בלאט 127 פון 164
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 12:57 pm
דורך No_name
מיקוה נייעס האט געשריבן:די מערדער וואס האט אומגעבערענגט אונזער טייערע לייבי ע"ה באקומט 50 יאהר . איך דארף מיר ציפן צו זעהן צו איך בין אויף. ה"י
ווען ער נעמט ווען די פלי גלייך אנפאנג וואלט ער באקומען 5 יאר
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:01 pm
דורך boxcover
ענדע צדיק האט געשריבן:און ער האט עס נישט געטון קיין איין מאל.
טאקע נישט?! טא וואס זאגסטו נישט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:02 pm
דורך קאווע טרינקער
ענדע צדיק האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:מיקוה נייעס האט געשריבן:די מערדער וואס האט אומגעבערענגט אונזער טייערע לייבי ע"ה באקומט 50 יאהר . איך דארף מיר ציפן צו זעהן צו איך בין אויף. ה"י
ער האט דאס נאר געטוהן איין מאל
און ער האט עס נישט געטון קיין איין מאל.
אויב אזוי איז דאס א 7-הימלען געשריי.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:13 pm
דורך קלאר
מען איז געווען גערישט דערויף
מען האט געזעהן די וועג וויאזוי דער ריכטער האט געפירט די גאנצע קעיס
אז ער זיכט ענדערש אז די אומשולד זאל נישט אויפגעוויזן ווערן
אין האפענטלוך וועט מען עס קענען גרינג אפעלירן
לאמיר ווייטער מתפלל זיין
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:14 pm
דורך דעתי הענייה
א פשוטע יסוד אינעם יוסטיץ סיסטעם צו די אלע וואס ברענגן דוגמאות פון אנדערע וואס האבן באקומען ווייניגער:
אין אמעריקע גילט שטארק די כלל פון „ומודה ועוזב ירוחם" די אלע אויבנדערמאנטע זענען געגאנגען אויף א פלי בארגעין, און דעמאלטס איז אלעס אנדערש, אז מען גייט אויף טרייעל, דאן גייט מען בחומר הדין.
נעם לראיה ספינקא, די יוסטיץ "וואס האט פיינט חסידישע אידן" איז גאנץ גרינג איינגעגאנגען אויף א גרינגער פלי בארגעין, אפילו וואס אויב ווילן זיי באשמוצען די אידן וואס קען זיין בעסער פון א רבי.
זייטס נישט אזוי נאריש, ביטע.
עס איז איבערגעטריבן? קען זיין, אבער דאס איז מיט יעדען וואס גייט אויף טרייעל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:20 pm
דורך געוואלד געשריגן
גאלד האט געשריבן:מיקוה נייעס האט געשריבן:די מערדער וואס האט אומגעבערענגט אונזער טייערע לייבי ע"ה באקומט 50 יאהר . איך דארף מיר ציפן צו זעהן צו איך בין אויף. ה"י
דאס איז די פרייז פון גיין צו טרייעל,
עיין ערך רובאשקין
ועיין ערך הרב מ'ספינקא,
דאס איז די פרייז פון רציחה און טשיילד מאלעסטעישאן
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:21 pm
דורך ענן כבד
משא"כ קעיסי ואוי דזשעי וואס זענען יא געגאנגן צו טרייעל
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:24 pm
דורך גוטע פינטעלך
קאווע טרינקער איך בין נישט משיג דיין מוראדיגע חכמה לחלק צווישען לוי אראן און ווב"מ, ווב"מ האט איר אפאר מאל געהארגעט?, זי לעבט און וועט זיך היילען נישט קיין חילוק וויפעל מאל מען באשולדיגט, [ובנוסף אויף די מספר איז דאך זיכער נישט דא קיין שום שרעד אף עוודינס].
היינס זאגט אז דעי מעסעדזש איז קלאר יעדער וויקטים וועט פון יעצט און ווייטער ארויסקומען צי דע ציווילע אוטעריטטען נישט דע פארשלסענע קמיונטי וועט אס אליינס באהנדלען, אויב עפעס האט די פסק פון יארען פארנאגלעט דאס ארויסקומען סיי צוליב די וויליגקייט פונעם ציבור און סיי פון וויקטימס, איך מיין אז אפילו א וויקטים - וואס איז נאך געהריג אידישלעך - וועט נישט מסכים זיין אויף אזא פסק, דאס איז בלויז רשעות פארדרייטע יוסטיץ וואס היילט נישט דאס וויקטים, אדרבה בלויז נאך א שולדיג געפיל פון אפהארגענען א משפחה לנצח.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:25 pm
דורך דעתי הענייה
געוואלד געשריגן האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:מיקוה נייעס האט געשריבן:די מערדער וואס האט אומגעבערענגט אונזער טייערע לייבי ע"ה באקומט 50 יאהר . איך דארף מיר ציפן צו זעהן צו איך בין אויף. ה"י
דאס איז די פרייז פון גיין צו טרייעל,
עיין ערך רובאשקין
ועיין ערך הרב מ'ספינקא,
דאס איז די פרייז פון רציחה און טשיילד מאלעסטעישאן
דרך אגב, אין אמעריקע איז טשיילד מאלעסטיעשן ערגער פון רציחה, און עס איז גערעכט און אסאך נקודות.
עס איז א טרויעריגע טאג פאר אמעריקע!
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי, עס איז היינט א ביטערע טרויעריגע טאג פאר אמעריקע! יא, נישט בלויז פאר נחמי', נישט בלויז פאר משפחת וועברמאן, נישט בלויז פאר סאטמאר זאלונים, נישט בלויז פאר סאטמאר, נישט בלויז פאר וויליאמסבורג, נישט בלויז פאר "היימישע" נישט בלויז פאר חסידים, נישט בלויז פאר ארטאדאקסן, נישט בלויז פאר אידן, נאר פאר גאנץ אמעריקע.
עס איז א טרויעריגע טאג ווען א שופט, א מענטש וואס דארף צו רעפרעזענטירן יושר און צדק, חכמה און משפט האט געטון אזא טיפשות און נארישקייט, אזא רשעות און בלינדקייט ווי געבן פאר א מענטש הונדערט און דריי יאר.
וואספארא טפשות איז דאס?
ואס איז פשט פון געבן א מענטש מער יארן קנס, ווי וויפיל יארן גאט האט אים בכלל געשאנקען?
ענטפערט מיר נישט אז די ביכער זאגן אזוי, געט מיר נישט טעכנישע טערמינען, פוינטס, און לעגאלע הארטע ליינס. איז דאס עפעס אן אומפארשטענדליכע אלטע רעליגיע? איז נישט שכל הישר די שטארקסטע כח?
עס איז א בושה פאר יוסטיץ ארויסצוגעבן אזא טיפשות!
די דאזיגע פסק דינט קיינעם נישט, יעדער איינער גייט ארויס א פארלירער!
ווען די דזשורי האט געזאגט גילטי אויף וועבערמאן האב איך גארנישט געזאגט איר קענט קוקן מיינע פריערדיגע תגובות. איך האב פארשטאנען אז זיי גלייבן די מיידל און איר טעראפיסטקע וואס האט מעיד געווען. שוין, די עמך מענטשן אין די דזשורי האבן געגלייבט, זאל זיין.
אבער דער שופט, א קלוגער, איש מכובד, געט אזא טפשות'דיגע פסק?!
און ענטפערט מיר נישט "ער האט נישט גענומען א פליע בארגן". וואספארא טענה איז דאס? איז דאס א פערזענליכע קאנקורענץ צווישן דעם באשולדיגטער און דעם שופט, און ווייל דער באשולדיגטער האט פרובירט זיין בעסטע, גייט אים דער שופט צופיקסן?
איז עס בכלל א געהעריגע קאנקורענץ צווישן א אינטעלעקטואלער מענטש וועמען אמעריקע האט אוועקגעשטעלט אויף אזא פאזיציע צו דינען גאט און פארשרייבן לחיים ולמוות, ער איז דער צד שכנגד פון דעם אראגאנטן, טפשות'דיגן אומגעלערנטער חסיד?
י-ע-ד-ע-ר איז דא ארויס א פארלירער, לאמיר זעהן:
די יוסטיץ סיסטעם: אז מענטשן פארלירן זייער צוטרוי אין די יוסטיץ סיסטעם. לאמיר זאגן אז נאר חסידים שעלטן די יוסטיץ סיסטעם, איר ווייסט וואס דאס מיינט? א מיליאן נפשות אין אמעריקע האסן שנאת מוות די יוסטיץ סיסטעם און קוקן עס אן ווי עפעס א מלכות הרשעה פון רוסלאנד אדער דייטשלאנד?!
איר ווייסט וואס דאס מיינט אז טאטעס לערנען אויס די קינדער אז פאליציי, עף בי איי און ריכטער זענען רשעים און שלעכטע מענטשן?!
און לאמיר זיך נישט נארן, עס איז נישט נאר חסידים, עס איז אסאך ברייטער פון דעם. רעכט-דענקענדע מענטשן האסן די יוסטיץ סיסטעם. איז דאס א טובה? קען א יוסטיץ סיסטעם אנהאלטן נאר מיט א כח הזרוע אן קיין צוטרוי?
די וויקטימס: די אלע וויקטימס אין אונזער געמיינדע, די געפייניגטע, די דמעת העשוקים האבן יעצט געכאפט זייער גרעסטע פראסק. און איך מיין עס ערנסט. איך שפעט נישט אפ פון וויקטימס, און איך זאג נישט אז עס איז פינסטערע קאמף פון OTD וואס ווילן אונז אונטערברענגען, ניין, עס איז באמת דא וויקטימס וואס ווערן פארשוויגן, און יעצט איז געשעהן די גרעסטע טראגעדיע צו זיי!
איך וויל אייך זאגן א מעשה שהיה, איך קען א וויקטים וואס שפילט זיך שוין ארום מיט די געדאנק פון יא אדער נישט מסרן זיין מעלעסטערס, האב איך אים היינט געשיקט א טעקסט מעסעדזש "ער האט באקומען הונדערט און דריי יאר....... עטליכע טויזנט חדשים, א האלב מיליאן וואכן... זאג מיר די ווילסטו דאס טון צו דיין מעלעסטער?!" צען מינוט שפעטער האב איך באקומען פון אים א מעסעדזש "איך גיי נישט מסרן מיין מעלעסטערער, ניין, איך שווער אז איך וועל נישט!"
און די טעקסט האט מיר וויי געטון, ווייל דער וויקטים, מיין חבר, וועט ווייטער טראגן די וויטאג אין זיין הארץ. הלוואי קען ער זיך נוקם זיין אין זיין מעלעסטער און אים געבן א נארמאלע עונש, פון לאמיר זאגן א ריזן געלט קנס, א טורמע טערמין וואס זיין משפחה וועט נישט ליידן דערפון וכדומה.
מרת דייטש און אירע אלע פריינט: יא, עס קען זיין אז זי יובילירט, זי פרייט זיך, אבער זי האט היינט געליטן א שרעקליכע זאך! שטעלט אייך פאר אין צוואנציג יאר ארום, ווען די ביוטיפול בלאנד וועט שוין זיין א מיטליעריגע פרוי, מיט א שטוב מיט קינדער, פארקנייטשט און אביסל ערליך, און זי וועט הערן אין די נייעס אז וועבערמאן איז אין א שפיטאל פאר זיין הארץ פראבלעמען, און ער האט נאך נאך גאנצע אכציג יאר צוגיין..... אדער שטעלט אייך פאר אז זי באגענט אין דרייסיג יאר ארום מרת וועבערמאן אין גאס, אן אלטע צובראכענע באבע, גייט זי זיין פרייליך??
ווען דער שופט האט ווען א טראפ שכל, יא, דער גרויסער חכם וואס קען אויסנווייניג טויזנט לעגאלע ביכער האט אזויפיל שכל ווי יעדן נארישן קופערניקוס אין קאווע שטיבל, און ער געט נחמי' פון צען צו צוואנציג יאר, באגלייט מיט א פייערדיגע דרשה, אז עכט קומט אים מער, און עכט דארף ער שיקן א שארפע מעסעדזש צו די קאמיוניטי, אבער ער האט רחמנות אויף זיין משפחה, און ער וויל אז נאך וויקטימס זאלן ארויסקומען און ער געט דרייצן יאר וכדומה.
אבער אז דער שופט איז זייער געלערנט, אבער א טראפ שכל האט ער נישט, און די גאנצע יוסטיץ סיסטעם זעהט פאר א זכייה צו געבן ווי מער יארן, טראגן מיר אזא פנים, און מיר קענען נישט טון גארנישט מער ווי זיך אריינגראבן די פנים אין דער ערד און וויינען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:45 pm
דורך קלאר
די דורכפאל איז אז מען האט געמאכט א מסיבת עלילת 75 נישט עלילת 103
עס איז ביטערער ווי מען האט 'לכתחילה' ג'חלומ'ט
אבער מיט געלט, עסקנות אין 'שכל' איז נאך דא בעזהשי''ת גיטע אויסזיכטן
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:46 pm
דורך boxcover
ענן כבד האט געשריבן:משא"כ קעיסי ואוי דזשעי וואס זענען יא געגאנגן צו טרייעל
סיי די קעיסי קיעס און סיי די אוי דזשעי סימפסאהן קעיס סענען געווען אויסנאהם קעיסעס, סיי מיט די היי-פראפייל לויערס און אויך אסאך אנדערע דעטעילס (אויסער וואס מען האט אייך פארציילט אין מקוה).
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:48 pm
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס האט געשריבן:רבותי, עס איז היינט א ביטערע טרויעריגע טאג פאר אמעריקע!
גאנץ פיינע, חידושים'דיגע נקודות. מקום הניחו לך, אפילו נאך אזא לאנגע סומאטאכע.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:50 pm
דורך tovtov
No_name האט געשריבן:מיקוה נייעס האט געשריבן:די מערדער וואס האט אומגעבערענגט אונזער טייערע לייבי ע"ה באקומט 50 יאהר . איך דארף מיר ציפן צו זעהן צו איך בין אויף. ה"י
ווען ער נעמט ווען די פלי גלייך אנפאנג וואלט ער באקומען 5 יאר
די מעסעזש איז אז מען זאל נעמען א פלי אפילו מען איז נישט שולדיג?
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:50 pm
דורך boxcover
קלאר האט געשריבן:אבער מיט געלט, עסקנות אין 'שכל' איז נאך דא בעזהשי''ת גיטע אויסזיכטן
נישט פארגעסן אז מיר האבען א הייליגער באשעפער וואס ווערט נישט באאיינפלוסט פון בולבל המוחות און שער פראפעגאנדע, און דער גרויסער יודע מחשבות וועט אוודאי נישט פארלאזען דעם נרדוף, whoever it is.
כסף וזהב מעשה ידי ..., פה להם אבל
לא ידברו.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:55 pm
דורך אוהב ספרים
ענן כבד האט געשריבן:משא"כ קעיסי ואוי דזשעי וואס זענען יא געגאנגן צו טרייעל
לא ידעתי אז זיי זענען געווען חסידישע אידען
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:56 pm
דורך אוהב ספרים
tovtov האט געשריבן:No_name האט געשריבן:מיקוה נייעס האט געשריבן:די מערדער וואס האט אומגעבערענגט אונזער טייערע לייבי ע"ה באקומט 50 יאהר . איך דארף מיר ציפן צו זעהן צו איך בין אויף. ה"י
ווען ער נעמט ווען די פלי גלייך אנפאנג וואלט ער באקומען 5 יאר
די מעסעזש איז אז מען זאל נעמען א פלי אפילו מען איז נישט שולדיג?
א, האט וועבערמאן בכלל באקומען א אנשלאג פון א פלי בארגען [נישט מקוה מעשיות] איך מיין אז נישט
ב. יא אסאך מאל דארף מען זיין קלוג נישט גערעכט
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 1:58 pm
דורך boxcover
גוטע פינטעלך האט געשריבן:קאווע טרינקער איך בין נישט משיג דיין מוראדיגע חכמה לחלק צווישען לוי אראן און ווב"מ, ווב"מ האט איר אפאר מאל געהארגעט?, זי לעבט און וועט זיך היילען נישט קיין חילוק וויפעל מאל מען באשולדיגט, [ובנוסף אויף די מספר איז דאך זיכער נישט דא קיין שום שרעד אף עוודינס].
איך קען אפרישיעטען אז די מרס איז ביי דיר נישט באגלייבט, אבער ביי די פראסעקיוטער, ריכטער און דזשורי איז זי יא באגלייבט. אז מען האט אן עדות, איז דאס
קיין שום שרעד אף עוודינס?
גוטע פינטעלך האט געשריבן:היינס זאגט אז דעי מעסעדזש איז קלאר יעדער וויקטים וועט פון יעצט און ווייטער ארויסקומען צי דע ציווילע אוטעריטטען נישט דע פארשלסענע קמיונטי וועט אס אליינס באהנדלען
אמן כן יהי רצון
גוטע פינטעלך האט געשריבן:איך מיין אז אפילו א וויקטים - וואס איז נאך געהריג אידישלעך - וועט נישט מסכים זיין אויף אזא פסק, דאס איז בלויז רשעות פארדרייטע יוסטיץ וואס היילט נישט דאס וויקטים, אדרבה בלויז נאך א שולדיג געפיל פון אפהארגענען א משפחה לנצח.
דו מיינסט נישט גוט
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:00 pm
דורך boxcover
tovtov האט געשריבן:ווען ער נעמט ווען די פלי גלייך אנפאנג וואלט ער באקומען 5 יאר
די מעסעזש איז אז מען זאל נעמען א פלי אפילו מען איז נישט שולדיג?
עס איז נישט א מעסעזש; עס איז א ברירה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:03 pm
דורך גאלד
געוואלד געשריגן האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:מיקוה נייעס האט געשריבן:די מערדער וואס האט אומגעבערענגט אונזער טייערע לייבי ע"ה באקומט 50 יאהר . איך דארף מיר ציפן צו זעהן צו איך בין אויף. ה"י
דאס איז די פרייז פון גיין צו טרייעל,
עיין ערך רובאשקין
ועיין ערך הרב מ'ספינקא,
דאס איז די פרייז פון רציחה און טשיילד מאלעסטעישאן
שוטה!! קוק אויף וואס איך באצוה מיך, האק נישט סתם אויפן קיבאורד!!!
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:04 pm
דורך גוטע פינטעלך
גוטע פינטעלך האט געשריבן:איך מיין אז אפילו א וויקטים - וואס איז נאך געהריג אידישלעך - וועט נישט מסכים זיין אויף אזא פסק, דאס איז בלויז רשעות פארדרייטע יוסטיץ וואס היילט נישט דאס וויקטים, אדרבה בלויז נאך א שולדיג געפיל פון אפהארגענען א משפחה לנצח.
באקס קאווער האט געשריבן:דו מיינסט נישט גוט
זעה וואס קופערניקס האט פריער מעתיק געווען פון זיינס א חבר וואס איז געווארען מאלסטעיד