שמערל האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:פאר צוויי הינדערט און פופציג יאר, איז כמעט נישט געווען אזא הגדרה ווי א פרייער איד, דער שוואכסטער איד האט באלאנגט צו די פרומע קהלה, און הגם מען האט נישט געקענט צווינגן וואס ער זאל טוהן אין בעדרום, האט זיך יעדער געמיזט צושטעלן צו די אויסערליכע אידישע תקנות, ווי גיין צו דין תורה, צאלן די קהלה שטייער, סידור קידושין וגיטין, וכו'. און אויב האט מען געכאפט איינעם טוהן א גראבע עבירה, האט ער געקענט כאפן אפאר שמיץ מיט א רימאן, אדער ווערן אריינגעלייגט אין חרם.
דער ערשטער פרייער איד ווערט פאררעכנט צו זיין שפינויזע געלעבט קרוב צו פיר הינדערט יאר צוריק. כ'מיין ער האט נישט געהאט קיין קינדער, אבער זייט פרייע אידן האט אנגעהויבן צו ווערן א נארמעלע ערשיינונג בזמן המשכילים, איז נאך דא אסאך פון זייערע אייניקלעך וואס, פאררעכענען זיך אלס אידן, און וועלן נישט חתונה האבן מיט א שיקסע.
1. שפינאזא ווערט נישט פאררעכנט אלס דער ערשטער פרייער איד. נאר אלס ערשטער פרייער דענקער און פילאזאף.
פערצופאל יעצט באמערקט, העל איך מגיב זיין.
אבער קודם אן הקדמה.
אין שוהל האב איך גענוג און נאך מענטשן מיט וועם צו שפילן א או נאו או יע געים, דא עקספעקט מען אביסל מער, און ווען איינער נעמט די מי אפצושרייבן א תגובה מעגסטו אביסל טשעקן דיינע פאקטן פאר דו באפאלסט יענעם.
דא האסטו פון
וויקיפידיע ערך ברוך שפינוזה.
"ויש הרואים בו את היהודי החילוני הראשון"אויב פארשטייסטו נישט פארוואס פרעג העט מען דיר מסביר זיין, אבער נישט יעדע זאך וואס די פארשטייסט נישט איז נישט אמת.
פערצופאל גלייך באמערקט, וועל איך שוין מגיב זיין [שרייבנדיג כעין לשונך בקודש].
אבער קודם אן הקדמה.
און שוהל האב איך גענוג און נאך מענטשן וואס רעדן גרויס, מיט זלזול צו א צווייטן, און האבן א רייצענדיגן שפראך
[לאורך דיין גאנצן תגובה], דא עקספעקט מען אביסל מער, און ווען איינער נעמט די מי אפצושרייבן א תגובה מעגסטו אביסל טשעקן דיינע פאקטן פאר דו באפאלסט יענעם.
קודם כל, לידיעתך: שפינאזא האט געהאט א רבי, פונקט אזא כופר ווי אים
[אויב דו ביסט נישט חושש, קוק נאך אין אתר חופש - א כפירה וועבזייטל - בערכו של שפינאזא]. אוריאל דה קאסטו ווערט אויך פאררעכנט אלס כופר. ליין גרעץ, וועסטו טרעפן כופרים גענוג אין נאך קודם שפינאזא'ן. די סיבה פארוואס ער ווערט 'פאררעכנט' אלס ערשטער כופר איז, וויבאלד ער האט געפרעדיגט זיינע שיטות ברבים, און זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זאגן זיינע מיינונגען על אף די קללות ורדיפות שסבל וועגן דעם. און וויבאלד די באוועגונג האט זיך אנגעהויבן על ידו, והעמיד תלמידים נקרא 'החילוני הראשון'.
הבנת הנקרא וועט קיינמאל נישט שאטן.
אויב פארשטייסטו נישט העט מען דיר שוין נישט קענען מסביר זיין, אבער נישט יעדע זאך וואס די פארשטייסט נישט איז נישט אמת.
שמערל האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:2. בשעתו איז כמעט נישט געווען קיין פרייע אידן. דאס האט זיך אנגעהויבן בערך בזמנו של רמבנ"ן [משה מענדלסאהן], בעיקר בתקופת תלמידי תלמידיו - אויף א מאסנשטאב.
3. פון די צייטן, איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן בכלל. רוב זענען געהעריג נטמע געווארן בין האומות, חוץ פון געציילטע וואס זענען געווען אייניקלעך פון בארימטע משכילים, וואס האבן זיך אנגעהאלטן צום שורש. אבער רוב זענען היינט בכלל נישט קיין אידן.
אפשר העלפט מיר צאמקלעבן דיינע ווערטער, פון וועלכע צייטן איז נישט געבליבן קיין פרייע אידן, פון די תלמידי תלמידים פון מענדלסאהן? דעס איז דאך געווען הינדערט פופציג יאר צוריק וואס א מינוט שפעטער זאגסטו אז די פרייע היינט קומען יא פון זיי?
במחילת שמערל [שמש...], דיין אומקלארקייט איז נישט נאר אין מיינע רייד, נאר אויך אין היסטאריע. דערפאר לאמיר עס אויסקלארן, דערנאך וועסטו האפנטליך אלעס פארשטיין:
א- משה מענדעלסאן איז געבוירן קרוב צו דריי הונדערט יאר צוריק, און העמיד תלמידים איבער 265 יאר צוריק. ער איז שוין אוועק בשנת תקמ"ו.
ב- בתקופתו זענען געווען ווייניג פרייע אידן, און זיינע תלמידים זענען געווען א געמויזשעכץ פון פרומע/קאליקעס/און כופרים ומשתמדים. נאר נאך זייער תקופה, דאס מיינט בערך 200 יאר צוריק, איז געווארן מער אנגענומען און פארשפרייט דער 'כפירה' שטראם אינערהאלב השכלה. די וואס זענען דעמאלס פריי געווארן, איז שוין היינט כמעט נישטא קיין שריד ופליט פון זייערע אייניקלעך.
ג- בנוגע הונדערט פופציג יאר צוריק, עי' בסמוך.
שמערל האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:4. די פרייע אידן היינטצוטאגס, זענען ע"פ רוב נישט פריי לענגער ווי 100-150 יאר. און אפילו פון זיי, זענען רוב פריי געווארן צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען השכלה ושאר מרעין בישין האבן זיך פארשפרייט אויף א מאסנשטאבליכן פארנעם. בעפאר דעם איז עס נישט געווען אזא נחלת הכלל.
נאכאמאל איך בין צומישט, ווען פונקטליך זענען רוב פריי געווארן צווישן 100-150 יאר צוריק, אדער צווישן די צוויי וועלט מלחמות?
די באוועגונג ווען מ'האט ערנסט אנגעהויבן פריי ווערן איז שוין אלט ארום 200 יאר וכנ"ל.
רוב פרייע אידן היינט, זענען נישט פריי קיין גאנצע 150 יאר [אריינגערעכנט, אידן וואס זענען געקומען קיין אמעריקע און ארץ ישראל יארן בעפארן קריג]. און אפילו פון דעם רוב, איז דאס רוב נישט פריי געווארן ביז נאכן ערשטן וועלטס קריג. כלומר, אויב [לדוגמא] 90% פרייע, זענען נישט פריי קיין גאנצע 150 יאר, איז אפילו דאס רוב המובהק פון די 90% ניטאמאל פריי געווארן ביז נאכן ערשטן וועלטס קריג.
פארשטאנען? כ'האף אז דו ביזט מער נישט צומישט.
שמערל האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:5. און צום לעצט, א ציפ: ווען נישט די טריפה'נע מדינה, וואלטן רוב פרייע אידן שוין היינט געווען גוים גמורים. אזויווי ס'איז געשען מיט די אייניקלעך פון די ערשטע משכילים/פוקרים. און אזויווי ס'איז געשען מיט רוב אידן וואס זענען אנגעקומען קיין אמעריקע 100 יאר צוריק. נאר וויבאלד ס'איז דא א 'חממה' פאר אידן, א אייגענע מדינה, איז אסימילאציע אויף גאר א נידעריגע שטאפל, און אזוי אויך איז דא מסורה'דיגע זאכן וואס לאזן איבער א שטעמפל ביי יעדע פרייע איד אין מדינת ישראל. און דערפאר איז דארט פארהאנען חוזרים בתשובה אויף אזא גרויסע פארנעם, אנדערש ווי ביי רוב אנדערע מקומות וואו אידן וואוינען. [פארשטייט זיך אז כ'רעד נישט פון וויפיל אידן זענען אפגעפארן דורך די מדינה, צו דורכן רעיון הציוני, צו דורכן מדינה זעלבסט].
אה פאר דעם "ציפ" (פארוועם דארף עס ציפן?) באקומט מען אכט לייקס?
שקויעך פאר דיין ציפ (פארוועם דארף עס ציפן?), אבער כנראה דער עולם האט א בעסערע שמעק ווי דיר. און מ'לייקט פאר מודעה וואס איז גוט.
צום לעצט, כ'וואלט נישט געשריבן אזוי ווען דו וואלסטעך נישט געזוכט צו רייצן. סארי, איר קענט - און איך האף אז בעתיד וועט איר - רעדן ווי צוויי פריינט.
ואת והב בסופה
.