בלאט 126 פון 179
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 3:17 pm
דורך שמן למאור
די גאנצע מלחמה סיטואציע, דערמאנט מיר די באקאנטע ווערטל
געווען אמאל וואס די מדינה (מדנ''י) האט זיך שטארק געמוטשעט מיט געלט, האט מען פארופן א מיטונג אונעם כנסת זיך מתכס עצה זיין וואס צו טון,
איין חבר כנסת האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעשלאגן א געוואלדיגע פלאן, מען וועט גיין אין מלחמה מיט אמעריקע, און ווען אמעריקע וועט געווינען, וועלן אונז דאך ווערן א חלק פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלן מיר קענען געניסן פון פעטער שמואל'ס טיפע טאשן, פון פאד סטעמפס, מיט טעקס ריטערנס, וכ' וכ' וכ'
האט זיך אויפגעשטעלט א צווייטע חבר כנסת און געפרעגט, ''אלעס פיין און וואויל, אבער וואס וועלן אונז טון אויב אונז געווינען די מלחמה?''....
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 5:04 pm
דורך שמן למאור
"Anonymous" האט נארוואס ביישטייערט א שיינע נתונה פאר הרב בלייך'ס טשערידי קאמפיין...
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 10:03 am
דורך פאלאצ'ינטא
געהערט פון יארמר רב זאהל געזונט זיין.
איינער גייט שפאציר'ן אין ארץ ישראל און זעהט א פירות פעלד. ער גייט אריין און נעמט א מאראנץ (אראנדג' בלע"ז) און הייבט אן עסען.
דער בעל ה-פעלד קומט ארויס און זאגט איהם... ר' איד, לא תגנוב!
און דער מאכט זיך נישט וויסענדיג.
ר' איד! שרייט דער בעל הבית, לא תגנוב! א פסוק אין די תורה!
רופט ער זיך אן... א וואס פאר א פיינע לאנד איז ארץ ישראל, מען קען עסען א פיינע געשמאקע פרי און מען הערט צו דערצו א דבר תורה
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 10:19 pm
דורך קהל'ס נער
גלייב מיר ס'טיט מיר מער וויי.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 10:22 pm
דורך קהל'ס נער
דעם העיליגן קאנטשיק
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 1:03 am
דורך קהל'ס נער
גויים רעדן א גאנצע טאג פון געלט און מיידלעך,
יודן רעדן פון פרנסה און שידוכים.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 3:39 am
דורך Lexus
א מענטש איז געשטאנען אינמיטן די לאנגע רייעס אין די רוסישע בענק, ארויסצונעמען זיין געלט. פלוצלינג האט ער פארלוירן זיין געדולד און ארויסגעלאפן מיט קללות,"גענוג געווען איך גיי הארגענען פוטין!" אביסל שפעטער קומט ער צוריק צו זיין פלאץ אין די רייע.פרעגט מען אים, וואס איז געשען?האסט דאך געהאט א צווייטע פלאן?..
זאגט ער יא, אבער יענע רייע איז לענגער...."
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 9:04 am
דורך תרמב
איינער איז געפארן קיין ראמעניע און געקוקט יעדע שטיק צייט אויף זיין זייגער צו זעהן ווי מ'האלט ווען מ'גייט אנקומען, איינמאל האט ער געזעהן אז זיין האנט זייגער פעלט אים האט ער זיך אנגערופן, יאפ, מ'איז שוין אנגעקומען קיין ראמעניא.....
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 8:03 pm
דורך פאלאצ'ינטא
עצי שטים האט געשריבן:"Anonymous" האט נארוואס ביישטייערט א שיינע נתונה פאר הרב בלייך'ס טשערידי קאמפיין...
שא שא ס'איז דאך אנונימוס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 8:08 pm
דורך פאלאצ'ינטא
קידוש האט געשריבן:שטיצע אין וויליאמסבורג פארן אוקריינע פאלק
פאסט טאקע פאר וויליאמסבורג ווי איעדער ווייסט זענען די אוקריינער אלעמאהל געוועהן געפערליכע רשעים און בלוט דורשטיגע אנטיסעמיטען. זיי האבען געארבעט האנט און האנט מיט די דייטשען ימ"ש.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
א שייגעץ (אן עכטער) איז אמאל ארומגעגאנגען אין די אידישע הייזער אין בארא פארק...ער האט געזאגט אז ער זאמלט געלט פאר די אלמנה פון דעם אומבאקאנטן סאלדאט...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 10:33 pm
דורך קהל'ס נער
די מקוה איז נישט קיין מזונות, מ'דארף זיך וואשן פארדעים...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 11:02 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:א שייגעץ (אן עכטער) איז אמאל ארומגעגאנגען אין די אידישע הייזער אין בארא פארק...ער האט געזאגט אז ער זאמלט געלט פאר די אלמנה פון דעם אומבאקאנטן סאלדאט...!
And they gave him an undisclosed amount...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 11:40 pm
דורך קהל'ס נער
וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:א שייגעץ (אן עכטער) איז אמאל ארומגעגאנגען אין די אידישע הייזער אין בארא פארק...ער האט געזאגט אז ער זאמלט געלט פאר די אלמנה פון דעם אומבאקאנטן סאלדאט...!
And they gave him an undisclosed amount...
און ער גייט ארום מיט א המלצה פונעם שיטה לא נודע למי...
נשלח: מוצ"ש מערץ 05, 2022 9:15 pm
דורך תרמב
איינער האט מיר געזאגט אז ווען ער בענטשט אויסעווייניג זאגט ער נאר ביז ובשעריך......
נשלח: מוצ"ש מערץ 05, 2022 10:39 pm
דורך berlbalaguleh
ער האט נישט געוויסט אז ער ליינט שוין קרישמע אויך...!
דאס דערמאנט מיר א מעשה. א יודל איז אמאל געקומען צו ווערן א סיטיזן אין קענעדע. דער דזשאדזש פרעגט איהם דו יו ספיעק אינגליש? זאגט דער איד ...,וואואי"...זאגט דער דזשאדזש. דאס איז דאך פרענטש. זאגט דער איד'ל...כ'האב נישט געוויסט אז איך רעד פראנצויזיש אויך...!
נשלח: מוצ"ש מערץ 05, 2022 10:44 pm
דורך berlbalaguleh
מדי דברי: אז מ'רעדט שוין פון סיטיזן אן רעדן ענגליש. א איד איז אמאל געקומען צו ווערן א סיטזין אין אמעריקע. פרעגט דער דזשאדזש דו גלייכסט די קאנטרי. זאגט ער יא. איך גיי אייביג קיין וואודבוירן. פרעגט ער איהם אין וועלכע זיפ (קאוד) וואוינסטו זאגט ער וועדזשעטעיבל זיפ.9 שוין. איך ווייס נישט ווייטער. כ'האב שוין פארגעסן...!
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2022 8:25 am
דורך פאר'ן דאווענען
בערל: שמערל, עס איז דא א נייע study, אז 70 פערצענט מענטשן, שמייכלן זיך אונטער אינעם שאוער, ביזטו פון די 70 פערצענט?
שמערל: אויסדרוקליך נישט!
בערל: אהה.. דאן ביזטו פון די אנדערע דרייסיג פערצענט, וואס קטנ'ן אינעם שאוער!!
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2022 1:01 pm
דורך רובינזון קרוזו
חסידישע פאר*אגראפיע
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2022 3:29 pm
דורך היסטאריע
פאר'ן דאווענען האט געשריבן:בערל: שמערל, עס איז דא א נייע study, אז 70 פערצענט מענטשן, שמייכלן זיך אונטער אינעם שאוער, ביזטו פון די 70 פערצענט?
שמערל: אויסדרוקליך נישט!
בערל: אהה.. דאן ביזטו פון די אנדערע דרייסיג פערצענט, וואס קטנ'ן אינעם שאוער!!
דערמאנסט דער חילוק פין דער וואס זאגט אה אה אין מקוה, וו"ס דער וואס זאגט אוי אוי.
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 3:47 pm
דורך קהל'ס נער
די low fuel לעמפל האט זיך אנגעצינדען אין מיין קאר, כ'האב געקאלט די אינשורענס קאמפאני, זיי זאגן אז די קאר איז טאוטעלד...
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 6:13 pm
דורך לאוולי
א איד קומט אריין ערב יום-כיפור צו אן אשכנזי'שער איד אינדערהיים, זעט ער דעם איד זיצן מיט זיין זוהן אויפן ערד, בשעת עס ליגן פאר זיי אן איי מיט אש.
דער איד גיבט א שמייכל און רופט זיך אן: א שוואנץ מיט צוויי אייער, האב איך שוין געזען. אבער צוויי שווענץ מיט איין איי, דאס איז שוין א חידוש.
ודו"ק כי עמוק הוא.
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:א שייגעץ (אן עכטער) איז אמאל ארומגעגאנגען אין די אידישע הייזער אין בארא פארק...ער האט געזאגט אז ער זאמלט געלט פאר די אלמנה פון דעם אומבאקאנטן סאלדאט...!
And they gave him an undisclosed amount...
און ער גייט ארום מיט א המלצה פונעם שיטה לא נודע למי...
איינער א אידישער חכם (אן אמת'ע מעשה) איז ארומגעגאנגען פארציילנדיג אז ער הייסט נאכ'ן נודע ביהודה. ער האט געהייסן (ר') יודל פ----. האט מען איהם גערופן ר' יודל פ*ר*...!