בלאט 124 פון 213
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:43 am
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:chusid האט געשריבן:ווער עס זענען די חסידים וואס מען זעט אלץ ביי קליפס אויפן הר הבית, וואו באלאנגען זיי?
זיי "באלאנגען" צו עפעס אן אלטע פאלק וואס פלעיגט פאר א תקופה האבן דארט זייער "גרויס בית המדרש"
אבער אלע היינטיגע היימישע פוסקים אסרן ארויפצוגיין
ס'דא א באקאנטע קאנטראווערסיעלע רב 'הרב יצחק בראנד', וואס איז א חרדי, און גראדע א פרומער מיט א טיפע קאפ און גוטע הבנה, וואס איז מתיר ארויפצוגיין אויפן הר הבית. יעדע וואך קען מען זען זיינע גליונות אויף לדעת נט. אונטערן נאמען 'בריתי יצחק'. ער האט געווענליך היבש אינטרעסאנטע און טיילמאל היבש קאנטערווערסיעלע מאמרים און פסקים.
שטארק מעגליך אז די חרד'ישע ארויפגייערס צום הר הבית פארלאזן זיך אויף אים [ער האט שוין געשריבן א בירור דערוועגן להתיר].
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:58 am
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:ווייל דיין מאגען איז שוין אנגעוויטאגט
פראביר איינמאל ח"ו נישט עסן טשולענט שבת און נאכדעם עס עס זונטאג לכאורה גייט עס האבן א טעם גן עדן
נישט אמת, ס'איז שוין כמה פעמים אויסגעקומען נישט צו עסן שבת אבער זינטאג בלייבט אומבאטאמט, ועוד אז איינער עסט ליל ששי בלייבט נאך דער שבת'דיגער טשולנט גן עדן
וואס איז מיט די מעשה פון אנטונינוס ורבי?!
ממש דער תשובה לשאלה.
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 5:08 am
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:וויאזוי האלט זיך נפטלי בנט'ס קאפל? ער האט נישט קיין האר סא עס איז נישט מיט א באבי פין
וי"ל, הוא מותיב לה והוא מפרק לה.
וויבאלד ער האט נישט קיין האר, קלעבט דער קאפל צום קערפער, און ער דארף נישט קיין באבי פין...
לא להנאת גופי האט געשריבן:פאוואס גייט ער קיינמאל נישט קיין געהעריגע סוטס?? און פארוואס טריפל זירא'ט ער זיין פיאת\האר?
ער גייט אן סוטס, וויבאלד סוטס ווייזט אויף אן איש מכובד, א פאליטישאן וואס איז גדול ומרוחק מן הציבור, בנט ווידער וויל ווייזן אז ער איז מחובר לקרקע און איז היימיש מיטן עולם. זאת ועוד, ס'איז א שטיקל חוצפה, און ס'שמייכלט צו די מתנחלים סארט עלעמענטן.
ער טריפל זירא'ט זיין פיאות ווייל ער איז א דתי-לייט, דאס מיינט בערך א פייוו טאון'ניק... פאר ווער ס'פארשטייט.
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 5:15 am
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:פארוואס פעלט זיך אויס דאס נשיא פאזיציע אין מדינת ישראל? ועוד אויב ער געט די אוטאריטעט פאר די גרעסטע פארטי צאמצושטעלן א קאאליציע און דאס איז די פאקט אייביג דעמאלטץ טוט ער דאך גארנישט...די טעלעפאן קאל מיינט מען?
די נשיא פאזיציע אין מדינת ישראל פעלט זיך טאקע נישט אויס, און מאנכע ווילן דאס מבטל זיין. כאטשיג געווענדליך קען מען נישט דורכפירן אזאנע זאכן [דוגמא: דעם מערכה אנטקעגן דעם 'פעני'].
די סיבה פארוואס די פאזיציע איז אפירגעקומען איז, וויבאלד חיים ווייצמאן איז געווען פון די גרעסטע שישקעס ביי די ציונים, און אין געוויסע זמנים האט ער פארשאטנט בן גוריון, און למעשה ווען די מדינה איז נתייסד געווארן איז חיים ווייצמאן נישט געווען אין ארץ ישראל, און בן גוריון איז שנעל אויפגענומען געווארן אלס פרעמעיר מיניסטער, האט מען צוגעווארפן א ביינדל צו חיים ווייצמאן און אים אויפגענומען אלס נשיא.
למעשה האט בן גוריון מורא געהאט אז א צווייטער זאל האבן צופיל מאכט, דערפאר האט ער דורכגעפירט געוויסע געזעצן צו קליין מאכן דעם כח פון די נשיא המדינה. אזוי אז היינט צוטאגס איז עס בעיקר א כבוד פאר אן עלטערן שטאטסמאן. חיים ווייצמאן האט זיך ביטער אפגערעדט איבער דעם, אבער ער האט גארנישט געקענט טון קעגן דעם אבסעסיוו דיקטאטור 'בן גוריון'.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 2:16 pm
דורך נולד מאוחר
וואס איז דו חרידישע בליק אויף גיין מיט משפחה פאברענגען מאזיעמס, ריידס, פארקס?
אויב קוקן מיר דאס אן פאזעטיוו, דאן פארוואס איז דאס לימיטעד צי 7 8 טעג א יאר. אויב איז דאס א שלעכטכע זאך, פארוואס חול המועד יא?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 3:21 pm
דורך אויסגערוט
עס איז געהעריגע כשרע ענטערטעינמענט נאר רוב יאר איז נישט שייך צוליב חדר/סקול/דזשאב. קוק טאקע אין די זומערדיגע זונטאגס זענען זיי פיל מיט אידן
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 3:42 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס געבט מען נישט דורכן יאר זינטיגס אדער מיד ווינטער ברעקס פאר די אינגלעך צי קענען גיין?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 3:50 pm
דורך אויסגערוט
דעס איז שוין עפעס אנדערש. מ'קען ח"ו נישט אוועקנעמען די טייערע צייט פון לערנען!!!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:57 pm
דורך נולד מאוחר
און חול המועד?
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 5:02 pm
דורך שמעקעדיג
איך וויל וויסן אויב די משל אז דער לייב איז דער מלך החיות האט עפעס א מקור, פשט, הבנה.
צענדליגער מעשיות ומשלים קורסירן איבער דעם מלכות פונעם לייב, ווי אלע חיות האבן דעם פולסטן רעספעקט פאר אים. אבער איז דאס נאר למשל ולשנינה? נאך אלעם, כבר הי' לעולמים און מען האט שוין געהערט אז אנדערע חיות האבן פארציקט א לייב.
בקיצור, וואס איז דער ענין דערפון?
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 5:22 pm
דורך ונבנתה העיר
אמאל פלעגט שטיין אויף פארשידענע עסן שאכטלעך contents may have shifted during shipping, וואט איז דעט סאפאוס טו מיען?
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 5:23 pm
דורך יין שרף
טאקע געווען א מרידה אינעם מלך, מוז זיין...
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 7:55 pm
דורך איך אויך
ונבנתה העיר האט געשריבן:אמאל פלעגט שטיין אויף פארשידענע עסן שאכטלעך contents may have shifted during shipping, וואט איז דעט סאפאוס טו מיען?
עס מיינט די זעלבע ווי contents are sold by weight not by volume.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 8:25 pm
דורך אויסגערוט
נולד מאוחר האט געשריבן:און חול המועד?
איך געדענק טאקע ווען איך בין געווען א קינד האט סאטמאר געהאט עפעס חדר חול המועד. איך ווייס נישט צו ס'גייט נאך אן
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 9:38 pm
דורך יין שרף
[tag]שמעקעדיג[/tag] די מקור אז די אריה איז די מלך החיות איז א גמרא אין מסכת חגיגה. און ווי (רש״י?) איז מסביר איז דאס משום שנחקק צורתו על הכסא הכבוד.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 5:23 pm
דורך נופת צופים
ווען שרייבט @וועטערבאריכט מיט בלויע טינט, ווען מיט ווייסע טינט און ווען מיט גרינע? האט עס א חשבון? אפשר איז דעיס זיין שינוי פאר חאלעמויד, אפשר האט עס צו טוהן מיט דעם אויב דער פאראויסגעזאגטע וועטער איז גוטע נייעס אדער נישט?
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 6:47 pm
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן:מיר ווינדערט פארוואס מען זאגט נייף און נישט קנייף
ווי אויך נייט און נישט קנייט
דיין שאלה איבער 'נייט' און נישט 'קנייט' מאכט נישט קיין סענס, ווייל אין ענגליש שרייבט מען נישט 'קנייט'. מן הסתם מיינסטו צו זאגן 'נייגט'=night.
די תשובה איבער דעם איז, אז כידוע שטאמט ענגליש בחלקו פונעם דויטשן שפראך. וואס דארט איז פארהאן די אות ח/כ. אמאליגע צייטן פלעגט מען נוצן דעם gh פאר א ח/כ, און דאס איז פשט פון די ווערטער night right light [-ליכט, רעכט, נאכט] ועוד. כאטש נישט איבעראל שטימט די כלל, איז דאס אבער די יסודות'דיגע טעם דערפאר.
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 7:14 pm
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:יעצט געוואטשט א מאווי פון אפארעישאן סאלאמאן אין 1994 ווען מדינת ישראל האט ארויפגעברענגט טויזענטער עטיאפיע יודן קיין ישראל, בין איך נייגעריג צו וויסן מער איבער זיי זענען זיי שומר תורה ומצוות? וויאזוי האט הרב עובדיה יוסףגעקענט דערגיין אז זיי זענען טאקע יודן?
ס'זענען דא אסאך יודן פון עטיאפיע וואס זענען פולשטענדיגע שומרי תורה ומצוות, אבער זיי זענען ליידער נאכאלס דעם מיעוט פונעם עטיאפישן אידנטהום. זייערע רבנים [זעען אויס ענדליך צו די דרוזישע גייסטליכע, נאר מיט בערד] הייסן 'קייסים'.
די שאלה צו זיי זענען יא אנערקענטע אידן צו נישט [וויבאלד זיי האבן פארשידענע אנדערע הלכות, צווישן זיי הלכות חמורות ווי הל' נדה וכדו', און זיי האבן נישט קיין היסטאריע ווי רוב כלל ישראל, און זיי זענען געווען אפגעזונדערט פון רוב כלל ישראל], איז שוין אנאלטע שאלה. אבער ר' עובדיה האט זיך פארלאזט אויף זייער מסורה, און אויף דעם וואס שליחים וואס זענען דארט געווען האבן מעיד געווען אז זיי פירן זיך כמעט מיט אלס כדת משה וישראל.
כידוע איז דאן הרב וואזנער ארויס בחרב ובחנית אנטקעגן זיין פסק, און אין תשובות שבט הלוי באשייגעצט ער שטארק דעם פסק פון ר' עובדיה און דער בעל הפסק אליינס [ער האט ניטאמאל געוואוסט בבירור ווער הרב עובדיה איז]. שפעטער עבדי רבנן שלמא בינייהו, און זיי האבן זיך שטארק מכבד געווען איינער דעם צווייטן
(אגב, דאס זעלביגע איז געווען בנוגע הרב וואזנער מיטן בעלזן רבי'ן, וואס קודם איז ער געווען בין החותמים נגדו ביים סאטמארן ווינט תשמ"ג, און דערנאך האט ער זיך איבערגעבעטן מיט אים און אים מכבד געווען).
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 7:29 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:chusid האט געשריבן:וויפיל דורות - יארן זענען די עווריזש פרייע יוד שוין אפגעריסן פון תורה ומצוות? למשל איז דא פרייע יודן וואס זענען שוין 400 יאר נישט שומרי תו"מ און אידענטיפיצירן זיך נאך אלץ יודן?
פאר צוויי הינדערט און פופציג יאר, איז כמעט נישט געווען אזא הגדרה ווי א פרייער איד, דער שוואכסטער איד האט באלאנגט צו די פרומע קהלה, און הגם מען האט נישט געקענט צווינגן וואס ער זאל טוהן אין בעדרום, האט זיך יעדער געמיזט צושטעלן צו די אויסערליכע אידישע תקנות, ווי גיין צו דין תורה, צאלן די קהלה שטייער, סידור קידושין וגיטין, וכו'. און אויב האט מען געכאפט איינעם טוהן א גראבע עבירה, האט ער געקענט כאפן אפאר שמיץ מיט א רימאן, אדער ווערן אריינגעלייגט אין חרם.
דער ערשטער פרייער איד ווערט פאררעכנט צו זיין שפינויזע געלעבט קרוב צו פיר הינדערט יאר צוריק. כ'מיין ער האט נישט געהאט קיין קינדער, אבער זייט פרייע אידן האט אנגעהויבן צו ווערן א נארמעלע ערשיינונג בזמן המשכילים, איז נאך דא אסאך פון זייערע אייניקלעך וואס, פאררעכענען זיך אלס אידן, און וועלן נישט חתונה האבן מיט א שיקסע.
1. שפינאזא ווערט נישט פאררעכנט אלס דער ערשטער פרייער איד. נאר אלס ערשטער פרייער דענקער און פילאזאף.
2. בשעתו איז כמעט נישט געווען קיין פרייע אידן. דאס האט זיך אנגעהויבן בערך בזמנו של רמבנ"ן [משה מענדלסאהן], בעיקר בתקופת תלמידי תלמידיו - אויף א מאסנשטאב.
3. פון די צייטן, איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן בכלל. רוב זענען געהעריג נטמע געווארן בין האומות, חוץ פון געציילטע וואס זענען געווען אייניקלעך פון בארימטע משכילים, וואס האבן זיך אנגעהאלטן צום שורש. אבער רוב זענען היינט בכלל נישט קיין אידן.
4. די פרייע אידן היינטצוטאגס, זענען ע"פ רוב נישט פריי לענגער ווי 100-150 יאר. און אפילו פון זיי, זענען רוב פריי געווארן צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען השכלה ושאר מרעין בישין האבן זיך פארשפרייט אויף א מאסנשטאבליכן פארנעם. בעפאר דעם איז עס נישט געווען אזא נחלת הכלל.
5. און צום לעצט, א ציפ: ווען נישט די טריפה'נע מדינה, וואלטן רוב פרייע אידן שוין היינט געווען גוים גמורים. אזויווי ס'איז געשען מיט די אייניקלעך פון די ערשטע משכילים/פוקרים. און אזויווי ס'איז געשען מיט רוב אידן וואס זענען אנגעקומען קיין אמעריקע 100 יאר צוריק. נאר וויבאלד ס'איז דא א 'חממה' פאר אידן, א אייגענע מדינה, איז אסימילאציע אויף גאר א נידעריגע שטאפל, און אזוי אויך איז דא מסורה'דיגע זאכן וואס לאזן איבער א שטעמפל ביי יעדע פרייע איד אין מדינת ישראל. און דערפאר איז דארט פארהאנען חוזרים בתשובה אויף אזא גרויסע פארנעם, אנדערש ווי ביי רוב אנדערע מקומות וואו אידן וואוינען. [פארשטייט זיך אז כ'רעד נישט פון וויפיל אידן זענען אפגעפארן דורך די מדינה, צו דורכן רעיון הציוני, צו דורכן מדינה זעלבסט].
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 7:35 pm
דורך ישראל קאפקע
אדנירם האט געשריבן:א איד האט געשריבן:מיר ווינדערט פארוואס מען זאגט נייף און נישט קנייף
ווי אויך נייט און נישט קנייט
דיין שאלה איבער 'נייט' און נישט 'קנייט' מאכט נישט קיין סענס, ווייל אין ענגליש שרייבט מען נישט 'קנייט'. מן הסתם מיינסטו צו זאגן 'נייגט'=night.
די תשובה איבער דעם איז, אז כידוע שטאמט ענגליש בחלקו פונעם דויטשן שפראך. וואס דארט איז פארהאן די אות ח/כ. אמאליגע צייטן פלעגט מען נוצן דעם gh פאר א ח/כ, און דאס איז פשט פון די ווערטער night right light [-ליכט, רעכט, נאכט] ועוד. כאטש נישט איבעראל שטימט די כלל, איז דאס אבער די יסודות'דיגע טעם דערפאר.
ער מיינט Knight א ריטער.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 7:40 pm
דורך petergrifin
אין דער בלאט שרייבט איינער א בריוו וועגן די אזוי גערופענע מארקעט פרייזן און די רענט וואס גייט כסדר ארויף. שרייבט ער אז רוב מענטשן וואס וואוינען שוין א לענגערע צייט אין ווילי אין א צוויי בעדרום דירה צאלן נאר $1200 א חודש! און דער וואס גלייבט נישט זאל אליינס פרעגן. איז עס אמת אדער שטותים ?
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:chusid האט געשריבן:ווען האט יוניפארם אנגעהויבן שפילן א ראלע אין די יודישע רעליגיע ווי למשל אז יודן וואס האלטן פון מהלך העבודה פון בעש"ט גייען מיט א fur hat יעדע שבת? אפשר זאלן אלע יודן וואס זענען מהדר אויף אריזאנע ווייטץ גיין מיט פלארשיין- Floorshein קאמפעני שיך?
גראדע די שטריימל האט ניט קיין שייכות צום בעשט ווארום די גר"א איז אויך געגאנגען מיט א שטריימל און עד היום גייען די פרושים אין ירושלים מיטן שטריימל,
זאת ועוד, אז ביי די עכטע רוסישע/ליטווישע חסידים גייט מען נישט מיט קיין שטריימל. אזויווי אין ליובאוויטש און סטאלין. און ביי די פוילישע גייט מען גאר מיט א ספאדיק.
די הסבר איז גאר פשוט, אין יעדע פלאץ האט מען געטראגן אנאנדער לבוש, טיילמאל ווי דער גוי, און טיילמאל כגזירת הממשלה נישט אויסצוזען ווי דער גוי [און די חוקרים טענה'ן גאר אז דאס איז די סיבה פונעם שטריימל. חוזק צו מאכן פונעם איד וואס טראגט א קאץ אויפן קאפ]. נאר היות ביי די משכילים האט מען אלס געהאלטן פון זיך מדמה זיין צום גאס, זענען די חסיד'ישע געגאנגען קאפ אין וואנט זאגנדיג אז מיר טארן זיך נישט טוישן קיין כי הוא זה אויסצוזען ווי דער גוי. און דערפאר האבן די בעלזע חסידים נישט געטארט טראגן אזא מאדערנע זאך ווי 'קנעפלעך' אויפן העמד, ווייל דאס איז א מאדערענע זאך. און א קאלנער איז געווען שפיץ חזיריי.
און טאקע וועגן דעם גייען מיר מיט שווענץ אויפן קאפ, לאנגע לאקן ביי די זייטן פון די קאפ, און א צושויבערטע בארד אונטערן קאפ, נאר די שכל אין קאפ איז שוין נישטא...
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 7:45 pm
דורך [NAMELESS]
ראש הישיבה האט געשריבן:שפראצט מיר דא און דארט א ווייסע הארע'לע. איך בין עמאציאנאל נישט גרייט אויף דעם. האב איך צוויי שאלות.
1. הלכה- איז דא א היתר ארויסצושלעפן (ווען קיינער זעהט נישט) ווייסע האר?
2. פראקטיש- וועט עס העלפן? וועט עס מאכן אז די האר זאל ערשט ווייס ווערן עטליכע יאר שפעטער?
1. אסור. עצה טובה, בעט דיין ווייב עס ארויסצורייסן. א צווייטער מעג עס טון פאר דיר, און אודאי אויב דיין ווייב האט מער ליב ווען דו ביסט נישט ווייס.
2. עס וועט העלפן נאר ביי דעם הארל, אבער ס'מעגליך אז אנדערע חוצפה'ניאקעס וועלן נאכפאלגן.