע, זיך מאכן באקוועם, און זיך לאזן הערן. שעמטס ענק נישט!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 9:15 pm
דורך בן נון
איך בין נייגעריג וויפיל פון זיי גייען למעשה שרייבן עפעס
ס’קוקט אויס אז סע איז דא אזא טריל פון זיך איינשרייבן און זען אויב מען גייט דיר אוננעמען
#קאוועשטיבלטשעלענדש

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:03 pm
דורך berlbalaguleh
...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 12:44 am
דורך יעקב מעקסוועל
מיטלמעיסיג האט געשריבן:איך זיך צי רעדן מיט קליגע מענשטן, אין גלייך צי שרייבן און ליינען אבער נאר מיט מענשטן וואס זענען פלעקסבל.

נאר מיט מענטשן וואס זענען פלעקסיבעל? האו אבאוט ביזט מער פלעקסיבעל..?

זשאסט קידינג, וועלקאם צום שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 3:00 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב מעקסוועל: דאס איז הפוך על הפוך לאגיק...פאר ווער ס'כאפט. ביטע נישט קיין אונגערישע אדער גאליציאנער...לאל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 3:03 pm
דורך איך אויך
ער זוכט סיי קליג און סיי פלעקסיבל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 3:06 pm
דורך berlbalaguleh
אבער דעם ווארט פון הרב (מעקסוועלל) בעל ה'קאפי האסטו נישט געכאפט...לאל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 3:07 pm
דורך איך אויך
פארוואס קלערסטו אזוי?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 3:20 pm
דורך berlbalaguleh
שוין. ס'איז שטותים . נישט כדאי צו טענה'ן או.קעי. האסט יא געכאפט. לשם הסבר. ער פארלאנגט פון יענעם צו זיין פלעקסיבל. בשעת ווען ער איז נישט...לאל

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 6:48 pm
דורך חאניאק
אינטערסירט אין אידישע היסטאריע, תולדות פון צדיקים און ספרים. שרייבער פון השקפה׳דיגע תורה׳דיגע ענינים פאר אונזער דור פון עקבתא דמשיחא רייך און באלערנד אויף א גאלדנעם טאץ, סאטמארער קנאי, הייסע נאכגייער פון קהלת נטורי קרתא.