בלאט 123 פון 179
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: נאר איך מיין אז א הערינג וואס הענגט אויף די וואנט דארף מען נישט צו זעהן. מ'שפירט עס נאך פאר מ'זעהט עס...און לאנג דערנאך...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 3:18 am
דורך ברוינשטיין
בערל: נו, ווען מאכסטו חתונה?
שמערל: ברוך ה' און וויאזוי שפירט איר?
--------------
קרעדיט, אברהם מרדכי מלאך
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 3:22 am
דורך berlbalaguleh
ברוינשטיין: איך האב דיר געגעבן א לייק אויף קרעדיט. ווייל איך בין זיכער אז איך וועל אמאל פארשטיין דעם דזשאוק. אבער דערווייל ליידער נישט. אפשר קענסטו עס א ביסל בעסער מסביר זיין פאר אזעלכע דומע קעפ ווי איך. יישר כח...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 3:35 am
דורך ברוינשטיין
דער ווערטל מאכט לצנות פון די מאנכע וועלכע פרעגן שאלות וועלכע זיי זענען ניטאמאל אינטערעסירט אינעם תירוץ נאר זיי דרייען סתם א קאפ.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 3:37 am
דורך וואלווי
איך מיין ער האט געמיינט דעם געדאנק
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 1:09 pm
דורך שמן למאור
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: נאר איך מיין אז א הערינג וואס הענגט אויף די וואנט דארף מען נישט צו זעהן. מ'שפירט עס נאך פאר מ'זעהט עס...און לאנג דערנאך...!
און אויב עס הענגט גענוג לאנג און מען עסט עס קען עס שפעטער פייפן אויך
וכמאמר הקדוש מהאדמו''ר מקרעשניף,
יעדע באנדל וואס מען עסט שבת פון די טשאלנט, ווערט פון דעם באשאפן א מלאך,
והוסיפו הלצים, 'און מוצש''ק זינגען זיי שירה פארן אייבישטער'...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 10:11 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער האט זוכה געוועהן צו א גילוי אלוקי און האט געפרעגט דער באשעפער...
ווי לאנג איז 600 טויזענט יאהר ביי דיר?
ענטפערט דער באשעפער, 1 סעקונדא
און וויפיהל איז 650 מיליון דולר ביי דיר?
ענטפערט דער באשעפער, 10 סענט
פרעגט ער ווייטער, אפשר קען איך האבען 10 סענט?
זיכער ענטפערט דער באשעפער, ווארט נאר איין סעקונדא
נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:16 am
דורך פאלאצ'ינטא
א איד זיצט אויפ'ן מאנסי באס און אין מיט'ן וועג פרעגט ער זיין שכן וועליכע זיצט לעבן איהם,
זאג נאר, דו האסט אפשר א זייגער?
און דער שכן ענטפערט נישט.
אנטשולדיגטס מיר, איהר ווייסט וויפיהל אזייגער עס איז?
און דער ענטפערט נישט.
האלו! זאגט דער איד, אפשר זאגט איהר מיר פארוואס איהר איגנארירט מיר? פארוואס ווילט איהר מיר נישט ענטפערען?
זאגט ער ווייל איך ווייס וואט גייט געשעהן עס פאנגט זיך נאר אן אזוי.
וואס גייט שוין געשעהן? פרעגט ער
זאגט ער... איהר פרעגט מיר וויפיהל אזייגער עס איז?... דערנאך וועט איהר פרעגען, פון ווי קומט איהר?... און וואס טוהט איר פאר'ן לעבן? וויפיהל קינדער האט איהר? און צום סוף וועט עס זיך ענדיגען דו גייסט זיך וועלען משדך זיין מיט מיר... דעריבער זאג איך אייך יעצט...
איך וויל זיך נישט משדך זיך מיט איינער וועליכע קען זיך אפי נישט קויפן א זייגער
ו
נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:28 am
דורך קהל'ס נער
פאלאצ'ינטא ברעינגט אינז שטייפע סמייטע.
נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:38 pm
דורך קהל'ס נער
א בריסקער האט געמאכט א סוכה מיט אלע לומדות'ער לבוד, דופן עקומה, וכו', ער שטייט אויף ציפריה און זעיט אז מען האט עים גע'גנב'ט די לייכטערס, ער האט נישט געקענט פארשטיין פון ווי די גנב איז אריין געקימען.......ביז ער איז געקימען צי די מסקנה אז ס'מיז זיין אז די גנב איז עם הארץ.
נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 1:11 pm
דורך קהל'ס נער
שאלעשידעס תורה מאת רב הצעיר קהילת ניקלשבורג והגלילות
https://youtu.be/MV7m90iCDvE
נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 1:27 pm
דורך שמן למאור
אן אלטער בחור איז זיך געקומען אויסוויינען פאר א חאכאם, אז ער דארף א שידוך,
האט אים די חאכאם געזאגט אז ער זאל זאגן פרק שירה פאר פערציג טעג אלץ א סגולה,
נאך פערציג טעג איז ער צירוק געקומען צום חאכאם, און ער וויינט זיך אויס אז ער איז נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן,
פרעגט אים די חאכאם, 'האסטו געזאגט פרק שירה יעדן אייציסטן טאג פון די פערציג טעג?
האט די בחור געענטפערט, 'כוועל דיר זאגן די אמת, ס'איז אביסל לאנג און כ'האב נישט געהאט קיין נערוון, אבער איך האב עס געזאגט יעדע דריי טעג, אזוי אז עס איז געווען 'לבוד'
האט אים די חאכאם געזאגט, 'אויב אזוי, בקרוב ממש וועסטו געהאלפן ווערן מיט א 'דופן עקומה'..
נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 7:29 pm
דורך שמן למאור
א פרוי איז זיך געקומען אויסרעדן פארן אהבת ישראל פון וויזניץ, אז איר זוהן איז געווארן זייער חאניאקיש, ער האט זיך אנגעטון לאנגע חסידישע בגדים, און ער דאווענט לאנגע שעות, און זי ווייסט נישט וואס צו טון
האט די אהבת ישראל געזאגט, נא? וואס איז די פראבלעם? איך טו דאך אויך אזוי!
האט די פרוי געזאגט, ניין רבי,... די טוסט עס פאר די חסידים און פאר די קוויטלעך מיט פדיונות,
אבער מיין זון מיינט עס נעבעך ערנסט...
נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 8:58 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער איז געקומען צו א רבי און וויינט...
רבי מיין זוהן איז משוגע געווארען, ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס.
ענטפערט איהם דער רבי, ניין ניין ער איז נישט משוגע געווארען ער איז א שיגץ, אויב ער וואלט געגעסען שיקסעס און געטאצט מיט חזירים וואלט ער געוועהן משוגע
נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 9:41 am
דורך זופ מיט מאנדלען
דאס לעצטע ווארט זאגט מען דאכט זיך מיר נאך פונעם שינאווער רב.
נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 2:38 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א איד זיצט אויפ'ן מאנסי באס און אין מיט'ן וועג פרעגט ער זיין שכן וועליכע זיצט לעבן איהם,
זאג נאר, דו האסט אפשר א זייגער?
און דער שכן ענטפערט נישט.
אנטשולדיגטס מיר, איהר ווייסט וויפיהל אזייגער עס איז?
און דער ענטפערט נישט.
האלו! זאגט דער איד, אפשר זאגט איהר מיר פארוואס איהר איגנארירט מיר? פארוואס ווילט איהר מיר נישט ענטפערען?
זאגט ער ווייל איך ווייס וואט גייט געשעהן עס פאנגט זיך נאר אן אזוי.
וואס גייט שוין געשעהן? פרעגט ער
זאגט ער... איהר פרעגט מיר וויפיהל אזייגער עס איז?... דערנאך וועט איהר פרעגען, פון ווי קומט איהר?... און וואס טוהט איר פאר'ן לעבן? וויפיהל קינדער האט איהר? און צום סוף וועט עס זיך ענדיגען דו גייסט זיך וועלען משדך זיין מיט מיר... דעריבער זאג איך אייך יעצט...
איך וויל זיך נישט משדך זיך מיט איינער וועליכע קען זיך אפי נישט קויפן א זייגער
ו
פאלאצ'ינטא: איך האב געהאט אן ענליכע מעשה. נאר נישט מיט'ן מאנסי באס. און נישט מיט א זייגער און א שידוך. (וואס איז נישט געווארן.). נאר זאגאר מיט א גארבידזש טראק און דער דרייווער, אין בארא פארק. ומעשה שהיה כך היה. איך פאר מיט מיין באס אויפפיקן די קינדער. א גארבידזש טראק שטייט אין פארנט פון מיר. און ער רירט זיך נישט. האביך גענומען פייפן. איך פייף. ער איגנארירט מיך. האביך גענימען פייפן מיט דעם שטארקן פייפער. וואס קען אויפוועקן אפילו א טויבן טויטן. (איך האב עס גערופן דער טראמפייטער הגדול). ס'העלפט נאכאלץ נישט. פלוצלינג האביך באמערקט א מענטש שטייט אויף די גאס און מאכט פארשידענע העוויות מיט זיינע הענט. ער האט ..."גערעדט"...צום דרייווער אויף שטים לשון (סיין לענגווידזש). דער דרייווער איז געווען א טויבער...!
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:15 pm
דורך קידוש
די בחורים האבן געכאפט א שאק ווען זיי האבן געהערט אז די משגיח פון די ישיבה האט גענומען די גרעסטע מחוצף אין ישיבה פאר א איידעם
משגיח וואס איז געשעהן?
ער איז דאך אזא מחוצף וויל איך ער זאל האבן מיין ווייב פאר א שויגער...
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:17 pm
דורך קידוש
ס'רעביצין פרעגט מיר נו וועלכע מתנה באקום איך לכבוד חמשה עשר בשבט
זאג איך איר אנטשולדיגט אבער חמשה עשר בשבט איז א יו"ט פאר די ביימער, נישט פאר די פרויען..
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:20 pm
דורך קידוש
א יונגערמאן קומט אהיים פון דאווענען פרייטיג צונאכטס
פרעגט זיין וויב וואס איז נייעס ?
משה האט געהאט א יונגעל
וואס נאך?
יענקל האט געהאט א מיידל
וואס נאך ?
געצל האט זיך געגעט
וואס נאך?
איך ווייס נישט פונקט דעמאלטס האט מען גענדיגט דאווענען...
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:56 pm
דורך berlbalaguleh
איך מיין איך האב שוין פארציילט דעם דזשאוק. אבער ס'איז גוט צו מאכן חזרה. ספעציעל אין אן עיבור יאר.
א יונגערמאן לויפט אריין צו זיין מאמע'ס הויז און דערציילט א גוטע בשורה..."איך האב יעצט געהאט א יונגל...! פרעגט די מאמע..."און וואו איז געווען דיין ווייב די גאנצע צייט? זי האט אויך געהאט עפעס צו טון מיט דעם...?!
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:03 pm
דורך קידוש
קידוש האט געשריבן:אין גמרא שטייט ווי באקאנט אז ווען א מאן אין ווייב געטען זיך פארגיסט די מזבח טרערען,
פארוואס פונקט די מזבח און נישט די שולחן אדער די מנורה?
ווייל די מזבח זאגט: איך האב מיר אן עצה געגעבן יעדען טאג מיט טויזענטע בהמות אין די קענסט דיך נישט באפארען מיט איין?
אז א עלטערע אידענע איז אריינגעקומען צו איינע פון די גרויסע אונגארישע רבנים און געוויינט אז זי וויל זיך גט'ן
רופט זיך אהן דער רב מיט קענטליכע ווייטאג , איר ווייסט דעניש אז ס'דא א גמ' וואס זאגט אז ווען מ'וויל זיך גט'ן , מזבח מוריד עליהם דמעות , טא פארוואס זאלט איר עס טוהן ?!
זאגט אים די פרוי , הערטס אויס , "ביז איצט האב איך געוויינט, יעצט זאל די מזבח אביסל וויינען...............................!!!!!"
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:04 pm
דורך קידוש
א איד איז אריינגעקומען צו זיין רבי'ן פארווינטערהייט, רבי כ'האב נישט קיין געלט..
דער רבי קוקט איהם אן מיט ליבליכע אויגן: קום צוריק ווען דו האסט!
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:04 pm
דורך קידוש
קידוש האט געשריבן:א איד איז אריינגעקומען צו זיין רבי'ן פארווינטערהייט, רבי כ'האב נישט קיין געלט..
דער רבי קוקט איהם אן מיט ליבליכע אויגן: קום צוריק ווען דו האסט!
ענליך דערציילט מען, עס איז אמאל געקומען אן ארימאן צו א רבי, ער האט זיך אפגערעדט אז ער האט נישט קיין געלט. די רבי נעמט ארויס א געבענטשטע דאלער און גיבט עס פאר דעם איד. רופט זיך די איד אן, רבי גיבט מיר ענדערשט א געשאלטענע הונדערטער.