בלאט 123 פון 214

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 6:48 pm
דורך ילייקקו
א גוטן חשוב'ע אידן, איך ליין דא אסאך. מען זעט אסאך תגובות ווערן געליינט און נישט אזוי סאך געלייקט, און דאס איז ווייל די ליינער זענען נישט איינגעשריבן. שרייב איך מיר איין צו קענען כאטש עפעס צוגעבן צום פלאץ.

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 6:57 pm
דורך בן נון
חאניאק האט געשריבן:אינטערסירט אין אידישע היסטאריע, תולדות פון צדיקים און ספרים. שרייבער פון השקפה׳דיגע תורה׳דיגע ענינים פאר אונזער דור פון עקבתא דמשיחא רייך און באלערנד אויף א גאלדנעם טאץ, סאטמארער קנאי, הייסע נאכגייער פון קהלת נטורי קרתא.

טראל?

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 7:04 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
וועלעכע סעיף אין הלכות טראל ? הלכה ד ?

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:21 pm
דורך berlbalaguleh
נאריש

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 10:19 pm
דורך מי אני
ילייקקו האט געשריבן:א גוטן חשוב'ע אידן, איך ליין דא אסאך. מען זעט אסאך תגובות ווערן געליינט און נישט אזוי סאך געלייקט, און דאס איז ווייל די ליינער זענען נישט איינגעשריבן. שרייב איך מיר איין צו קענען כאטש עפעס צוגעבן צום פלאץ.

דאס דערמאנט מיר פונעם באר משה וואס איך האב דא אראפגעברענגט. והיינו, אז מ׳קען דאך נאר זעהן צי א תגובה איז געלייקט טאמער איז מען איינגעשריבן. קומט דאך אויס אז דאס אז דו ווייסט צי א תגובה איז געלייקט צי נישט איז ווייל דו ביסט איינגעשריבן; שוין מיט אן אנדערן ניק. נו, אויב אזוי קענסטו דאך שוין לייקן מיט יענעם פריערדיגן ניק.

מ׳קען אולי פארענטפערן אז דו רעכענסט לויט די רעישׁיִאוֺ פונעם צאל תגובות בכלל צום צאל פון לייקס בכלל, וואס דאס קען מען יא זעהן בסתם. אדער אז דו ווילסט א ניק וואס זאל זיין געשטעלט טאקע בעיקר צו לייקן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:20 am
דורך ליב צו וויסן
מי אני האט געשריבן:
ילייקקו האט געשריבן:א גוטן חשוב'ע אידן, איך ליין דא אסאך. מען זעט אסאך תגובות ווערן געליינט און נישט אזוי סאך געלייקט, און דאס איז ווייל די ליינער זענען נישט איינגעשריבן. שרייב איך מיר איין צו קענען כאטש עפעס צוגעבן צום פלאץ.

דאס דערמאנט מיר פונעם באר משה וואס איך האב דא אראפגעברענגט. והיינו, אז מ׳קען דאך נאר זעהן צי א תגובה איז געלייקט טאמער איז מען איינגעשריבן. קומט דאך אויס אז דאס אז דו ווייסט צי א תגובה איז געלייקט צי נישט איז ווייל דו ביסט איינגעשריבן; שוין מיט אן אנדערן ניק. נו, אויב אזוי קענסטו דאך שוין לייקן מיט יענעם פריערדיגן ניק.

מ׳קען אולי פארענטפערן אז דו רעכענסט לויט די רעישׁיִאוֺ פונעם צאל תגובות בכלל צום צאל פון לייקס בכלל, וואס דאס קען מען יא זעהן בסתם. אדער אז דו ווילסט א ניק וואס זאל זיין געשטעלט טאקע בעיקר צו לייקן.


מי אני, דו ביזט One of a kind... :lol:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:24 am
דורך בן אברהם
יאך בין א יוד וואש אנטלויפן צו ענגלאנד פון הונטער די טרייפענע הער שאפט פון די פארשאלטענע ציוניטשטן און יאך האב געמאכט געריכט פאר צו בלייבן אין ענגלאנד יאך האב געלייגט די פינטל נאר אויף ווא ניט און ניט אויף וואש יא און דערפאר יאך האב אנטלויפן פון יודן און יאך האב געטראכט אז יאך אנטלויף פון רשעים און אזוי ווייטער און יעצט יאך זוך מסורת צו צו קומען צו די וועג פון אברהם העברי ע"ה יעצט ערשטע מאל יאך שרייב אין ק"ש ווייל יאך וויל זוכן די אמת ביי חכמת שלמה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:24 am
דורך גאבד טאהש והגלילות
איך בין אן אן ישראל'דיקער ייד איך וויל טאן דעם רצון פונ'ם אויבערשטן איך האלט מיך שטארק צו די שיטה פון גדולי ישראל האמיתיים קעגן די טומאת הציונות איך בין א שטיקל שעצער פון נתורי קרתא און פון ר' משה בער בעק און ר' משה הירש זצ"ל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:25 am
דורך נפה
א היימישער חסידישער יונגערמאן וואס האט ליב צו ליינען און לערנען פארשטייט צו א גוט שטיקעל אבער האט נישט קיין סענס אוו יומער
פארטראגט נישט קיין עולות אבער זיכט נישט צו פאררעכטען די וועלט
זאגט זיין מיינונג אבער הערט אויך א צווייטענס מיינונג
און פארשטייט זיך א מוציא הקמח אבער אויך קולט די סולת

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:25 am
דורך בר גיורא
שלום. איך וויל מפרסם זיין פאר די אידישע ליינער אסאך זעלטענע און היסטארישע דאקעמענטען פון פרשיות וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט בשעתו און היינט אומבאקאנט און איך קען ביישטיין עס צו מפרסם זיין פאר די עולם כדי זיי זאלן קענען ווערן קלארער און די פאקטען פון די פולמס'ער און זיי זאלן קענען זאגען זייער מיינונג אויף דעם !

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:25 am
דורך ייעעקקבב
אזוי ווי איך האב געזעהן איז קאווע שטיבעל די בעסטע און געשמאקסטע פלאץ צי פארבערנגען און אויב מען קען נישט שרייבען איז עס זייער נישט געשמאק נאך דער צי ווען מען האט עפעס א גוטס צי שרייבען וועגן דעם האב איך מיר איינגעשריבען אין קאווע שטיבעל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 12:37 pm
דורך קהל'ס נער
Welcome back

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 12:50 pm
דורך אנשטענדיגע ייוד
גאבד טאהש והגלילות האט געשריבן:איך בין אן אן ישראל'דיקער ייד איך וויל טאן דעם רצון פונ'ם אויבערשטן איך האלט מיך שטארק צו די שיטה פון גדולי ישראל האמיתיים קעגן די טומאת הציונות איך בין א שטיקל שעצער פון נתורי קרתא און פון ר' משה בער בעק און ר' משה הירש זצ"ל
ביסט א טאהש'ע אייניקל אויך דאכט זיך ניין?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 12:53 pm
דורך גאבד טאהש והגלילות
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:
גאבד טאהש והגלילות האט געשריבן:איך בין אן אן ישראל'דיקער ייד איך וויל טאן דעם רצון פונ'ם אויבערשטן איך האלט מיך שטארק צו די שיטה פון גדולי ישראל האמיתיים קעגן די טומאת הציונות איך בין א שטיקל שעצער פון נתורי קרתא און פון ר' משה בער בעק און ר' משה הירש זצ"ל
ביסט א טאהש'ע אייניקל אויך דאכט זיך ניין?

יא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 1:16 pm
דורך תרמב
איך וויל נישט מוציא לעז זיין אויף קיין אידן, אבער ס'דערקענט זיך שטארק אין דעם אשכול אז מ'לערנט נישט קיין ספעלינג אין די היימישע חדרים, איך רעד נישט פון די חילוקים פון די און דו וכדומה, איך רעד פון סאך מער פשוטע ווערטער, וואס מ'ספעלט שלעכט, אז ס'איז א פחד, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:07 pm
דורך berlbalaguleh
קומט נישט אריין דא.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:51 pm
דורך וואלווי
בן אברהם האט געשריבן:יאך בין א יוד וואש אנטלויפן צו ענגלאנד פון הונטער די טרייפענע הער שאפט פון די פארשאלטענע ציוניטשטן און יאך האב געמאכט געריכט פאר צו בלייבן אין ענגלאנד יאך האב געלייגט די פינטל נאר אויף ווא ניט און ניט אויף וואש יא און דערפאר יאך האב אנטלויפן פון יודן און יאך האב געטראכט אז יאך אנטלויף פון רשעים און אזוי ווייטער און יעצט יאך זוך מסורת צו צו קומען צו די וועג פון אברהם העברי ע"ה יעצט ערשטע מאל יאך שרייב אין ק"ש ווייל יאך וויל זוכן די אמת ביי חכמת שלמה


הזהרו. טראל מובחר לפי כל השיטות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:52 pm
דורך גאבד טאהש והגלילות
ר' בערל בעל עגלה זיי רואיג ער מיינט נישט דיך ס'דא מענטשן וואס שרייבען א סאך ערגער (קיק איינע פין די פריערדיקע הודעות אין דעם פארום)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 5:38 pm
דורך קהל'ס נער
גאבד טאהש והגלילות האט געשריבן:
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:
גאבד טאהש והגלילות האט געשריבן:איך בין אן אן ישראל'דיקער ייד איך וויל טאן דעם רצון פונ'ם אויבערשטן איך האלט מיך שטארק צו די שיטה פון גדולי ישראל האמיתיים קעגן די טומאת הציונות איך בין א שטיקל שעצער פון נתורי קרתא און פון ר' משה בער בעק און ר' משה הירש זצ"ל
ביסט א טאהש'ע אייניקל אויך דאכט זיך ניין?

יא


העיליגע טאשער רבי: נאך א מזל ביזט געפלויגן, ווען נישט ביסטו נאר א רביש אייניקל, יעצט ביזטו געווארען די רבי אליין, ס'איז געוועין א ירידה לצורך עלייה.

זאג די ביסט טאש נדל"ן אדער טאש תורה?
ביזט ציקריגט מיט טאשער רבי פון קאנעדע?
ווי שיקט מען אריין די קוויטלעך?
האסט שוין אפגעשטאט (גיט געספעלט?) א באזיך ביי [tag]מורינו ורבינו[/tag] און ביי [tag]רביה"ק זי"ע[/tag] ?
אפשר ווארפסט אינז צי א מופת'ל?
יעצט אלס רבי האסטו נאך דיין פריערדיגע שיטות, אדער אלס רבי האסטו שוין א ווייטע בליק?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 6:13 pm
דורך נוח
איז אזוי (בתנועה המיוחדת של הגה"ק מקארלסבורג זצ"ל), כ'שרייב מיך אריין אין קאווע שטיבל ווייל דאס איז יעצט דער רצון ה'. צי כ'וועל נאר לייקן אדער אויך שרייבן ווייס איך נאך נישט; מ'וועט דארפן כסדר זען וואס דער רצון ה' איז אין יענעם מאמענט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:16 pm
דורך תוהו ובוהו
קהל'ס נער האט געשריבן:האסט שוין אפגעשטאט (גיט געספעלט?)

אז דו פרעגסט יא.. [emoji4]
דאס איז גוט געספעלט, אבער אסאך ווערטער דיינע קומען מיט א וי''ו אנשטאט א יו''ד,
דו, צוקריגט, גוט, באזוך, אונז.

האסט א גוטע פענע, לייג מער געוויכט אויף ספעלינג און ס'וועט זיין א שלמות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:49 pm
דורך קהל'ס נער
תוהו ובוהו האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:האסט שוין אפגעשטאט (גיט געספעלט?)

אז דו פרעגסט יא.. [emoji4]
דאס איז גוט געספעלט, אבער אסאך ווערטער דיינע קומען מיט א וי''ו אנשטאט א יו''ד,
דו, צוקריגט, גוט, באזוך, אונז.

האסט א גוטע פענע, לייג מער געוויכט אויף ספעלינג און ס'וועט זיין א שלמות.


שקויעך פאר די קאמפלימענט מר. פיסט און וויסט.

איך האב קיינמאל נישט געלערנט קיין אידיש ספעלינג, און איך האב שוין נישט געשריבען אין אידיש פאר צעין יאר, לעצטנס האב איך ציריק אנגעהויבן ווען כ'האב מיך דא איינגעשריבען אין קאווע שטיבל.

ובכן, קודם כל איי פיל יור פעין, צווייטנס וואס איז טאקע דער כלל? ווען איז א י' און ווען איז א ו', איז דא א כלל אויף דעים אדער יעדע ווארט האט א ספעלינג אן קיין כלל?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:49 am
דורך בת קול
בן אברהם האט געשריבן:יאך בין א יוד וואש אנטלויפן צו ענגלאנד פון הונטער די טרייפענע הער שאפט פון די פארשאלטענע ציוניטשטן און יאך האב געמאכט געריכט פאר צו בלייבן אין ענגלאנד יאך האב געלייגט די פינטל נאר אויף ווא ניט און ניט אויף וואש יא און דערפאר יאך האב אנטלויפן פון יודן און יאך האב געטראכט אז יאך אנטלויף פון רשעים און אזוי ווייטער און יעצט יאך זוך מסורת צו צו קומען צו די וועג פון אברהם העברי ע"ה יעצט ערשטע מאל יאך שרייב אין ק"ש ווייל יאך וויל זוכן די אמת ביי חכמת שלמה


פארוואס לאזט מען בכלל אריין אזא איינעם אן דורך גיין זיין IP?