בלאט 14 פון 18

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:41 pm
דורך lazar
ס'איז ארויסגעקומען לכבוד די יומא הילולא קדישא כ"ו אב?

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דא האט איהר א לינק צום ספר. איך האב אן אלטע דרוק אויף מיין קאמפיוטער, וואס איך האב באקומען אויפ'ן אינטערנט, אבער לע"ע טרעף איך עס נישט אנליין.

ספרים חדשים

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:53 pm
דורך ירא שמים
דאס איז די דריטע מהדורה פונ׳ם ספר און דאס מאל האבן זיי צוגעלייגט צום סוף א גאנצע קונטרס פון בריוון, און סזעט אויס וואו אסאך זענען מופיע לראשונה ,קודם וועגן ענין המדינה , ובכללם ,פאפע רב , ר׳ איציקל פשעווארסקער , ועוד , וואו אויך בריוון פון די גדולי ישראל וואס האבן געשטיצט די חובבי ציון ובכללם היטב לב וואס אין ויו״מ שרייבט ער אז ער האט זיך מתנגד געווען צו דעם .

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 8:43 pm
דורך יהושע חיים
איך מיין עס איז ארויסגעקומן נגד רצונו, כך שמעתי.
(נישט אז ער האט עס נישט געשריבן)

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 9:22 pm
דורך [NAMELESS]
עס הייסט אז רבי יואל האט עס געשריבן צו איינעם אלס א פריוואטע מכתב, און אפאר ליובאוויטשע יונגעלייט האבן עס ארויסגעגעבן שלא ברשותו.

(איך ווייס נאר פון איין ספרים סטאר אין מאנסי ווי מען קען עס קויפן, אבער זיי האלטן עס נישט בגלוי, עס איז באהאלטן און מען דארף זיי עס בעטן, ווער עס וויל קען מיר פרעגן אין אישי)

ספרים חדשים

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 10:27 pm
דורך ירא שמים
סאיז שוין די דריטע מהדורה און כגלייב אז ער איז שוין אינדערצווישען געוואר געווארן, און אז מגעט עס נאך ארויס מן הסתם איז עס מרצונו.
און כזעע אז די חומת הקדושה אין מאנסי שטייט אסאך העכער ווי אין ב.פ. , ווארום אין ב.פ. קען מען עס קויפן בריש גלי.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:סאיז שוין די דריטע מהדורה און כגלייב אז ער איז שוין אינדערצווישען געוואר געווארן, און אז מגעט עס נאך ארויס מן הסתם איז עס מרצונו.
גראדע איז ער שוין יא געוואר געווארן גלייך ביים ערשטן מהדורה און ער האט זיך געבייזערט דערויף, אבער מען געט עס ווייטער ארויס ווייל עס איז א בעסט סעלער..... אבער קען אויך זיין אז אינצווישן האט ער זיך בארואיגט.

און כזעע אז די חומת הקדושה אין מאנסי שטייט אסאך העכער ווי אין ב.פ. , ווארום אין ב.פ. קען מען עס קויפן בריש גלי.
זאג נאר, ווי וואוינט הרב משה בער בעק און זיין קהילה, אין בארא פארק? נעוודאי אין מאנסי.
(גראדע איז מיר א חידוש אז איך האב עס נישט געזען אין טובי׳ס, זיי וואלטן עס געדארפט צו האבן בריש גלי).

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:08 am
דורך פרייוויליג
הרב מוטה פראנק מיט זיין נייע ספר


בילד

בילד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 1:24 pm
דורך קאווע טרינקער
פיינע נייעס. שכוח פאר די לינק.
זעהט אויס זייער שיין אין עיצוב, תוכן, און השתלשלות העניינים.
כ'בין זיכער ס'גייט זיין א הייסע אייטעם אין ענגליש.
א גיבט א שכוח פאר די חבריא קדישא בערמאנט, כולל w..

שנעל דורכגעקוקט, ער מאכט א קוגל ווי קיינער בעפאר... דברים נפלאים מר' משה בער בעק... עזריאל טויבער... לייבל מינצבורג...

א היינטיגע טרענד פון שרייבן די פולע נאמען פון גדולי ישראל וואס זענען בכלל נישט באקאנט אזוי, ר' אליהו קרמר... (ווילנא גאון) ר' צדוק רובינשטיין... (ר' צדוק הכהן מלובלין) ר' מאיר לייבוש ווייזער..(מלבים) פונקט דעם חפץ חיים און ר' מאיר שמחה האבן נישט קיין משפחה נאמען...
חזון איש ברענגט ער כמה פעמים אלץ ר' ישעיה קרליץ... אנע "אברהם". מיאוסע טעות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 1:28 pm
דורך לית דין בר נש
אין ברסלבער חדר לערנט מען נישט קיין עברי? וואס איז דער שגעון פון געפינטלט איך האב געמיינט אז נאר מהרא"ש קונטרסים זעזנען אזוי עפען איך ר' מוטה זעה איך די זעלבע שגעון.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
@אבטולמוס דו מיינסט א וודאי שיטת ר' אייזיק שער ותלמידו ר' אביגדור מיללער, ווייל סאטמער רב האט קלאר געהאלטן אז די פסוקי תנ"ך זענען כפשוטו, נאר לגבי אחאב ברענגט ער ראיות אז ער האט געהאט מסירות נפש פאר די תורה, אבער א וודאי איז ער געווען א עובד עבודה זרה וכו'
אין די גליון הפעמון ז"ל איז געווען אן אפהאנדלונג אויף די ענין עיי"ש

Re: ספרים חדשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 7:25 pm
דורך ירא שמים

Re: ספרים חדשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 7:45 pm
דורך ירא שמים
ImageUploadedByTapatalk1441755905.875519.jpg
ImageUploadedByTapatalk1441755905.875519.jpg (341.23 KiB) געזען געווארן 4662 מאל

Re: ספרים חדשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:23 pm
דורך ירא שמים
איינער האט עפעס אינפאו אויפן מחבר ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:20 pm
דורך קאווע טרינקער
צאנז-קרעניצע רב פון וויליאמסבורג, א זוהן פון צאנז-גריבובע רב פון בארא פארק, האט מו"ל געווען "דברי חיים" המבואר, ד.ה. דריי שורות דברי חיים אויבן, און 18 שורות פון "ביאורים" אונטער דעם, און נאך 30 שורות עיונים פון אונטען, אזוי אז חב"ד זאל זיך נישט איינרעדן אז נאר זייערע ספרים דארפן ביאורים און מ"מ, דברי חיים דארף אויך.
אויף דערווייל איז נאר דא אויף בראשית.
אגב, דער "חק" וואס דער צאנז קרעניץ רב האט ארויסגעגעבן, איז אויך נאר אויף בראשית.

Re: ספרים חדשים

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:00 pm
דורך ירא שמים
כהאב עס געזען פאר צוויי יאר אויף דברי חיים חנוכה , דוכט זיך די באורים איז פון ר׳ מיכל זילבער.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 7:49 pm
דורך קל וחומר
ספר 'עולם התורה' מהרב מיכל שטרן (בעמ"ח אוצר הידיעות), צוויי כרכים, כרך א' איז אויף תולדות הראשונים ואחרונים, כרך ב' איז אויף עולם הישיבות ועולם החסידות (מ'קען קויפן יעדע באנד באזונדער) באשרייבט אין קורצן די ביאגראפיע פון די ראשונים ואחרונים ווי אויך היסטארישע פאקטן און מער, אלס בלשון צח ובהיר. (אגב ליטוואק, טאמער קויפסטו עולם הישיבות איז נכלל אינעם באנד עולם החסידות)

Re: ספרים חדשים

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:36 pm
דורך ונבנתה העיר
בילד

בילד

בילד

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 7:17 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 2:12 pm
דורך פרייוויליג
פרישע ספר פון ר' שלום רובשקין ערשינען. געשריבן אין תפיסה

בילד

Re: ספרים חדשים

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:35 am
דורך ונבנתה העיר
בילד

Re: ספרים חדשים

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 9:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואו! פארוואס ווילען זיי אויסגראבען שאנדפולע אלטע היסטוריא? סיידענס אז מ'וויל דא עפעס ריינוואשען. בית רבי האט שוין געטוהן די ארבעט מיט זיין 'מקור נאמן'!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 10:40 am
דורך [NAMELESS]
ער האט שוין געשריבן זיין מהלך אין זיין פריערדיגע ספר "עין תחת עין", זיין טענה איז אז מ'מאכט אומזיסט א שטינק פון א פארווייטאגטע פרשה פון א פעולה וואס ער האט געטוהן אונטערן השפעה פון א נערוון בראך.