בלאט 127 פון 179

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 8:20 pm
דורך berlbalaguleh
אין די בראשית יארן פון מדינת ישראל, ווען בן גוריון האט זייער שטארק געוואלט אז די ערליכע אידן זאללן זיך באטייליגן אין כנסת. ער האט גערעדט צו ר' איטשע מאיר לעווין ז"ל. זאגנדיג אז ער ווילל בויען א מדינה עפ"י תורה. האט איהם רי"מ געפרעגט פון וואו ער וועט נעמען דיינים וועלכע זענען שונאי בצע. האט ב.ג. געענטפערט..."פאר געלט וועל איך טרעפן אפילו שונאי בצע "אויך...!

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 9:26 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:אין די בראשית יארן פון מדינת ישראל, ווען בן גוריון האט זייער שטארק געוואלט אז די ערליכע אידן זאללן זיך באטייליגן אין כנסת. ער האט גערעדט צו ר' איטשע מאיר לעווין ז"ל. זאגנדיג אז ער ווילל בויען א מדינה עפ"י תורה. האט איהם רי"מ געפרעגט פון וואו ער וועט נעמען דיינים וועלכע זענען שונאי בצע. האט ב.ג. געענטפערט..."פאר געלט וועל איך טרעפן אפילו שונאי בצע "אויך...!


כ'קען די joke פון ליפא'ס געלט ניגון, (מ'זאגט א הלצה, א שונא בצע, באקימט מען היינט פאר געלט) כ'האב אבער נישט געוויסט די מקור דערפון, די אמאליגע ראשי ממשלה האבן געקענט מאכן די jokes, די היינטיגע זענען א באנדע אמעראצים, אפשר בנט קען עפעס לערנען, לויט די סייז פון זיין קאפל זעיט אויס אז ער האט גערייכערט און געוואטשט מאוויס ביי סדר עיון....

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 9:57 pm
דורך לאוולי
דער איינציסטער וואס האט שוין זוכה געווען צו ביאת המשיח איז די רביצין פון ליובאוויטשער רבי. זי האט זוכה געווען צו די ביאת - המשיח. ודו"ק.

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:34 pm
דורך געדאנקן
לאוולי האט געשריבן:דער איינציסטער וואס האט שוין זוכה געווען צו ביאת המשיח איז די רביצין פון ליובאוויטשער רבי. זי האט זוכה געווען צו די ביאת - המשיח. ודו"ק.

ווייס איך נישט אויב ער האט בכלל גומר געווען די ביאה, ער האט דאך נישט געהאט קיין קינדער...

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 12:44 am
דורך שמעקעדיג
לאוולי האט געשריבן:דער איינציסטער וואס האט שוין זוכה געווען צו ביאת המשיח איז די רביצין פון ליובאוויטשער רבי. זי האט זוכה געווען צו די ביאת - המשיח. ודו"ק.

מען זאגט אויך, אז זיין דרייווער האט זוכה געווען צו זיין שאופער של משיח.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 1:10 am
דורך לאוולי
געדאנקן האט געשריבן:
לאוולי האט געשריבן:דער איינציסטער וואס האט שוין זוכה געווען צו ביאת המשיח איז די רביצין פון ליובאוויטשער רבי. זי האט זוכה געווען צו די ביאת - המשיח. ודו"ק.

ווייס איך נישט אויב ער האט בכלל גומר געווען די ביאה, ער האט דאך נישט געהאט קיין קינדער...


אפשר איז געווען 'יפוצו מעיינותיו החוצה'.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 6:14 am
דורך טאמבל סאס
ווי ס'שטייט שוין ופרצת ימה וקדמה..

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 2:18 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אין די בראשית יארן פון מדינת ישראל, ווען בן גוריון האט זייער שטארק געוואלט אז די ערליכע אידן זאללן זיך באטייליגן אין כנסת. ער האט גערעדט צו ר' איטשע מאיר לעווין ז"ל. זאגנדיג אז ער ווילל בויען א מדינה עפ"י תורה. האט איהם רי"מ געפרעגט פון וואו ער וועט נעמען דיינים וועלכע זענען שונאי בצע. האט ב.ג. געענטפערט..."פאר געלט וועל איך טרעפן אפילו שונאי בצע "אויך...!


כ'קען די joke פון ליפא'ס געלט ניגון, (מ'זאגט א הלצה, א שונא בצע, באקימט מען היינט פאר געלט) כ'האב אבער נישט געוויסט די מקור דערפון, די אמאליגע ראשי ממשלה האבן געקענט מאכן די jokes, די היינטיגע זענען א באנדע אמעראצים, אפשר בנט קען עפעס לערנען, לויט די סייז פון זיין קאפל זעיט אויס אז ער האט גערייכערט און געוואטשט מאוויס ביי סדר עיון....

קהל'ס נער: איכ'ל דיר מסביר זיין פארוואס מ'הערט נישט דעם (זיסן) ווערטל נאכזאגן בשם אומרו. ווייל דאס ציונות בכלל און בן גוריון בפרט זענען נאך א סאך ערגער ווי די נאציס. ביי געוויסע נאאיווע מענטשן. ממילא קענמען נישט נאכזאגן א גוט ווערטל אין זיין נאמען. ווען דער הויפט גלח אדער דער פויפסט , אדער עפעס א (קלוגער) נאצי זאלל זאגן א גוט ווערטל, וואלט מען עס ענדערש נאכגעזאגט...!

די יונגלעך פון א געוויסן חדר פלעגן זינגען אויף זייערע באסעס ביים אהיימגיין פון חדר. (איך האב עס אליינס געהערט. זייענדיג א שכן.)..."בן גוריון זאלל לעבן 100 יאר. 99 אין שפיטאל. נאך גאנץ שיין אז די תמימות'דיגע יונגעלעך פארגינען איהם צו לעבן איין גוט יאר...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 6:10 pm
דורך ישן מלא חדש
ווער געדענקט די אלטע דזאוק

וועלכע צוויי זאכן איז דא אין די גאנצע וועלט?

1) קאוקו קאולע
2) חב"ד

אדאנק רוסלאנד עס איז שוין אויס דזאוק!

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 7:39 pm
דורך berlbalaguleh
לאוולי האט געשריבן:
געדאנקן האט געשריבן:
לאוולי האט געשריבן:דער איינציסטער וואס האט שוין זוכה געווען צו ביאת המשיח איז די רביצין פון ליובאוויטשער רבי. זי האט זוכה געווען צו די ביאת - המשיח. ודו"ק.

ווייס איך נישט אויב ער האט בכלל גומר געווען די ביאה, ער האט דאך נישט געהאט קיין קינדער...


אפשר איז געווען 'יפוצו מעיינותיו החוצה'.

איך קען אויף די תגובה נישט געבן קיין לייק. אפשר די פארקערטע.מ'נעמט א איד וואס איז געווען א העכערער מענטש אין זייער א סאך בחינות. זיין גדלות איז געווען אז ער האט געקענט אלעס באהאלטן. זיין שווער ציס"ע, נבג"מ איז געווען א מבין אוף איהם. אויך האט ער איהם שטארק מכיר טובה געווען. ממש בבחינת ייש קונה עולמו בשעה אחת. איך האב (בטעות) געשריבן דאס ווארט יש מיט צוויי יוד"ן ווייל אין חב"ד איז דאס אויך געווען אן ארטיקל. נאך א וועג אין עבודת ה'.נאר פשוט אלס פריוואטער מענטש. נעמט מען און מ'מאכט ליצנות פון א גאר ערנסטן מצב. וואס די גאס (די אנשי גת) הייבט אפילו נישט אן צו האבן אן השגה פון דעם מצב בכלליות. און בפרט פון דעם מענטש. און מ'מאכט ליצי ליצנות...כי בושה תכסה פנינו...!

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 7:42 pm
דורך berlbalaguleh
סתם להערה בעלמא...אוואו זענען ---- און ----? דער תירוץ איז . ווען ס'איז נישט מיין יאסעלע, אינטרעסירט מיך נישט. משא"כ ווען מ'טרעט אויף מיינע הינער אויגן...שאני. איז עפעס אנדראש...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 11:19 pm
דורך כרם זית
אגב, דער רעבעצין מחב''ד פלעגט בכבודה ובעצמה זיין די שופרת של משיח.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 11:39 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:סתם להערה בעלמא...אוואו זענען ---- און ----? דער תירוץ איז . ווען ס'איז נישט מיין יאסעלע, אינטרעסירט מיך נישט. משא"כ ווען מ'טרעט אויף מיינע הינער אויגן...שאני. איז עפעס אנדראש...!

מיין יאסעלע דיין באסעלע
לא לא לא לא קיש קיש
:דאבללייק: :טראכט :פארנומען:
שמן ששון מחבריך

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 9:55 am
דורך פאלאצ'ינטא
ישן מלא חדש האט געשריבן:ווער געדענקט די אלטע דזאוק

וועלכע צוויי זאכן איז דא אין די גאנצע וועלט?

1) קאוקו קאולע
2) חב"ד

אדאנק רוסלאנד עס איז שוין אויס דזאוק!

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk


קאק, חבד מיט א נאדבארנא רבי

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 11:00 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: דו זאגסט זייער גוטע און וואונדערליכע זאכן. אבער די דאקטוירים (דא אין קאווע שטיבל) האבן פעסטגעשטעלט אז דיינע נאמבערס זענען א ביסל צו נידריג...! קוק וואו ק.נ. האלט שוין, בליעה"ר. ער וועט אט באלד אריינקנאקן דעם אלף'ל...! מיט געזונט און נחת... דו מוזסט דיך באפלייסן. דער עולם (גולם) אבער לכה"פ אני הקטן. חלש'ט צו הערן דיינע זיסע דברי בדיחותי...!

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 11:31 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:פאלאצ'ינטא: דו זאגסט זייער גוטע און וואונדערליכע זאכן. אבער די דאקטוירים (דא אין קאווע שטיבל) האבן פעסטגעשטעלט אז דיינע נאמבערס זענען א ביסל צו נידריג...! קוק וואו ק.נ. האלט שוין, בליעה"ר. ער וועט אט באלד אריינקנאקן דעם אלף'ל...! מיט געזונט און נחת... דו מוזסט דיך באפלייסן. דער עולם (גולם) אבער לכה"פ אני הקטן. חלש'ט צו הערן דיינע זיסע דברי בדיחותי...!

ווער איז ק.נ.? :P

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 10:47 am
דורך קהל'ס נער
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 11:55 am
דורך פאלאצ'ינטא
א איד קומט אריין אין בית המדרש נאכ'ן נישט זיין דארט פאר צוויי חדשים. דער רבי קומט צו און פרעגט איהם,
וואו ביזטו געוועהן?

ענטפעט ער, איך בין זייער קראנק געוועהן, און איך בין יעצט ארויס פון שפיטאהל.

זאגט איהם דער רבי, אה, ברוך השם, איך האב מיך דערשראקען, איך האב געמיינט אז דו האסט געטראפען א צווייטע בית המדרש.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 12:16 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אן ארימאן גייט נאך געלט און קלאפט אן ביי א ריזיגן הויז וואו עס האט געוואוינט דער גביר פון שטאט.

דער גביר נעמט ארויס איין דולר.

דער ארימאן דרייט זיך אויס און פאנגט אן אוועק צו גיין.

פארוואס נעמסטו נישט מיין דולר? שרייט איהם נאך דער גביר

ענטפערט איהם דער גביר... ווייל אין די מגילה שטייט... רוח והצלה יעמד ליהודים "ממקום אחר" אבער עס שטייט נישט מדבר אחר

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 3:39 pm
דורך קהל'ס נער
"צוויי ברויט א פראסק און אריין אין בעט"

אוי האט דעיס מיך ציריק געברעיננגט צי מיינע קינדער יארן.

קרדיט: ארי סאמט

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 9:33 am
דורך פאר'ן דאווענען
די וועלט זאגט, טרונק א גלעזל מילך יעדן טאג, וועסטו קענען ריקן א וואנט.
איך זאג, טרונק וויין וועט זיך די וואנט רוקן פון זיך אליין!!

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 3:52 pm
דורך קהל'ס נער
שאלו את המן, איך אתה מרגיש?
הוא אמר, תלוי!

קרדיט: ברד"ק

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2022 8:13 am
דורך פאלאצ'ינטא
א עלטערע ספרדיש מיידעל זאגט פאר איהר טאטע.

טאטע, מען טראגט מיר אן א שידוך א פיין בחור אבער ער איז א הינקעדיגער און ל"ע בלינד אויף א אויג און ל"ע טויב אויף א אויער.

ענטפערט איהר טאטע, ניין ער האט גענוג צרות