שמערל האט געשריבן:chusid האט געשריבן:וויפיל דורות - יארן זענען די עווריזש פרייע יוד שוין אפגעריסן פון תורה ומצוות? למשל איז דא פרייע יודן וואס זענען שוין 400 יאר נישט שומרי תו"מ און אידענטיפיצירן זיך נאך אלץ יודן?
פאר צוויי הינדערט און פופציג יאר, איז כמעט נישט געווען אזא הגדרה ווי א פרייער איד, דער שוואכסטער איד האט באלאנגט צו די פרומע קהלה, און הגם מען האט נישט געקענט צווינגן וואס ער זאל טוהן אין בעדרום, האט זיך יעדער געמיזט צושטעלן צו די אויסערליכע אידישע תקנות, ווי גיין צו דין תורה, צאלן די קהלה שטייער, סידור קידושין וגיטין, וכו'. און אויב האט מען געכאפט איינעם טוהן א גראבע עבירה, האט ער געקענט כאפן אפאר שמיץ מיט א רימאן, אדער ווערן אריינגעלייגט אין חרם.
דער ערשטער פרייער איד ווערט פאררעכנט צו זיין שפינויזע געלעבט קרוב צו פיר הינדערט יאר צוריק. כ'מיין ער האט נישט געהאט קיין קינדער, אבער זייט פרייע אידן האט אנגעהויבן צו ווערן א נארמעלע ערשיינונג בזמן המשכילים, איז נאך דא אסאך פון זייערע אייניקלעך וואס, פאררעכענען זיך אלס אידן, און וועלן נישט חתונה האבן מיט א שיקסע.
1. שפינאזא ווערט נישט פאררעכנט אלס דער ערשטער פרייער איד. נאר אלס ערשטער פרייער דענקער און פילאזאף.
2. בשעתו איז כמעט נישט געווען קיין פרייע אידן. דאס האט זיך אנגעהויבן בערך בזמנו של רמבנ"ן [משה מענדלסאהן], בעיקר בתקופת תלמידי תלמידיו - אויף א מאסנשטאב.
3. פון די צייטן, איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן בכלל. רוב זענען געהעריג נטמע געווארן בין האומות, חוץ פון געציילטע וואס זענען געווען אייניקלעך פון בארימטע משכילים, וואס האבן זיך אנגעהאלטן צום שורש. אבער רוב זענען היינט בכלל נישט קיין אידן.
4. די פרייע אידן היינטצוטאגס, זענען ע"פ רוב נישט פריי לענגער ווי 100-150 יאר. און אפילו פון זיי, זענען רוב פריי געווארן צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען השכלה ושאר מרעין בישין האבן זיך פארשפרייט אויף א מאסנשטאבליכן פארנעם. בעפאר דעם איז עס נישט געווען אזא נחלת הכלל.
5. און צום לעצט, א ציפ: ווען נישט די טריפה'נע מדינה, וואלטן רוב פרייע אידן שוין היינט געווען גוים גמורים. אזויווי ס'איז געשען מיט די אייניקלעך פון די ערשטע משכילים/פוקרים. און אזויווי ס'איז געשען מיט רוב אידן וואס זענען אנגעקומען קיין אמעריקע 100 יאר צוריק. נאר וויבאלד ס'איז דא א 'חממה' פאר אידן, א אייגענע מדינה, איז אסימילאציע אויף גאר א נידעריגע שטאפל, און אזוי אויך איז דא מסורה'דיגע זאכן וואס לאזן איבער א שטעמפל ביי יעדע פרייע איד אין מדינת ישראל. און דערפאר איז דארט פארהאנען חוזרים בתשובה אויף אזא גרויסע פארנעם, אנדערש ווי ביי רוב אנדערע מקומות וואו אידן וואוינען. [פארשטייט זיך אז כ'רעד נישט פון וויפיל אידן זענען אפגעפארן דורך די מדינה, צו דורכן רעיון הציוני, צו דורכן מדינה זעלבסט].