בלאט 14 פון 16
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 5:04 pm
דורך signout
גם אני סוקריק...
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 5:14 pm
דורך ליפא
signout האט געשריבן:גם אני סוקריק...
סתם א באוועגלאזער אראבער, אידיאטן!!!
נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 2:41 pm
דורך געוואלדיג
נישט קיין אראבישער טעראריסט חלילה, בהמות.
נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 3:04 pm
דורך ליפא
דער שופט איז דאך נאך א גרעסערע בהמה
נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 7:03 pm
דורך שמעון וואלף
געוואלדיג האט געשריבן:נישט קיין אראבישער טעראריסט חלילה, בהמות.
ער שרייבט פשוט נאך וואס על זשאזירע האט באריכטעט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:03 am
דורך diff
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:51 am
דורך איש את רעהו
שמעון וואלף האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:נישט קיין אראבישער טעראריסט חלילה, בהמות.
ער שרייבט פשוט נאך וואס על זשאזירע האט באריכטעט
די ציוניסטישע לינקע פרעסע ברענגט עס אויך אזוי, ווען ער ברענגט פינעם המבשר וואלט בעסער געווען ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:28 am
דורך געוואלדיג
האסט זייער גוט מסביר געווען וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגען...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
הרב סענדער דער דייטש (נישט דויטש. לידיעתך, שמעקעדיג.) זכותו יגון עלינו פלעגט האבן אלערליי שמות וכינויים פאר די אראבישע מערדערס, ימ"ש. ווי...פאלעסטינער יונגלעך...אדער...דיווערסאנטן. ווהאטעווער דהעט מיענס. אלעס. אבי נישט קיין טעראריסטן. נו. זיי טוען דאך א גוטע זאך. זיי הרג'נען ציונים...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:22 pm
דורך שמעון וואלף
בערל, ס'שוין אינטערגעוואקסן א גאנצע דור אשר לא ידע את סענדער. וואס פעלט אויס אים צו דערמאנען אין יעדע דריטע תגובה? דאס קען נאך גורם זיין אז די יונגווארג זאל זיך עפענען די אויגן און פרעגן קשיות וואס, ווי, ווען, און צום סוף אינגאנצן פארכאפט ווערן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:06 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל האט לעצטנס, אנשטאט דערמאנען ר' סענדער אין יעדע דריטע תגובה, אנגעהויבן דערמאנען 'שמעקעדיג' אין יעדע פערטע תגובה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: אמת. וואס האמיר פון ר' סענדער זכותו יגון עלינו. בגן עדן תהא מנוחתו. איין זאך צו וואס איך בענק נאך ר' סענדער. ס'איז היינט (כמעט) נישט בנמצא א מענטש וואס זאלל שרייבן אידיש און לשה"ק מיט אזא פונקטליכקייט און פראפעסיאנאליזם ווי ער.ער איז געווען א ספרא רבה. היינט ווען איך פארגלייך די פירקלונגען פון הרב ש.ב. מרגליות המכונה הרב שמואל שלמה טעללער (אדער פארקערט) צו די ארטיקלען פון ר' סענדער דייטש ע"ה ווייס איך נישט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:21 pm
דורך שמעקעדיג
לעצטע וואך אין דער איד איז מיר געווען א פלא די צעמישעניש פון דעות שונות.
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט, און כ'האב געטראכט צו נעמען די צייט און עס מיטטיילן פארן עולם.
אין עדיטאריעל פון דער וואך, ברענגט דער איד ארויס ווי פרייליך די עלטערן זענען אז מען גייט צוריק צום נייעם יאר אין חדר/שולע, ממש ס'הארץ וואקסט פאר פרייד, עד כדי כך אז די עלטערן נעמען גערן אן די העכערונג פון שכר לימוד, ווייל וואס טוט מען דען נישט פאר די קינדער!...
און אינטערנעט איז אסור, דאס דארף ווערן גענצליך גע'אסר'ט און אויסגעריסן! און זיך פירן נאר אזווי ווי די הנהלת המוסדות פארלאנגען, ווייל נאר אזוי האט די המשכת הדורות א קיום, און אפילו די אנדערע אמעריקאנע משכיל'ישע שולעס זענען מודה דערצו.
Editorial_1.jpg
Editorial_2.jpg
פון איד צום איד, שרייבט איינער א בריוו אז יונגעלייט קענען זיך ענדליך צעשפרייטן אויף אנדערע מקומות, מען קען ברענגען פרנסה דורך פארקויפן אויף "עמעזאן"... אוי, סאו דארף מען יא האבן די טריפה'נע אינטערנעט?
Amazon.jpg
אביסעלע שפעטער ביי דעם "דא און דארט" קאלום, רעדט זיך דער שרייבער אויס אויף דעם אנשיקעניש פון "נושרים" אז ליידער אזויפיל אידן גייען נעבעך אראפ פונעם דרך, און ער שרייבט א פלא פון א זאך, אז כאטש די טעכנאלאגישע כלים זענען אסאך שולדיג דערין, קען נישט זיין אז בלויז דער אינטערנעט איז דער גורם צו די אלע פראבלעמען, און מען דארף אריינקריכן טיפער צו זעהן וואס דער פראבלעם איז - א זאך צו וועלכע איך בין שטארק מסכים!
Noshrim.jpg
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:44 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. נאר איך האב איין בקשה. זאג פאר דעם שרייבער פון דעם קאלום..."פון דא און דארט"...אז אויב ער ווייס נישט פארוואס ס'איז דא אזויפיהל נושרים/או.טי.די.'ס בלע"ז. זאלל ער זיך פארבונדן מיט בערל בעל עגלה. און ער וועט איהם שוין פונקטליך זאגן וואס נאך חוץ דעם אינטערנעט און די טעכנאלאגישע כלים ס'איז שולדיג אין דעם פאקט אז ס'דא א סאך נושרים...! ער קען באקומען די פולע ליסט...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 3:13 pm
דורך קורקלענד
שיין צו זעהן אז ער האט איינמאל גענומען די געלעגנהייט צו שרייבן עפעס פון דא אויך. געווענליך שרייבט ער נאר פון דארט.
ווי קומט אבער צו א שרייבער אין דער איד צו נוצן אן העברעיש ווארט ווי נושרים, איך פארשטיי אז ער פארענטפערט זיך שיין אז ס'איז איהם בייגעפאלן די טערמין פון א משנה.........
עס איז צום האפן אז אין דער נאענטן וועלן זיי יא כאפן אז די אינטערנעט איז נישט די שורש פונעם פראבלעם.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:04 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד: ער האט עס געשריבן ..."בהברה אשכנזית"...!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:29 pm
דורך גראף
@שבת אחים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:40 am
דורך שמעקעדיג
אין רעאקציע צום אויבנדערמאנטן ארטיקל וועגן נושרים במחנינו, האט א שרייבער אריינגעשיקט דעם פאלגענדן בריוו צום "איד":
.
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:25 am
דורך שמעון וואלף
לכבוד סוכות - צוויי מאל דריי טעג יו"ט - האב איך מיך איינגעהאנדעלט דער איד, כמנהגי, צו זיין אביסול אפ-טו-דעיט מיט די שטותים וואס מ'פארקויפט פאר די ליינער. איין פון די אונטערעסאנטע זאכן וואס איך געדענק איז אין אן ארטיקל ווי מ' באשרייבט א נסיעה למקומות הקדושים דורך די סאטמערע כולל אין א"י. שטייט דארט אז די ערשטע ציון ווי מ'האט זיך אפגעשטעלט איז געווען ביים "הייליגן תנא ר' בניהו בן יהוידע"....
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 1:30 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דער דער איד איז די בעסטע עקזעמפל צו וואס עם הארצות און פארשטאפטקייט קען פיהרן. ווער שמועסט נאך אז די עמי הארץ געבן ארויס א צייטונג. וואס ער איז נאר גוט אין איין סאבדזשעקט. שימפן און באשמוצן אלע גדולי ישראל. אין אלע אנדערע הינזיכטן איז ער א גרויסער, קנאקעדיגער כישלון. ס'איז דא א סאך צו שרייבן איבער זייער עם הארצות. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...נאר איין קליינער עקזעמפל . אחד מני אלף...מיט עטליכע יאר צוריק אין זייער פורים אויסגאבע האבן זיי געברענגט א בילד/פארטרעט וועלכעס איז בארימט ביי די גויים. וואס הייסט ..."די לעסט סאפפער"... מיט יאשקע. און דער איד האט געשריבן פאר א קעפשאן..."אידן זענען זיך משמח פורים"...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2017 10:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב פונקט געזען אין דער טעגליכע איד היינט אזא ציטאט
און אינאיינעם מיט די סטראשע-ווערטער איז מיטגעקומען א בילד פון פרינץ דזשארדזש, דאס קליינע קינד פון פרינץ וויליאם, א זוהן פון פרינץ דזשארדזש און אייניקל פון קעניגין עליזאבעט
איך מיין אז מ'האט פארזען א הלכה - לעולם ירוץ אדם לקראת מלכי עכו"ם וכו'. דער פרינץ וויליאם איז א זוהן פון פרינץ טשארלס, און נישט דזשארדזש.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2017 11:25 am
דורך berlbalaguleh
זיי זענען דאך מקיים וואס זיי פרעדיגן. זיי ליינען קיינמאל נישט קיין נארמאלע צייטונג אדער האלטן מיט עפעס א נייעס רעפארט. איינער פון די פריערדיגע עדיטארס ר' חיים משה שטויבער זז"ג. ער איז אן אינטעליגענטער מענטש און גוט אינפארמירט. ער פלעגט אדורך ליינען אלע וויכטיגע צייטונגען און מאגאזינען וועלכע האבן געהאט עפעס אינפארמאציע וואס מ'קען פארקויפן פאר'ן עולם. אין זיין צייט איז טאקע דער איד געווען אויף א הויכן סאטנדארט און א גוטן קאליבער. אבער די היינטיגע עדיטארס זענען דאך אזעלכע געשוואלענע עמי הארצים, אין אידישע היסטאריע און הוויות דעלמא. און כש"כ אין סתם וועלטליכע זאכן.
פינסטערע אידיאטן, שוין געזאגט איין מאל.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:41 am
דורך געוואלדיג
.