אתא קלילא האט געשריבן:די זעלבע נגיעה וואס אנדערע גדולים האבן גיהאט אויפצושטעלען אידישקייט אין א״י נאך אזא ביטערע מלחמה וואס די פליטי חרב האבן פשוט נישט גיהאט קיין שום פלאץ אויף דער וועלט וי צוגיין אין יוראפ אין נישט געוועהן שייך צו בלייבען אין קיין אמריקה האט נישט יעדער געקענט קומען אפילו ווען מוואלט געוואלט איז ווען די צובראכענע אידן זענען שוין אנגעקומען קיין ארצה״ק פארלוירען פון אלע זייטען אן קיין געלט אין אן קיין משפחה האט מען זיך געדארפט צוריק שטעלען אויפן פיס אין חתונה האבן אין אויפשטעלען יידישע שטיבער אין מוסדות ישיבות תלמוד תורה אין כוללים אין מוסדות פאר די פליטים דאס איז געוועהן דאס פליכט פון גדולי ישראל דער גערער רבי אין בעלזער רב וואס האבן צוריק אנגהויבן מיט אויפבליהען מבצרים פון תורה וחסידות, אין ויזניצער רבי דער אמרי חיים וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין בני ברק, אין דער גרינדער פון פונוביזע׳ר ישיבה מרן הגרי״ש כהנמן אין שפעטער דער קלויזנבורגער רבי זי״ע וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין נתניה, צו דער קרעטשניווער רבי ר׳ דוד משה וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין רחובות וכדומה .
עכ״פ דאס איז געוועהן די נגיעה פון גדולי ישראל צו אויפשטעלען אידישקייט אין כדי דאס אויפצושטעלען האט מען געדארפט לעבען די מציאות!
וי אזוי בויעט מען מקוואות? ישיבות? תלמוד תורה? מיידל סקאל? כוללים? קריות? שפעטעלער? מושב זקנים? וי אזוי איז מען מחזק די צושמעטערטע הערצער זאלען בלייבען ביים דעת? זאלען געדענקען פון זאגען שמע ישראל?
פון וי נעמט מען דאס געלט צו דעם? אפשר פון פארקויפען דעם ספר ויואל משה? אדער אפשר אנפירען הפגנות קעגען די מדינה? וועמען עס געפעלט נישט דאס הייליג לאנד זאל מוחל זיין אין אפציעהן פון דארט! אין ווער עס איז אינטרעסירט צו בויען פון פריש אידישקייט דארף מיטלעבען די פולקאמע מציאות!
אודאי איז נישט די כוונה אז מדארף זאגען הלל אין יום העצמאות אבער יעצט אז די מדינה איז שוין א פאקט אין סאיז נישט מעגליך אין לייגט זיך נישט אויפן שכל אויפצוגעבען די מדינה צוריק פאר די אראבער וואס ווארפען זיי אלע אין ים אריין מיטן ספר ויואל משה אין דער מחבר זעלבסט, אפילו ער וועט זיי קושען די פוס אין לעקען די זאקען.
איז ממילא אין דער צייט וואס די גדולי ארצה״ק האבן גיהאט א נגיעה צו בויען אידישקייט האט דער רבי זכיגענייני מיט זיין קאמפ קעגען די מדינה פארקוקט וואס די מטרה איז געוועהן אין אז מיט דעם מהלך קען מען נישט בויען צוריק אידישקייט נאר אפשר חרוב מאכען דאס יא!
אין דאס הייסט אז ער האט נישט געלעבט די מציאות פון די אידן אין ארצה״ק נאר ער האט געלעבט זיין הייגענע מציאות אין אויף דעם האט ער גיהאט זיינע הייגענע נגיעות! יא די וועסט אודאי זאגען כבוד שמים אבער מיט די כבוד שמים ווען נישט די א״י גדולים פייפען עם אן מיט זיין מויל וואלט מען חרוב געמאכט כבוד שמים.
אין דאס וואס די זאגסט לגבי די דרשה פון דער עגל אשר עשה אהרן האסט מיר געמאכט לאכען, ווייל דאס וואס די זאגסט אז די גאנצע דרשה שטייט באשריבען אין מקען דאס זעהן אין דארט שטייט נישט קיין ווארט ״עגל״ איז אודאי אז יעדער בר דעת פארשטייט אז אזעלכע ווערטער לאזט מען אויס פשוט ווייל דאס ברענגט ארויס די נגיטיווע חלקים פון רבי׳ן אז ער האט זיך געקענט פארלירען עד כדי כך ביז נעמען רעדען אויף דער קודש הקדשים בעלזער רב אז ער האט געמאכט א עגל מיט דעם וואס ער האט נישט געפאלגט סאטמערער רב... אין וועלכער נארמאלער מענטש אין סאטמער וועט וועלען מודה זיין צו דעם?
אבער די הסטוריה קען מען נישט פארדרייען מיט חסרון ידיעה אדער לייקענען מתוך ידיעה ברורה פון לייקענען אין אפווישען פאקטען!
די נגיעה וואס גדולי ישראל האבן געהאט צי די מדינה, האט גארנישט געהאט צוטון מיט אויפשטעלן יודישקייט. מ׳האט געקענט, און מ׳קען היינט אויפשטעלן יודישקייט אן א אייגענע לאנד, אזויווי אין אלע דורות.
וועסטו וועלן זאגן, אז נאך די מלחמה איז געווען אנדערש. מען האט געמוזט האבן א מדינה צי קענען האבן יודישקייט. וויל איך ארויסברענגען אז ס׳איז נערישקייטן.
אפילו געלט האט נאך די מדינה נישט געגעבן פאר די חרידישע מוסדות. נו אפשר ביזטו מיך פינקלעך מסבר פארוואס מ׳האט צי אויפשטעלן יודישקייט געדארפט א מדינה?
אויף וויפיל איך ווייס, האט מען דרינגענד וויכטיג געדארפט די מדינה צוצוהעלפן יידישקייט:
צו מאכן א גזירות גיוס נשים.
צו אפשמדן ילדי טעהראהן, ילדי תימן.
ועוד.
אבער פאר בויען יידישקייט, ווייס איך נאך נישט פארוואס די מדינה האט אויסגעפעלט. אז פאר דעם זאלן גדולי ישראל האבן א ״נגיעה״ צי די מדינה.
פאליטישע נגיעות איז געווען.
עסקנים וועליכע האבן געוואלט באקומען שטעלעס, ״אויפצוטון״ -פארשטייט זיך-און ביי דעם האט זיך עס גענדיגט.
איך ווייס יא פון גאר אסאך וועליכע האבן זיך נישט מתייחס געווען מתחילה אן צי די מדינה, און האבן געפירט גרויסע מערכות קעגן איר, און האבן ב״ה אויפגעשטעלט הערליכע יידישקייט אין ארץ ישראל. ובתוכם סאטמאר רב.
בנוגע די דרשה, פארציילן די יודן וועליכע זענען געווען דארטן ביים דרשה, אז יא, ס׳איז געווען זייער א פלאם פייערדיגע דרשה קעגן די בחורות. סאטמאר רב האט זיך געפענט די העמעד, כידוע. אבער ער האט נישט דערמאנט קיין איין ווארט וועגן בלזער רב. ס׳איז בס״ה זינטאג דעראויף נולד געווארן די בלבול. מען קען טאקע נישט פארדרייען קיין היסטאריע. אבער מען קען אויך נישט באשאפן קיין היסטאריע. זיי מוחל זיי מברר ביי יודן וואס זענען געווען אנוועזנד ביים דרשה, און נאכדעם וועט מען דן זיין וויטער.