בלאט 129 פון 213
וואס איך וויל וויסען
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 9:03 pm
דורך קאמענטירער
פוו זענען אלע (שטעקעליך) זייגערס וואס מעדווארטייזט אנגעשטעלט אויף צען צו צוויי ? די שאלה איז נישט פוו די צייט נאר ווען האט מען זיך אפגעשמועסט צו אדווארטייזען אויף די ספעציפישע צייט ?
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 3:25 am
דורך ישמעאל הכהן
פרייוויליג האט געשריבן:.
מענין לענין, פאלגענד איז א ציטאט פון 'דער בלאט' וואו זיי פראבירן צו דאקטערען די עולם אז מדינת ישראל עקזעסטירט נישט. זיי האבן נישט אויסגערעכנט ישראל צווישן אנדערע לענדער וואס האבן געשיקט הילף פאר נעפאל.
דער איד רעכנט אויס
rps20150512_032442.jpg
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:55 am
דורך ביליג
קאמענטירער האט געשריבן:פוו זענען אלע (שטעקעליך) זייגערס וואס מעדווארטייזט אנגעשטעלט אויף צען צו צוויי ? די שאלה איז נישט פוו די צייט נאר ווען האט מען זיך אפגעשמועסט צו אדווארטייזען אויף די ספעציפישע צייט ?
דאס נעמט זיך ווייל זיי ווילן ווייזן וויאזוי די שטעקלעך זעען אויס אויסגעשפרייט און נאך אפאר סיבות
http://mentalfloss.com/article/22461/wh ... nd-watches
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 7:10 pm
דורך געפילטע פיש
.
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:13 pm
דורך איך אויך
נישט צעהן צי צוויי נאר צעהן מינוט צו צעהן און פון דעם נעמט זיך די ארטסקרול? בוך מיט דעם נאמען.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 7:29 pm
דורך וכדומה..
סאיז יא אנגעשטעלט אויף צען צו צוויי, אדער צען נאך צען, ווענציך וואו די קליינע איז און וואו די גרויסע איז, אבער נישט צען צו צען, וואס דאס מיינט ביידע זענען אויפן צענערל
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 7:37 pm
דורך איך אויך
סארי געמיינט צעהן נאך צעהן.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
http://www.cnn.com/2015/05/14/us/philad ... erailment/ווער איז דער היימישער איד וואס זיין דברי חכמה ווערען דא אנגעצייכענט? וואס וויל ער?
ווען איר ווערט ווען א קעניג, וועם וואלט איר געהאנגען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:47 am
דורך moshav zekeinim
עס מאכט זיך א סך מאל אז א מענטש טוט ברויזן אויף א געוואוסער פערזאן אדער גרופע אויף א געפערליכער פארנעם, אן דעם וואס ער זאל אים עפעס קענען טון. אמאל איז עס צוליב וואס יענער שטייט מיר אין וועג באיזה אופן. צומאל איז עס שוין צוליב נקמה. און צומאל צוליב וואס יענער באגייט עוולות צו אנדערע.
עס קען זיין סיי אויף א פריוואטער פערזאן אדער משפחה ווי א שכן חבר עקס ווייב עלטערן שיתוף וכדו' . און סיי אויף א פאליטישער פערזאן אדער גרופע ןוי א רבי רב ראש הקהל פרעזידענט פאליס וכדו'
עס קען זיין סיי צוליב א צרת יחיד און סיי צוליב א צרת רבים.
איז טאמער האט עמיצער אזא איינער אדער מער ווי איינער אויף די ליסט, ברענג עס ארויס, זאל כאטש זיין ונשלמה פרים שפתינו, אז מען קען יענעם גארנישט טון, זאך מען כאטש דמיון'ען פאר א וויילע
זעלבסט פארשטענדליך אז מ'זאל נישט ארויס שרייבן א נאמען פון א פריוואטע מענטש (איך פארשטיי אז געווענדליך וועט איר דאס סייווי נישט טון אבער ליתר שאת שרייב איך עס ארויס). נאר פאבליק נעמען קענען ווערן אדרעסירט, ווען די שנאה איז צוליב א צרת רבים.
אלזא, דער יו ען האט אפגעמאכט אויסצוקלויבן ע"פ גורל א אטאקראטישער קעניג מיט רעכטן אן א מאס איבער די וועלט, און איר געווינט. וועמען וואלט איר געהאנגען דער ערשטער און דער צווייטער וכו'?
א סך יעצטיגע שונאים וואלט זיך גלייך מוחל געווען אין אזא מצב, אבער מיר שמועסן שוין נאכן מוחל זיין, וועם וואלט איר נישט געשוינט אפילו נאכן עולה לגדולה זיין?
(אן אנדערס מאל וועלן מיר שמועסן וואס נאך איר וואלט געטון אלס קעניג פון די וועלט).
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:50 am
דורך יאיר
אלע וואס עפענען מאדנע אומרעלעוואנטע אשכולות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:57 am
דורך ישמעאל הכהן
Kim Jung Un
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:00 am
דורך קאמענטירער
די אייסעס גרופע פארשטייט זיך
און אלע וואס האלטען פון טויט שטראף...
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:41 pm
דורך אליצפן
וואו איז א גוטע פלאץ צו גיין bowling אין ברוקלין? נישט צו טייער און נישט א low class פלאץ.
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:11 pm
דורך שמעקעדיג
אסאך מאל ווען איך וויל עפעס קויפן אויף עמעזאן טשעק איך זייערע פרייזן און אויך די פרייזן פון די אנדערע סעללער'ס וועלכע האבן געווענליך ביליגערע פרייזן פאר יוזד אדער ריפורבישט פראדוקטן. וואונדערט מיר אבער צו זעהן ווי די דריטע-פארטי סעללער'ס האבן אפט פרייזן פיל טייערער ווי די ברענד-ניו פון עמעזאן, צומאל כמעט דאפעלט! און עמעזאן שיקט מיר נאך פרייע שיפינג.
וויל איך וויסן, וואס טראכטן די סעללער'ס? פאר וועלכע סיבה אויף דער וועלט זאל איינער גיין קויפן פון אן אומבאקאנטן סעללער פאר אסאך מער געלט ווי די אריגינעלע?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:14 pm
דורך [NAMELESS]
זיי קענען וויסן אז עס איז א לימיטעד אייטעם און עמעזאן גייט בקרוב אויסלויפן פון עס, וועט מען מיזן קויפן ביי זיי
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:16 pm
דורך ישמעאל הכהן
קודם קען זיין אז זיי זענען אויסגעלאפן פון יענע אייטעם ווילן זיי פשוט אז דו זאלסט עס נישט קויפן, זיי וועלן צוריק טוישן די פרייז ווען זיי וועלן באקומען נאך סטאק. אדער קען זיין אז סאיז איין סעללער מיט צוויי אקאונטס און לייגט דוקא ארויף איין טייערע ליסטינג אז דו זאלסט לויפן צו זיין ביליגן ליסט
האקט
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:33 pm
דורך [NAMELESS]
ווען איך דאונלאוד א ווידעא אין לאו קוואלעטי, מאכט עס א חילוק אויף די מוזיק אויך אדער נאר אויף די ווידעא?
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 10:37 am
דורך דוק ותשכח
פארוואס שרייען מענטשן ביי ספירת העומר און נישט למשל ביי כפרות שלאגן
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 11:13 am
דורך שמעון וואלף
אזויווי ביי קצירת העומר טרעפט מען אז מ'האט געמאכט אלעס מיט א טומל (איבערגעפרעגט דריי מאל) להוציא מליבן של צדוקים
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 11:25 am
דורך קאווע טרינקער
דוק ותשכח האט געשריבן:פארוואס שרייען מענטשן ביי ספירת העומר און נישט למשל ביי כפרות שלאגן
ווייל מ'וויל נישט אויפוועקען די מענטשען וואס שלאפן נאך פארטאגס.
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 11:41 am
דורך לית דין בר נש
ווייל ספירת העומר איז א דאורייתא איז דא א ריתחא דאורייתא
כפרות איז א מנהג (יכול להיות אז די מקומות וואס א מנהג איז הארבע ווי א דאורייתא שרייט מען טאקע יא?)
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 11:46 am
דורך קאווע טרינקער
לית דין בר נש האט געשריבן:ווייל ספירת העומר איז א דאורייתא איז דא א ריתחא דאורייתא
נישט אין די old testament
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 11:48 am
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ווען איך דאונלאוד א ווידעא אין לאו קוואלעטי, מאכט עס א חילוק אויף די מוזיק אויך אדער נאר אויף די ווידעא?