בלאט 125 פון 179

נשלח: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 8:32 pm
דורך berlbalaguleh
זיצנדיג ביי א שמחה אין די משפחה הער איך ווי די צוויי מחותנים פארמעסטן זיך ווער ס'געט מער קעסט. איין מחותן זאגט איך געב 2 יאר קעסט. זאגט דער אנדערער מחותן. איך געב 3 יאר קעסט. איז מיר בייגעפאללן די פאלגענדע מעשה'לע...א מאפיאנער האט זיך אמאל משדך געווען מיט א בעלבת'ישן איד. דער בעל בת'ישער מחותן זאגט..."איך געב 2 יאר קעסט פאר די יונגע קאפל"...רופט זיך אן דער מאפיאנער..."איך געב א קעסט וואס וועט אנהאלטן דעם גאנצן לעבן"...!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:45 pm
דורך שמן למאור
א פרוי פרעגט איר מאן,
וואס איז פשט אז איך צינד לעכט ידע וואך, און מען מאכט נישט קיין שום מצב, אבער די צינדסט לעכט איינמאל א יאר, אויף חנוכה, און מען מאכט א גאנצע מצב?

זאגט די מאן, איך וויל דיך אויך פרעגן א קשיא
איך גיי אין מקוה יעדן טאג און מען מאכט נישט קיין שום מצב, אבער די גייסט אין מקוה איינמאל א חודש און...

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:33 am
דורך שמן למאור
די @כולל נייעס לצים, באריכטן
אז רוסישע פליגערס האבן זיך גענימען אראפציווארפן סמארטפאונס אויף אוקריינע, נאכן הערן אז עס מאכט חרוב שטיבער,
אוקריינע שלאגט זיך צירוק מיט השומרים קארטלעך...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 3:11 am
דורך קלוגע יודל
סקווירא האט געשיקט א מעסעדזש צו פוטין, אז ער זאל זיך נישט דערוואגן זיך צו דערנענטערן נענטער ווי א מייל קיין סקווירא

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 9:32 am
דורך שמעקעדיג
נישט צו פוטין, נאר צו ראביי לאזאר.
גויים לאזן זיי, נאר אידן זענען פארבאטן.

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 12:12 pm
דורך berlbalaguleh
אבער דאמאלס איז דאך עס נישט קיין דזשאוק...!

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 5:44 pm
דורך קהל'ס נער
פרעזידענט זלענסקי טענה'ט אז "בעלזא וועט נישט פאלן, בעלזא קען נישט פאלן, און בעלזא גייט נישט פאלן.....

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 9:08 pm
דורך שמן למאור
איינער זאגט מיר, אז פון קאראנע איז געווארן אוקריינע, און פון מאסקע איז געווארן מאסקעווע...

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: היינו דאמרי אינשי. (אינשי דלא מעלי) (או)קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא...!

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 5:18 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: היינו דאמרי אינשי (אינשי דלא מעלי) (או)קריינא דאיגרתא איהו ליהוי זאלענסקא

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 11:34 am
דורך בענבען
עס איז געקומען א יוד צום ראגוטשובר גאון און האט איהם געדרייט א קאפ מיט פארשידענע חקירות און בויך סברות,
אויף אמאל זאגט איהם דער ראגוטשובער, אז ער וויל איהם פרעגן א חקירה,
ס'איז דא א וועג ווי אזוי מען קען קונה זיין א בהמה מיט משיכה מיט שלאגען די בהמה און זי לויפט, הכה במקל ורצתה,
מען קען קלערן, פארוואס לויפט די בהמה ווען מ'שלאגט איהר?
איז עס ווייל זי האט מורא אז זי וועט כאפן נאך א קלאפ?
אדער איז דער טעם ווייל אז זי לויפט אוועק וועט זי נישט זעהן דעם שטעקען.
דער יוד קוקט אהן דעם ראגוטשובר גאון און זאגט, אז ער איז נישט איינער וואס האנדעלט מיט בהמות אז ער זאל וויסען די נאטור, פאר דער חקירה דארף דער גאון פרעגען איינער וואס האנדעלט מיט בהמות.
זאגט איהם דער ראגוטשובער גאון, איך פרעג דיך נישט אלס א בהמה האנדלער, איך פרעג דיך אלס בהמה!

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 11:36 am
דורך בענבען
א פרוי האט זיך אפגערעדט צו איר חבר'טע אז ריקן די קאוטש ביים פסח'יג מאכן איז זייער שווער, פרעגט איר די חבר'טע פארוואס טוסטו עס נישט ווען דיין מאן איז אינדרהיים? ענטפערט זי ס'איז גרינגער צו ריקן ווען קיינער איז נישט דערויף

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 11:36 am
דורך בענבען
די וועלט זאגט אז עס איז דא דריי זאכען וואס מען זיכט און מען וויל נישט טרעפען.

1) חמץ בפסח
2) א פלעק אויף אן אתרוג
3) און א איידעם וואס וועט בלייבען ביים לערנען כל ימיו

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 11:37 am
דורך בענבען
אן ארימאן קומט אריין צום קארגן גביר, פרעגט איהם דער גביר, וואס ער זוכט דא, זאגט ער אז ער איז איהם געקומען מבקר חולה זיין, וואס עפעס איך בין דאך פולקאם געזונט טענה'ט דער גביר, אבער דער ארימאן האלט זיך ביי זיינס, און ער לייגט צו אז שלמה המלך זאגט אין קהלת, חולי רע ראיתי, עושר שמור לבעליו, און אז ער באהאלט זיין עשירות דאן איז ער לויט דעם א קראנקער.

אויב אזוי עקשנט זיך דער גביר ווידער איין, דאן פארוואס קומסטו פונקט צו מיר, פעהלט דען חולים וועמען מבקר צו זיין? יא, ענטפערט דער ארימאן, איר זענט טאקע גערעכט, נאר בהיות ס'שטייט דאך אז דער וואס איז מבקר חולה נעמט אוועק א זעכציגסטל פונעם קרענק, דעריבער קום איך אהער ווייל איך וויל ווערן אנשטעקיג מיט א זעכציגסטל פון אייער קרענק...

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 1:18 pm
דורך שמן למאור
עצי שטים האט געשריבן:איינער זאגט מיר, אז פון קאראנע איז געווארן אוקריינע, און פון מאסקע איז געווארן מאסקעווע...

און פון זעלענקא איז געווארן זעלענסקי...

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 1:42 pm
דורך היכי דמי
עצי שטים האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איינער זאגט מיר, אז פון קאראנע איז געווארן אוקריינע, און פון מאסקע איז געווארן מאסקעווע...

און פון זעלענקא איז געווארן זעלענסקי...


און פון פינטו איז געווארן פוטין...

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 2:10 pm
דורך berlbalaguleh
היכי דמי: איך בין אויך א שטיקל בעל מקובל און מלוב"ן. איך קען זעהן שורש נשמות. ספעציעל שבת אינדערפריה נאך קידוש. עכ"פ. איך האב געהאט עפעס אזא מין הארה (יא, מיט אן אל"ף). אז פוטין האט דעם זעלבן שור"ש נשמ"ה ווי להבדיל פינט"ו. איי, וועסטו פרעגן...וויאזוי קען זיין די זעלבע און להבדיל. ס'איז דאך א תרתי דסתרי. 'עליך דיר דערציילן א מעשה וואס איך האבמיך דערמאנט פון א סאך יארן צוריק. א קלוגער? איד האט מיר פארציילט אז ...ער, און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען געשפיעלט קארטן... האביך איהם געפרעגט...איהר זאגט אז איהר און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען...געשפיעלט אין קארטן. אויב ס'איז להבדיל קען עס דאך נישט זיין צוזאמען... דער תירוץ איז הרב פינטו איז א ..."הייליגער" איד. און פוטין איז א גוי וואס שטאמט אפשר פון אידן. אבער דער צד השוה שבהן איז אז ביידע ווייסן וויאזוי אנצודרייען א מצב. אויך אז ביידע ווייסן וויאזוי מ'מאכט א (מיליאן אדער א ביליאן) דאללער...!

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 3:03 pm
דורך קהל'ס נער
היכי דמי האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איינער זאגט מיר, אז פון קאראנע איז געווארן אוקריינע, און פון מאסקע איז געווארן מאסקעווע...

און פון זעלענקא איז געווארן זעלענסקי...


און פון פינטו איז געווארן פוטין...


און פון ביידען איז נישט געבליבען קיין איינס....

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 7:23 pm
דורך קהל'ס נער
וואס זאגט טורנהיים אויף פוטין ווס. זעלענסקי?

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 8:50 pm
דורך קהל'ס נער
שפרעך-ווארט פונעם יאר.
"ער מאכט נעבעך מיט, יסורי קיעוו"

@ארי אבראמעוויטש

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 11:10 pm
דורך שמן למאור
ס'טוט זיך אויפן וועלט

פוטין וויל אוקריינע

טשי דזשימפינג וויל טייוואן

און ביידן וויל שלאפן...

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 11:12 am
דורך היסטאריע
berlbalaguleh האט געשריבן:היכי דמי: איך בין אויך א שטיקל בעל מקובל און מלוב"ן. איך קען זעהן שורש נשמות. ספעציעל שבת אינדערפריה נאך קידוש. עכ"פ. איך האב געהאט עפעס אזא מין הארה (יא, מיט אן אל"ף). אז פוטין האט דעם זעלבן שור"ש נשמ"ה ווי להבדיל פינט"ו. איי, וועסטו פרעגן...וויאזוי קען זיין די זעלבע און להבדיל. ס'איז דאך א תרתי דסתרי. 'עליך דיר דערציילן א מעשה וואס איך האבמיך דערמאנט פון א סאך יארן צוריק. א קלוגער? איד האט מיר פארציילט אז ...ער, און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען געשפיעלט קארטן... האביך איהם געפרעגט...איהר זאגט אז איהר און להבדיל דער גלח האבן צוזאמען...געשפיעלט אין קארטן. אויב ס'איז להבדיל קען עס דאך נישט זיין צוזאמען... דער תירוץ איז הרב פינטו איז א ..."הייליגער" איד. און פוטין איז א גוי וואס שטאמט אפשר פון אידן. אבער דער צד השוה שבהן איז אז ביידע ווייסן וויאזוי אנצודרייען א מצב. אויך אז ביידע ווייסן וויאזוי מ'מאכט א (מיליאן אדער א ביליאן) דאללער...!


דער איינציגעסטער צד השוה איך זעהן פין פינטו און פוטין (חוץ אז אתוון דדין כאתוון דדין), אז ביידע האבען יעדעם פארפאקט און טוהן וואס זיי ווילען.

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 2:07 pm
דורך קידוש
שטיצע אין וויליאמסבורג פארן אוקריינע פאלק