בלאט 124 פון 179
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:05 pm
דורך קידוש
א קארגע גאליציאנער (אביסל א דאפלט לשון , אבער שוין) באקומט אמאל א טעלעפאון רוף
דא רופט מען פון די לאטטערי אפיס
און וואס ווילט איר פון מיר , פרעגט ער
אונז וויל מיר דיר לאזן וויסן אז האסט געוואונען 100 מיליאן טאלער
זאגט דער גאליציאנער , זייער שיין אבער כאב קיינמאל געהערט פונייך , ווי נאר עטץ זענטס געוואר געווארן אז כאב אפאר טאלער , שוין רופט עטץ מיר........................................................!!!!!!!
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 2:17 pm
דורך berlbalaguleh
קידוש: אבער דער גאליציאנער האט נאכאלטס געבעטן אין בעיקערי 2 טאג אלט ברויט. ווייל ס'איז ביליגער...!
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:48 am
דורך תרמב
צוויי גאליציאנער אין מקווה האבן געמאכט א בעט אז ווער ס’קען האלטן זיין קאפ אונטער די וואסער פאר א לענגערע צייט באקומט א דאלער פונעם צווייטן.....
מ’האט זיי ביידע נעבעך ארויסגעשלעפט פון דארט נישט בין החיים נעבעך.....
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 5:14 am
דורך וואלווי
תרמב האט געשריבן:צוויי גאליציאנער אין מקווה האבן געמאכט א בעט אז ווער ס’קען האלטן זיין קאפ אונטער די וואסער פאר א לענגערע צייט באקומט א דאלער פונעם צווייטן.....
מ’האט זיי ביידע נעבעך ארויסגעשלעפט פון דארט נישט בין החיים נעבעך.....
זיי האבן אויך געשפארט די קאסטן פון די טהרה...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 6:58 am
דורך אלבערט איינשטיין
וואס לויפט שנעלער פון א פעני וואס ראלט בארג אראפ?
די גאליציאנער וואס לויפט עס נאך
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 11:54 am
דורך שמן למאור
וואס איז די חילוק פון א מאן און א פרוי?
די מאן גייט ארויס אנהייב טאג מיט די גארבידזש, און קומט אהיים סוף טאג מיט געלט
די פרוי גייט ארויס אנהייב טאג מיט געלט, און קומט אהיים סוף טאג מיט גארבידזש...
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:22 pm
דורך שמן למאור
וואס איז די חילוק פון איינער וואס האט דרייצן קינדער צו איינער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער?
דער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער וויל נאך...
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 1:07 pm
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון איינער וואס האט דרייצן קינדער צו איינער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער?
דער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער וויל נאך...
כ'מיין אינז האבן עס געזעין אויף די זעלבע סטעטוס

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 2:21 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון איינער וואס האט דרייצן קינדער צו איינער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער?
דער וואס האט דרייצן מיליאן דאלער וויל נאך...
כ'מיין אינז האבן עס געזעין אויף די זעלבע סטעטוס

זאגסט דאך ממש צים פינטל...
דרייסט זיך אויך דארטן? נישט געוויסט...
יא, כ'בין נישט קיין בעל מחדש פון ווערטלעך, (על פי רוב) כ'בין מלקט פון איבעראל
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 7:38 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: איך וויל דא זאגן א פאר ערנסטע ווערטער... אונז מאך מיר זיך פרייליך אויפ'ן חשבון פון די גאליציאנער און זייער קארגשאפט. אבער דער ביטערער און טרויעריגער מציאות איז אז אינדערהעים אין גאליציע (און אין פוילן) איז דאס ארעמקייט געווען זייער גרויס. מ'רעדט דאך נישט פון די פאר גבירים וועלכע זענען דארט געווען. די רוב מנין און רוב בנין פון די אידישע באפעלקערונג זענען געווען ארעם ווי די נאכט. ממילא האבן זיי אויסגעטראכט אלערליי מיטלען וויאזי צו שפארן געלט. אפילו א קאפקע וואס מ'האט געקענט אפשפארן איז געווען א מציאה...!
נאר ביי אונז דאהי אין אמעריקע, האט דער גראסערי מאן דארט וואו איך פלעג גיין שאפינג, פארקויפט 3 טאג אלט ברויט מיט דעם זעלבן שמייכל, און דעם זעלבן פרייז ווי פריש ברויט...!
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 10:53 pm
דורך שמן למאור
אין גאליציע איז געווען די מנהג צו ליינען די ווערטער פונעם מגילה, 'ובביזה לא שלחו את ידם' מיט די איכה טראפ...
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 10:56 pm
דורך שמן למאור
א גאליציאנער אידל האט געלייגט קארפעט אויף די פלאר פון זיין גאנצע הויז
האט ער מסביר געווען די סיבה, ווייל אויב קומט אמאל א גאסט, און עס וועט אים ארויספאלן א מטבע פונעם טאש, זאל ער עס נישט קענען הערן
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 11:01 pm
דורך שמן למאור
א גאליציאנער איז אמאל געפארן אין א טעקסי און א''י, ער האט עס אנגעשטעלט אויפן מהלך אז מען צאלט לויט וויפול צייט די וועג נעמט, און יעדע מינוט רוקט זיך עס ארויף מער און מער
אינמיטן וועג איז די קאר אראפגעפאלן א הויעכע קליף רח''ל, די איד האט זיך גענימען שרייען 'שטעל עס אפ'!!! די דריווער האט געשריגן 'איך קען נישט! די קאר איז אין די ליפטן'!!!
'נישט די קאר' זאגט דעם איד, 'די מאשין וואס רעכנט די צייט'
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 11:53 pm
דורך היסטאריע
עצי שטים האט געשריבן:אין גאליציע איז געווען די מנהג צו ליינען די ווערטער פונעם מגילה, 'ובביזה לא שלחו את ידם' מיט די איכה טראפ...
מיט א ענליכע ניגון האט מען געקלאגט ביי די הגדה ווען מען האט געזאגט ולא נתן לנו את ממונם
נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 11:56 pm
דורך היסטאריע
יאנקעל האט געהאט נעבעך א וויירוס אין מאגען פאר א וואך צייט, און זיך געפערלעך געמוטשעט. נאך א וואך גייט ער אין גאס, און טרעפט זיין חבר, פרעגט אים דער חבר,
נו, וויאזוי איז אדורך דער וויירוס? ענטפערט אים יאנקעל,
אבי מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז עס וועט גארנישט ארויסקומען פין מיר.
והמבין יבין.
נשלח: פרייטאג פעברואר 18, 2022 10:32 am
דורך שמן למאור
דר. פאוטשי האט אריינגעגעבן א ביטע צו די UN, אז היות עס איז דא א געפערליכע 'קאוויד פארשפרייטונג' זאל די מלחמה צעווישן רוסלאנד און אוקריינע פארקומען אויף זאם...
נשלח: פרייטאג פעברואר 18, 2022 12:32 pm
דורך דער דאס
?Cyber attack
נשלח: זונטאג פעברואר 20, 2022 12:11 pm
דורך שמן למאור
ס'געווען א משולח וואס האט זיך אויסגעלערנט די טריק פון זאגן אז ער איז א אייניקל פון א אדם גדול ביים גיין נאך געלט
ווען ער איז געווען אין א חסידישן ביה''מ האט ער געזאגט אז ער איז א אייניקל פון ר' ישעי'לע מקירעסטיר, און ווען ער איז געווען אין א ליטווישן ביה''מ האט ער געזאגט אז ער איז אנייניקל פון די חפץ חיים, און ביי די מזרח'ניקים האט ער געזאגט אז ער איז א גר צדק
איינמאל איז ער אריין אין א ברעסלעווער ביה''מ, און ער איז געווארן אינגאנצן צעמישט, ס'דא פלאטשיגע היטן ס'דא קירצע רעקלעך, ספרדים מזרח'ניקים, וואס זאל ער זאגן?
ער גיבט א קלאפ אויס אויפן בימה,
מורי ורבותי!, פון מיין טאטע'ס זייט בין איך א אייניקל פון ר' ישעי'לע קירעסטירער, פון מיין מאמע'ס זייט בין איך א נייניקל פון די חפץ חיים, און איך אליין בין א גר צדק...
נשלח: מאנטאג פעברואר 21, 2022 9:35 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער רופט אן קופת העיר און פרעגט וואס באקום איך פאר $1500.00 ?
ענטפערט מען מען איהם אזוי...
$350.00 איז 40 טעג אין מעז'וביז'
$250.00 איז 40 טעג ביי מרדכי ואסתר אין איראן
$200.00 60 טעג ביים חפץ חיים
$500.00 א גאנץ יאהר אין ליזענסק ביים רבין ר' אלימלך
פאר די איבריגע $200.00 וואס וואלסטו געוואלט?
נאכען טראכטען א מינוט זאגט ער...
זאלען מיר די רבנים קופון ציגארעטלאך ביי דוטי פרי
נשלח: דינסטאג פעברואר 22, 2022 12:01 pm
דורך קידוש
א בחור פון פאנעוועדזש איז ארויס אויף בעשוי מיט א מיידל
דארט האט ער געזעהן זיין חבר פון ישיבה , ער פארענטפערט זיך פאר זיין חבר , "דעיס איז מיין עלטערע שוועסטער"
זאגט אים זיין חבר , יא כ'קען איר , "זי איז געווען מיין עלטערע שוועסטער פאר צוויי וואכן צוריק...............!!!"
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 1:35 pm
דורך קהל'ס נער
ביידען טענה'ט אז ווען ער וואלט געוועין פרעזידענט וואלט פוטין נישט אינוואדירט אוקראינה.....
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 1:57 pm
דורך קהל'ס נער
מען זאגט נאך פון צדיקים, אז א שיינע בארד איז א באשערטע זאך......
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 5:24 pm
דורך שמן למאור
ער טענה'ט אז ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז געווען געצווינגען דאס צו טון, מ'קען פשוט נישט האבן א שונא אזוי נאנט צו זיך, וואס רודפ'ן גאר 'זיינע' מענטשן, באמת איז דאך אלעס זיינס ממילא, און באמת זיכן זיינע מענטשן נאר שלום און פרידן, ער טוט עס אלעס נאר צו פארזיכערן שלום, און ער פארמיידט גאר די געוואלטאטן,
אויב הערט מען יא אמאל עפעס א וויילענס, איז עס א מעשה יחיד און ער האט גארנישט דערמיט, און די וואס זענען באטראפן געווארן 'זיי' זענען גאר שילדיג,
איך רעד נישט דא פון פוטין, נאר פון גור....