בלאט 14 פון 16

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2017 8:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די סקריקים נוצען נישט די קהלה פאר זייער מעשים. זיי טוהן עס על דעת עצמם.

בכלל, לאנדאן איז נישט ירושלים. ירושלים האט קיינמאל נישט געהאט קיין עמטליכע קהלה, ווי יוראפע'אישע שטעט האבן, און די בעלזער קהלה האט קיינעם נישט וויי געטוהן. אדרבא, וועמען האבן די עדה"ח געפרעגט ביים זיך אפטיילען פון דער וועד הכללי? אין לאנדאן איז די קהלה פאראייניגטקייט גאר א וויכטיגע זאך. ווען בעלזא גייט ארויס, וועט יעדער ליידן. אסאך פלעינע מענטשן וועלן ארויסגיין גענצליך פון סיי וועלכע קהלה און דער שליטה פון די קהלה וועט אינגאנצען פארלוירען גיין. אין א געזעלשאפט וואס איז צוגעוואוינט צו א קהלה, איז עס א הירוס הדת.

אמעריקא האט נישט אזא מושג בכלל. דער קר"י קהלה איז א גוטע זאך צו באשמוצען יענעם, אבער קיין עכטע זאך איז עס קיינמאל נישט געווען.

יא יא, די סיקריקים טוהן שלעכט, אבער די תורה ערלויבט נישט זיך נוקם זיין אין א גאנצע שטאט צוליב בארעכטיגטע טענות.

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2017 8:26 pm
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:רבי שמואל שלמה האט אנגעהיצט דעם עולם, נאך אזא שארפע דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט מחאות


דער האט א שמואל שלמה פעטיש..

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2017 8:32 pm
דורך איש את רעהו
איש את רעהו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: דער פאקט אז די בעלזער קהילה אין לאנדאן סטראשענען לכאורה אז זיי וועללן ארויסגיין פון התאחדות הקהילות און מאכן אן אייגענע קהילה. איז אזוי. אויב זיי האבן די נאמבערס און זיי זענען ביכולת צו ארגאניזירן אן אייגענע קהילה האבן זיי א יעדע רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאלל זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און דעם כבוד הראוי. און נישט לאזן א פאר פארשטינקענע צו ווילדעוועטע, קארופטירטע ברואים קאנטראלירן א יעדן מצב אין די שטאט. און אויב דער מצב קען זיך נישט טוישן לטובה זאללן זיי טאקע מקיים פסק זיין און גיין זיך מאכן אן אייגענע קהילה.


די תירוץ האבן די בעלזאים געניצט אין אלע מקומות צו אינטערברעכן כח הרבנות
די אלע תירוצים זענען אבי געזינט צו קענען צוברעכן די רבנישע כח
הרב ענטרוי'ס שחיטה איז פאר זיי ליבערשט ווי עס זאל זיין די רבנישע כח אין שטאט

ויתירה מזו
האבן זיי ממש געצעגערט דעם רב רב פדווא ער זאל אלעס מיטהאלטן און שרייבן בריוו
למעשה זענען זיי מוכן צו אינטערברעכן דעם גאנצען קהילה'שער כח

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2017 9:16 pm
דורך איש את רעהו
עס קומט נישט אהער, אבער מענין לענין
אז מען קוקט וויאזוי די מתנגדי רב קוק האבן מיט אים פערזענליך געפירט קריג, זענען אויך געווען פארשידענארטיגע דעות וויאזוי צוצוגיין
קנאי ירושלים פרסמו מכתבי שטנה כנגד ספר נשגב זה ונגד הרב קוק,
אך רובם ככולם של גדולי ישראל התנגדו להתקפות האישיות על הרב קוק וגם לאחר פרסום "אורות" המשיכו לראות בו את אחד הגדולים, גם אם התנגדו בחריפות להשקפותיו. חלקם גם תמכו בדרכו ובדדבריו ב"אורות".
רק מיעוט מבין הרבנים, ובעיקר מהונגריה והמסתעף, פסל את הרב קוק בגלל דעותיו.
הרב גרינשפאן הביע זעזוע עמוק ממעשיהם הנלוזים של הקנאים. הוא שלח מכתב נרגש לעורך העיתון 'הדרך', בו הוא מוחה על מעשי הקנאים, ומבקש ממערכת העיתון שיפרסמו מאמר שכתב על ספר 'אורות' כתגובה לדברי הקנאים.

למעשה כהיום איז בכלל נישט שלעכט צום כלל ישראל דאס אז ער פערסענלי איז ביי א גרויס טייל גענצליך אראפ פונעם טיש.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 12:18 pm
דורך איש חזון
סתם פאר נייגעריגקייט, איז אמת וואס איינער האט מיר געזאגט אז די א.ג. קנאים האבן געזאגט אויף זייער טעלעפאן ליין אז די לאנדענע יודנטום איז נישט בייגעשטאנען די נסיון, און ארויסגעלאפן לקראת מלך ישראל (נישט ממש דעי ווערטער פארשטייט זיך)?

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 12:30 pm
דורך berlbalaguleh
איש חזון: ייש"כ. דעיס איז גוטע נייעס, ב"ה. נו, די טויזנטער אידן כ"י זענען דאך געקומען פון ערגעץ. על אפם ועל חמתם של הסיקריקים. ככתוב..."לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי"...!

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 2:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט אז קיינער ברענגט נישט אראפ דער גאנצע וואזנער סומאטוכע. איך האב עס געהערט פון א בעלזער און א סאטמארער

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 2:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 2:39 pm
דורך וחלופיהן
לכבוד ר' ליטוואק

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 3:24 pm
דורך אוהב ספרים
עמעזאן האט געשריבן:א תגובה צום קושען!!! א מחי' א 30 יעריגע שנוק ר' אהרן ט''ב איז מחליט אז פאר הרה''ג מקאשוי זצ''ל קומט זיך אן עפרא לפומיה....

מיט וואס פונקטליך איז דיין רבי אנדערש פון די בעלזער?

אז ער האט גערעדט אויף סאטמר רב און דיין ע''ז אויף קאשוי רב? אלס דעם אויס האט דיין רבי צוגעלייגט די קללה עפרא לפומיה זיך אויסצוגלייכן מיטן שוואגער...

איין זאך די בעלזער האט געשיקט א מנין איבערבעטן וואס דיין רבי האט נישט געטון צו הרה''ג מקאשוי


ער האט גראדע געשיקט א בריוו בחיים חיותו איבערבעטן.

ב. די ווערטער זענען ארויס גענומען פון קאנטעקסט, אם כי אפילו בקאנטעקסט מוטב שלא ייאמרו הדברים

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 3:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס די בעלזער קענען אלס! זאג דיין חבר אז ער מעג זיך אביסל לערנען אויסלייג איידער ער שרייבט אזא צעטל. ווען א סאטמארער וואלט עס געשריבען, וואלט עס נישט געהאט די גרייזען.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
אוהב ספרים האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:א תגובה צום קושען!!! א מחי' א 30 יעריגע שנוק ר' אהרן ט''ב איז מחליט אז פאר הרה''ג מקאשוי זצ''ל קומט זיך אן עפרא לפומיה....

מיט וואס פונקטליך איז דיין רבי אנדערש פון די בעלזער?

אז ער האט גערעדט אויף סאטמר רב און דיין ע''ז אויף קאשוי רב? אלס דעם אויס האט דיין רבי צוגעלייגט די קללה עפרא לפומיה זיך אויסצוגלייכן מיטן שוואגער...

איין זאך די בעלזער האט געשיקט א מנין איבערבעטן וואס דיין רבי האט נישט געטון צו הרה''ג מקאשוי


ער האט גראדע געשיקט א בריוו בחיים חיותו איבערבעטן.

ב. די ווערטער זענען ארויס גענומען פון קאנטעקסט, אם כי אפילו בקאנטעקסט מוטב שלא ייאמרו הדברים

אינטרעסאנט צו הערן. איז עס אמאל געווען מפורסם ערגעץ? פון ווי ווייסטו דערפון?

שענער וואלט געווען ווען ער טוט עס ברבים ווי ער האט מקלל געווען. אזוי וואלטן זיינע חסידים אפשר מער רעספעקט געהאט פאר אמת'ע תלמידי חכמים. און אפשר על פי הלכה איז ער אויך מחויב עס מפרסם צו זיין.

ב. וואס איז ארויסגעקומען פון קאנטעקסט? ער האט מאריך געווען אז די פלייש איז כשר און אזוי האט די רבי זצ''ל אויך געהאלטן און פארגעהאלטן הרה''ג מקאשוי ווי ער קען זאגן אז די פעטער האט מאכיל טריפות געווען און איך וועל עם זאגן עפרה לפומיה עכ''ל
אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס קאשוי רב מעג זיך נישט דינגען אויף סאטמר רב בהלכה? ער האט נישט אונטערגעריסן סאטמר רב און נישט זיך מתחצף געווען, סך הכל האט ער געזאגט אז מען דארף מער מנקר זיין, אז עס קומט ארויס פון זיין פסק אז סאטמר רב האט נישט גוט מנקר געווען, איז וואס? כך היא דרכה של תורה אין אלע דורות.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 3:45 pm
דורך גאנצל
די איבערבעטונג איז געווען מפורסם אין דער איד

און ער האט אים נאכאמאל איבערגעבעטן לאחר מותו ברבים

און דאס אלעס איז שוין לפנים משורת הדין

ווען איינער זאגט אויף רבינו זצ"ל אז ער איז געווען מאכיל נבילות קומט זיך אים מער ווי עפרע לפומי ס'קומט אים עטליסט דאס וואס מען האט געטון מיט'ן בעלזער פארגאנגענע וואך ספעציעיל ווען די גאנצע זאך איז געווען לקנתר א ראי' דערצו אז ביז תשל"ט איז אלעס גוט געווען

דעס איז נאר געווען אויסצוקלארן די וויכוח באלאנגט נישט אין די אשכול

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
קאשוי רב האט קיינמאל געזאגט אויפ'ן רבי'ן זצ''ל אז ער האט מאכיל נבילות געווען.
ער האט געזאגט א פסק דין לגבי חלב וואס סאטמר רב האט געהאלטן אז עס איז נישט חלב. כך דרכה של תורה און יעדע תלמיד חכם האט א רעכט צו זאגן א מיינונג

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:05 pm
דורך איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט אז קיינער ברענגט נישט אראפ דער גאנצע וואזנער סומאטוכע. איך האב עס געהערט פון א בעלזער און א סאטמארער

נו דערצייל.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין א ליטוואק, איך מעג נישט אריינרעדן אין דער ענין.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:15 pm
דורך איש חזון
ברענגסט מיך צו א נסיון דיר דן צו זיין לכף חובה אז דו ביסט יא א נארמאלע מענטש.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:29 pm
דורך איש את רעהו
לאנדאן איז לכאורה די סאמע שטערקסטע קנאות'דיגע השקפה צענטער, די סאטמארע זענען שטערקער בדעתם אין לאנדאן
גאנצל'ס חברייא דארט איז שארף קעגן דעם בעלזער'ס התנהגות לדוגמא דער קונטרס איז ביי זיי אלע אנגעקומען אין פאסט יעדער ווערט אויפגעברויזט
סע שטערט זיי פארוואס עפעס זייער רב דארף זיך טרעפן מיטן..

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איש חזון האט געשריבן:ברענגסט מיך צו א נסיון דיר דן צו זיין לכף חובה אז דו ביסט יא א נארמאלע מענטש.

חלילה! אבער מיט דעם וועסטו מיר נישט סטראשען.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:38 pm
דורך איש חזון
איש את רעהו האט געשריבן:לאנדאן איז לכאורה די סאמע שטערקסטע קנאות'דיגע השקפה צענטער, די סאטמארע זענען שטערקער בדעתם אין לאנדאן
גאנצל'ס חברייא דארט איז שארף קעגן דעם בעלזער'ס התנהגות לדוגמא דער קונטרס איז ביי זיי אלע אנגעקומען אין פאסט יעדער ווערט אויפגעברויזט
סע שטערט זיי פארוואס עפעס זייער רב דארף זיך טרעפן מיטן..

איך פארשטיי נישט מתחילה וויאזוי נעמט מען אויף א רב אן אייניקל פון ר' שמואל וואזנער.
(די קונטרס איז זייער שיין, א שאר נאר אז די גרעפיקס האט נישט משפיע געווען אויף די פוסטע נארישע תוכן)

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נעמען הרב וואזנער אין סאטמאר איז כמעט ווי נעמען א ליטוואק. ער איז נישט קיין סאטמארער און ער פארשטייט נישט דערצו. זיין טאטע איז געווען אן איידעלע, האט ער געקענט אויסקומען מיט זיי. ער קען נישט.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 5:47 pm
דורך נעגעל וואסער
באזוך פןן וואזנער ביים רב

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: דער פאקט אז די בעלזער קהילה אין לאנדאן סטראשענען לכאורה אז זיי וועללן ארויסגיין פון התאחדות הקהילות און מאכן אן אייגענע קהילה. איז אזוי. אויב זיי האבן די נאמבערס און זיי זענען ביכולת צו ארגאניזירן אן אייגענע קהילה האבן זיי א יעדע רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאלל זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און דעם כבוד הראוי. און נישט לאזן א פאר פארשטינקענע צו ווילדעוועטע, קארופטירטע ברואים קאנטראלירן א יעדן מצב אין די שטאט. און אויב דער מצב קען זיך נישט טוישן לטובה זאללן זיי טאקע מקיים פסק זיין און גיין זיך מאכן אן אייגענע קהילה.


די תירוץ האבן די בעלזאים געניצט אין אלע מקומות צו אינטערברעכן כח הרבנות
די אלע תירוצים זענען אבי געזינט צו קענען צוברעכן די רבנישע כח
הרב ענטרוי'ס שחיטה איז פאר זיי ליבערשט ווי עס זאל זיין די רבנישע כח אין שטאט

ויתירה מזו
האבן זיי ממש געצעגערט דעם רב רב פדווא ער זאל אלעס מיטהאלטן און שרייבן בריוו
למעשה זענען זיי מוכן צו אינטערברעכן דעם גאנצען קהילה'שער כח

איש את רעהו: אויב די בעלזער חסידים אין שטאט האבן טאקע אזא גרויסן כח דארף מען זיך ערשט רעכענען מיט זיי. מ'קען נישט (אפילו עטץ) טאנצן אויף ביידע חתונות. פון איין זייט איז מען זיי און זייער רבי'ן מבזה מיט די גרעסטע בזיונות. מ'מאכט זיין וויזיט כאילו להבדיל דער פויפסט וואלט געקומען קיין לאנדאן אויף א באזוך. און פון די צווייטע זייט איז אפילו דער מלאך רע יענה אמן בעל כורחו אז זיי האבן א כח. נו, ממה נפשך. אויב זיי האבן א כח, רעכן דיך מיט זיי און האלט זיי חשוב. און געב זיי אפ דעם כבוד הראוי פאר דיינע אייגענע אינטרעסן. אז זיי זאללן בלייבן מיט דיר אין איין קהילה. און דו און דיינע מעטשן זאללן האבן די עקסטרע הכנסה אין די קעשענעס...!