בלאט 124 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:27 am
דורך פאליטיקאנט
ווייל אן אייפּי איז ממש גארנישט, עס צו טוישן נעמט ארום א האלבע מינוט.
און רוב מענטשן האבן סתם אזוי נישט קיין 'סטעטיק אייפי' - דאס מיינט אז די אייפי טוישט זיך סתם אזוי מפעם לפעם (למשל נאכן נישט זיין מחובר צום אינטערנעט - אפי' בלויז אויף א מינוט).

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:56 pm
דורך בת קול
זיין לעצטע זאץ וואלט געדארפט זיין גענוג אז מען זאל גלייך זעהן אז ער איז א טראל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:12 pm
דורך ליב צו וויסן
קהל'ס נער האט געשריבן: וואס איז טאקע דער כלל? ווען איז א י' און ווען איז א ו', איז דא א כלל אויף דעים אדער יעדע ווארט האט א ספעלינג אן קיין כלל?


א י' איז פאר א חיריק, א ו' איז פאר א מלאופים.

אין אונזער היימישע אידיש איז נישטא קיין עכטע חילוק וויאזוי מען זאגט עס ארויס, אבער אין ליטווישע אידיש יא.

ווען דו שרייבסט עפעס און ביזט נישט זיכער וויאזוי מען ספעלט עס, פרוביר זאגן דעם ווארט מיט דעם ליטיווישן אקצענט...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 7:40 pm
דורך קהל'ס נער
ליב צו וויסן האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן: וואס איז טאקע דער כלל? ווען איז א י' און ווען איז א ו', איז דא א כלל אויף דעים אדער יעדע ווארט האט א ספעלינג אן קיין כלל?


א י' איז פאר א חיריק, א ו' איז פאר א מלאופים.

אין אונזער היימישע אידיש איז נישטא קיין עכטע חילוק וויאזוי מען זאגט עס ארויס, אבער אין ליטווישע אידיש יא.

ווען דו שרייבסט עפעס און ביזט נישט זיכער וויאזוי מען ספעלט עס, פרוביר זאגן דעם ווארט מיט דעם ליטיווישן אקצענט...


שקויעך פאר די עצה, כ'האב געטרייט צי ניצן די עצה די פראבלעים איז אז כ'קען ניט קיין ליטוויש יודיש, זאגן זיי ברודער אדער ברידער, קים אדער קום, געפינען אדער געפונען.

ס'דערמאנט מער פון ההוא גברא, מען האט עים געפרעיגט מיט וואס ער ארבעט, האט ער געזאגט אז ער ארבעט פאר זיין פעטער, אויפן שאלה ווי זיין פעטער ארבעט האט ער גענטפערט אז זיין פעטער זיכט א דזשאב. :P

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 8:02 pm
דורך תוהו ובוהו
קהל'ס נער האט געשריבן:שקויעך פאר די עצה, כ'האב געטרייט צי ניצן די עצה די פראבלעים איז אז כ'קען ניט קיין ליטוויש יודיש, זאגן זיי ברודער אדער ברידער, קים אדער קום, געפינען אדער געפונען.

ס'דערמאנט מער פון ההוא גברא, מען האט עים געפרעיגט מיט וואס ער ארבעט, האט ער געזאגט אז ער ארבעט פאר זיין פעטער, אויפן שאלה ווי זיין פעטער ארבעט האט ער גענטפערט אז זיין פעטער זיכט א דזשאב. :P

'ברודער' איז פאר א יחיד (מיין ברודער).
'ברידער' איז פאר א רבים (מיינע ברידער).
'קום'.
'געפונען' אויף עבר (איך האב געפונען).
'געפינען' אויף הווה (געפינען מיר אין די פרשה).

די לעצטע בין איך נישט זיכער אבער אזוי מיין איך..

(בד''וו: צו, נוצן, אים, וואו, זוכט. ווי אויך לייגט מען נישט צו א יו''ד, אפילו ביי ווערטער וואס מ'זאגט ווי די אות A ווי 'געפרעגט' אדער 'פראבלעם')

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 12:29 am
דורך תנחום
פאליטיקאנט האט געשריבן:ווייל אן אייפּי איז ממש גארנישט, עס צו טוישן נעמט ארום א האלבע מינוט.
און רוב מענטשן האבן סתם אזוי נישט קיין 'סטעטיק אייפי' - דאס מיינט אז די אייפי טוישט זיך סתם אזוי מפעם לפעם (למשל נאכן נישט זיין מחובר צום אינטערנעט - אפי' בלויז אויף א מינוט).

[left]How do you register a trusted device for chase.com or team viewer if it's not static?[/left]

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 1:15 am
דורך פאליטיקאנט
תנחום האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:ווייל אן אייפּי איז ממש גארנישט, עס צו טוישן נעמט ארום א האלבע מינוט.
און רוב מענטשן האבן סתם אזוי נישט קיין 'סטעטיק אייפי' - דאס מיינט אז די אייפי טוישט זיך סתם אזוי מפעם לפעם (למשל נאכן נישט זיין מחובר צום אינטערנעט - אפי' בלויז אויף א מינוט).

[left]How do you register a trusted device for chase.com or team viewer if it's not static?[/left]
It saves cookies on the device

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 3:54 pm
דורך קהל'ס נער
נוח האט געשריבן:איז אזוי (בתנועה המיוחדת של הגה"ק מקארלסבורג זצ"ל), כ'שרייב מיך אריין אין קאווע שטיבל ווייל דאס איז יעצט דער רצון ה'. צי כ'וועל נאר לייקן אדער אויך שרייבן ווייס איך נאך נישט; מ'וועט דארפן כסדר זען וואס דער רצון ה' איז אין יענעם מאמענט.


ווער אפדעיט דיך א גאנצע צייט וואס די רצון ה' איז?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 4:03 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ס'הייסט ווער? כביכול דער רבוש"ע אליינס. ער לאזט איהם וויסן א יעדע מינוט וואס ס'איז דער (עכטער) רצון ה'...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 6:49 pm
דורך שטורמישער
ווייל איך וויל שרייבן איבער די געהויבענע באזוך פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק רבן של כל בני הגולה שר התורה פאר הדור והדרו רבים צריכים לו מורינו ראש הישיבה מגור שליט"א
אמת וואלט איך נישט געדארפט שרייבן אזא הויכע טיטל אויף אים, אבער כ'מוז דאך אנקומען צו פערציג ווערטער, וועט איר מיר מוזן אצינד מוחל זיין אויף די דריפלטע און געטאפעלטע טיטלען, ואתכם הסליחה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 6:49 pm
דורך Shloime
אריגינעל אויבערלענדער, מיט א סטאפּ פון צוויי דורות אינעם חסידישן חדר, מיט גאר שטארקע געפילן איבער די הנהגי ומנהגי אויבערלאנד. איך ווייס נישט ווי פאפולער דאס איז צווישן חסידים, אבער מיר אינטערעסירט א פארשטארבענע מנהג אשכנז, מער ווי א הערליכע גלאנצנדע חסידישע מנהג!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 6:50 pm
דורך shomierpeevilshonoi
am a health researcher ,found health topic in shtiebel that attracted my interest ,where may gain and as well share am well am a deep thinker and may evaluate oter way of thinking and put some light and add clarification

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 7:24 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ס'הייסט ווער? כביכול דער רבוש"ע אליינס. ער לאזט איהם וויסן א יעדע מינוט וואס ס'איז דער (עכטער) רצון ה'...!



שיק מיר זיין נאמבער.

ער איז אקטיוו אויף וואטצעפפ?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 7:32 pm
דורך תוהו ובוהו
קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ס'הייסט ווער? כביכול דער רבוש"ע אליינס. ער לאזט איהם וויסן א יעדע מינוט וואס ס'איז דער (עכטער) רצון ה'...!

ער איז אקטיוו אויף וואטצעפפ?

יא, אבער ער איז last seen דריי א האלב טויזענט יאר צוריק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:14 pm
דורך שטיקל-פארשטייער
איך זעה דא גאנץ אינטערסאנטע טעמעס וואס איך וואלט געוואלט צולייגן מיינע צווי סענט ווען עס פעלט אויס. איך האב אביסל ערפארונג אין לעבן... איך גלייך צו ארבייטן שווער מאכן אפאר דאללער אבער אויך הנאה האבן פונעם לעבן ויפיל ס'איז שייך...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:14 pm
דורך מעשה מרכבה
ווען די קאווע וואלט געווען אזוי גרויס ווי מקווה די מקווה אזוי הייס ווי קאווע וואלט געווען עולם התיקון
די טאטעס פון גלאבאל וארעמונג לעבן שוין לאנג נישט!
מסורה האט צוויי זייטן 1 ווי דער שמייסער כאפט אן 2 ווי דער באשמיסענער כאפט אריין

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:15 pm
דורך הבחור_הזעצער
שוין א לענגערע צייט וואס איך צעגער צי איך זאל מיך איינשרייבן אלס חבר אין דיזן פאָרום. ווי עס שיינט, האט דער יצר טוב(?) גובר געווען און מיר האבן ענדגילטיג באשלאסן זיך אנצושליסן אינעם שוין-היינט-באקאנטן פלאטפארמע…

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:48 pm
דורך berlbalaguleh
הבחור הזעצער: שלום עליכם. ס'איז גוט צו האבן א בחור הזעצער צווישן אונז וועגן 2 טעמים. איינס. ער קען ארויסהעלפן די שוואכערע צווישן אונז מיט ספעללינג און גראמאטיק. צווייטנס. אויב ס'איז טאקע דא א טעות הדפוס. אדער א טעות אין פשט קענמען עס אייביג (אזוי ווי אמאל) בלעימען אויפ'ן בחור הזעצער... א סאך הצלחה ונחת...!.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:03 pm
דורך ניק-לאז
באזוכער און באניצערס אויף א געמיינע פארנעם - אהנע ניק - איז מיר נמאוס געווארן, דעריבער א ניק טו איך זיך פארשטעלן, אויב ליינט איר מיין ברוכים הבאים טראכט נישט אז עפעס סתם א גוף קליקט דא אריין, נאר איינער וואס טוט אין חד גדיא אריין, נעמט נישט מיינע ווערטער פרעזענדליך ווייל א סאטמערער בינעך. מיין שאיפה איז צו זיין א גבאי פון א רבי פארשטייט זיך פון שווערע חסידים. מיינע פלענער וועל איך פאר אייך נישט מיטטיילן, ווייל אויס פלאן וועט ער צוגיין. מיינע טאלאנטן זיך איך נאך!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:04 pm
דורך שפל ברך
איך בען שוין פון לאנג א אפטע גאסט אין קאווע שטיבל, און איך האב שוין אזויפיל ידיעות קונה געווען
וואס איך בין זייער מכיר טובה די הנהלה פאר די סערוויס,
און שוין צייט צו האבן א אייגענע ניק.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:04 pm
דורך שמן למאור
פלעין א איד וואס זיכט צו קענען שרייבן אויפן וואס ליגט עם אויפן הארץ אהן קיין אפהאלט, און צו קענען געניסן פין די פילע פיטערס וואס איז דא אטן דעם, ס'ממש א מחיה און איך באלעק מיך שוין טאג טעגליך מיט די פילע ארטיקלען פון קאווע שטיבל, איך בין א אינגערמאן, ב'ה מיט א שטיב מיט קינדער וואס וויל פשוט האבן א פלאץ צו קענען זיך אויסגעבן מיט שרייבן דברים העומדים על הפרק אדער זאכן וואס צריכים תיקון לדעתי וכדומה וכדומה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:04 pm
דורך איזי דיזי
שוין א שיינע פאהר יאהר וואס איך דריי מיך דא אין שטיבל.
נאך פין אלס יונג בחור פלעג איך צוהערן מיט דארשט פין א חבר מיינע וואס פלעגט זיך דרייען אינעם שטיבל,
שוין אסאך געליינט אין אסאך קונה געוועהן פין די חשובע קאווע טרינקערס,
אין איך פיהל אז ס'איז געקומען די צייט צי ווערן א חבר!!
אין איך בעהט א תפילה צו גאט ברוך הוא,
אז איך זאהל זוכה זיין ציצולייגן מיינע צוויי צענט....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:09 pm
דורך berlbalaguleh
איזי דיזי: נו, רעד נישט אויס. זאג לשם יחוד און הייב שוין אן...אונז זעמיר גרייט צו הערן. גיס אונז אן כיד ה' הטובה עליך...!