בלאט 128 פון 179

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2022 8:17 am
דורך פאלאצ'ינטא
א פרוי זאגט פאר איהר מאן, לאמיר שחט'ן א קעלבעל לכבוד אונזער 25'סטע יום החתונה.

ענטפערט איהר מאן, וואס האט דער קעלבעל שולדיג פאר א טעות וואס א חמור האט געמאכט

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2022 11:10 am
דורך וואלווי
בקיעה מאחורי ה'פראק על שום מה שחותר חתירה מתחת כסא הכבוד...

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2022 8:27 pm
דורך קהל'ס נער
ק/פ
פוטין איז אנגעקומען אויף א באזוך אין א סקול אין מאסקאווע.
ער גייט אריין אין איינע פון די קלאסן און הייבט אן צו דערציילן פאר די סטודענטן ווי שטארק דאס לאנד איז, אירע מעכטיגע מיליטערישע כוחות און ווי שטארקט ער זארגט זיך פאר ציווילע לעבענס.
ווען ער האט געענדיגט, פרעגט ער די קינדער אויב זיי האבן אים עפעס צו פרעגן.
שטעלציך אויף א קינד און זאגט: מיין נאמען איז דעמיטרי אין איך האב צוויי פראגעס צו פרעגן.
יא, זאגט פוטין, לאמיר הערן: פרעגט די סטודענט:
1. פארוואס האט רוסלאנד איינגענומען די קרימיע האלב אינזל?
2. פ''וו האט רוסלאנד אריינגעשיקט טרופן אין אוקרינע?
זאגט פוטין: זייער גוטע פראגן, אין איך פריי זיך זייער אז דו האסט זיי געפרעגט.
פונקט דאן האט די בעל געקלונגען און די קינדער זענען ארויס פאר ריסעס.
נאך ריסעס, האט מען ווייטער פארגעזעצט מיט די פראגן און ענטפער סעסיע.
שטעלט זיך אויף אן אנדערע סטודענט און זאגט: -מיין נאמען איז סערעגעי און איך וויל פרעגן פיר פראגעס
1. פארוואס האט רוסלאנד איינגענומען קרימיע?
2. פארוואס האט רוסלאנד אריינגעשיקט טרופן אין אוקריינע?
3. פ''וו האט היינט די בעל געקלינגען 20 מינוט פריער ווי יעדן טאג?
4. וואו איז דמיטרי?.....

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 6:08 am
דורך פאלאצ'ינטא
איינער רופט אן די חברה קדישא און זאגט דעם גבאי אז זיין ווייב איז נעבעך אוועק ל"ע.

זאגט איהם דער גבאי, איין מינוט, דיין ווייב איז דאך אוועק מיט צוויי יאהר צוריק?

ענטפערט ער, יא גערעכט, איך האב אבער חתונה געהאט א צווייטען מאהל.

דו האזט נאך אמאהל חתונה געהאט? שרייט דער גבאי מזל טוב וואו

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 8:39 am
דורך קהל'ס נער
לרבים השואלים, איך נעם אויף דעים פורים ביז 11:30, נאך דעי צייט קען מען אינטערשטיפן די ענוועלאופס אינטער מיין טיר...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 10:21 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קהל'ס נער האט געשריבן:לרבים השואלים, איך נעם אויף דעים פורים ביז 11:30, נאך דעי צייט קען מען אינטערשטיפן די ענוועלאופס אינטער מיין טיר...
ביטע געב אן אן אדרעססע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 11:03 am
דורך קהל'ס נער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:לרבים השואלים, איך נעם אויף דעים פורים ביז 11:30, נאך דעי צייט קען מען אינטערשטיפן די ענוועלאופס אינטער מיין טיר...
ביטע געב אן אן אדרעססע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk


1 מאנסי בלווד.

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 1:39 pm
דורך קידוש
זאגט מיר היינט א אינגערמאן , אז ער האט אייביג געוואוסט אז ונתנו גייט אהין און קומט צוריק



"קוקט אויס ווי מיין געלט האט אלצהיימער'ס............................"

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 1:39 pm
דורך קידוש
זאגט מיר היינט א אינגערמאן וואס כ'קען אים אלס ניש דער גרעסטער מתמיד , אז ער איז היינט אויפגעשטאנען פירע פארטאגס , געלערנט פארן דאווענען א 2 שעה נאכער האט ער געדאוונט וותיקין מיט א מנין במתינות נאכדעם האט ער געלערנט נאך צוויי שעה.............................................
די איבריגע חלק פון חלום געדענקט ער נישט....

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 1:43 pm
דורך קידוש
וואס איז די חילוק ביי צדקה צווישן א אונגארישער און א פוילישער?


א אונגארישער פארשטייט צו געבן...



א פוילישער... געט צו פארשטיין...


קרעדיט י.ח.ר.

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 2:18 pm
דורך פאר'ן דאווענען
קהל'ס נער האט געשריבן:לרבים השואלים, איך נעם אויף דעים פורים ביז 11:30, נאך דעי צייט קען מען אינטערשטיפן די ענוועלאופס אינטער מיין טיר...

וויאזוי וועסטו וויסן צו ס'איז א בחור אדער א אינגערמאן?? ;)

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 7:58 pm
דורך קהל'ס נער
וויאזוי זאגט מען car warrenty אויף יודיש?
טוביה מאיר ניימאן.....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2022 12:46 am
דורך שמעקעדיג
קהל'ס נער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען car warrenty אויף יודיש?
טוביה מאיר ניימאן.....

קרעדיט: אברהם מרדכי מלאך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2022 2:12 am
דורך קהל'ס נער
שמעקעדיג האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען car warrenty אויף יודיש?
טוביה מאיר ניימאן.....

קרעדיט: אברהם מרדכי מלאך


זעיט אויס אז אברהם מרדכי האט אויך געזעין יענע סטאטוס...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2022 9:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ובבזה לא שלחו את ידם

פארוואס?

ווייל בשעת מלחמה האט מען געשטעלט אזויפיל קאמפיינן אזש עס האט נישט געפעלט פאר קיינעם גארנישט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2022 4:24 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: אויך. אין געוויסע מקומות אין גאליציע האט מען געליינט אט דעם פסוק אין די מגילה מיט דעם ניגון פון איכה...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2022 6:26 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ובבזה לא שלחו את ידם

פארוואס?

ווייל בשעת מלחמה האט מען געשטעלט אזויפיל קאמפיינן אזש עס האט נישט געפעלט פאר קיינעם גארנישט.
אדער ווייל די גוים האבן נישט קיין קעש

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2022 8:51 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: א ..."בבזה"...אין 2022 וואלט אנדערש אויסגעזעהן. מ'וואלט געהעקט זייערע בענק אקאונטס/איידענטיטי טהעפט...!

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 10:57 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א אינגעלע זיצט אינדערהיים זייער באזארגט. זיין קליין הונטעלע איז זייער קראנק און זיין טאטע האט איהם גענומען צו א חיות דאקטער.

זיין טאטע קומט אהיים און זאגט איהם, מיין קינד עס איז ליידער נישט גוטע נייעס. דיין הונטעלע גייט ל"ע שטארבען ער קען נאך לעבן מערסטענס 3 וואכען.

דער אינגעלע הייבט אן צו ווייענען.

דער טאטע פראבירט איהם צו בארואיגען זאגענדיג, דיין הונטעלע וואלט נישט געוואלט אז דו זאלסט ווייענען ער וואלט געוואלט דו זאלסט זיך דערמאנען און געדענקען די אלע גוטע צייטען וואס ענק האבען געהאט צוזאמען.

דער אינגעלע טראכט א מינוט און פרעגט, טאטי, אפשר וואלט מען געקענט מאכען א לוי' פאר איהם?

זיכער זאגט זיין טאטע.

און איך קען איינלאדענען אלע מיינע חבירים? פרעגט ער

אוודאי ענטפערט זיין טאטע

און מען קען סארווירען אייז קרים מיט טשאקאלאד קעיק און אסאך אנדערע נאשערייען? פרעגט ער

בלית ברירה האט דער טאטע מסכים געוועהן.

נאכ'ן טראכטען א מינוט פרעגט דער אינגעלע, טאטי? אפשר קענען אונז היינט הרג'נן דער הונטעלע?

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 11:29 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: אויך. אין געוויסע מקומות אין גאליציע האט מען געליינט אט דעם פסוק אין די מגילה מיט דעם ניגון פון איכה...!


ביי ומשלוח מנות איש לרעהו האבן שוין די בכיות בוקע רקיעים געווען....

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 2:57 pm
דורך וואלווי
וואס טוט א יוד די ערשטע זאך נאך ארויסקומען פון ביה"כ?

ער זוכט שנעל אויף די נענסטע בית כסא....

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 3:00 pm
דורך שאלתיאל
אין א טרעפן צימער אין בני ברק איז געהאנגען א צעטל בזה הלשון:

לכל השכנים,

נא להפסיק לצער בעלי חיים!

אשתו של חיים.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:48 pm
דורך תרמב
איינער האט זיך אריינגעזעצט אין א האטעל און אפגעזיצן דארט פאר עטליכע וואכן, געגעסן געטרינקען געשלאפן און זיך געלאזט וואויל גיין, ווען ס'איז געקומען צום אהיים גיין איז ער געגאנגען צום פראנט דעסק און געפרעגט די רעסעפשאניסט, זאג נאר, וואס וואלסטו געטון אויב איך וואלט דיר געזאגט יעצט אז איך האב נישט קיין פעני צו באצאלן? וואס איך וואלט געטון...? איך וואלט דיר אראפגעלאזט אזאנע צוויי געזונטע פעטש......! דעמאלטס מאך עס שנעל ווייל איך יאג מיך.....