נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 3:42 pm
אז מ׳האט דערמאנט קוויין בנוגע פּאראדאקסן.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=12764
אין אזא פאל ראטעוועט מען זיך לכאורה פון דעם דילעמא לויט די אנטי-טענעליסט מהלך. והיינו, ממ״נ: אויב טוהט מען דאס אלס דין און ריין ראציאנאל ומכח קאנט׳ס קאטעגארישע אימפּערעטיוו כנ״ל, דאן הייסט דאך דאס נישט בעצם קיין מאראלישע אקט בכלל ומעיקרא. ווידעראום אויב טוהט מען דאס מכח א מאראלישע אקט פון געבן פאר א צווייטן טוהט מען דאך אים יא א רע און דאן קומט אפיר די אנטי-טענעליסט פאזיציע אז מ׳האט דאס נישט צו טוהן.One does not, for example, intentionally procreate out of a sense of justice; procreation is morally exemplary instead when it arises out of a desire to giveof oneself to another
Because most people who live comfortable lives are happy to have come into existence, prospective parents of such people are justified in assuming that, if they have children, their children too will feel this way. Given that it is not possible to obtain consent from people prior to their existence to bring them into existence, this presumption might play a key role in a justification for having children
דיסקלעימער כ'האב נאכנישט דורכגעליינט/געלערנט דעם אשכולפרייוויליג האט געשריבן: עס איז דא א טיפישע ליין פון בעלי דרשנים, דו האסט ליב דיין קינד? זיכער, האב איך אים ליב! דאן דער אייבערשטער האט דיך טויזענט מאל מער ליב ווי דו האסט ליב דיין קינד. דאס איז אמת, ווייל איך זע דאך די מיליאנען חסדים עד אין סוף, אבער עס איז זייער שווער צו ריזעמבלן א טאטע פון בלוט און פלייש צו א ג-ט, ווייל איך וואלט נישט פארברענט מיין זין, און אים נישט געגעבן קיין שרעקליכע יסורים. איך וואלט אים געקענט געבן לייכטע יסורים ווי א שטאך פון א נידל, אבער איך וואלט אים אויף קיין שום פאל נישט געגעבן שרעקליכע יסורים. אויב ג-ט ברוך הוא דארף געבן שרעקליכע יסורים פאר א מענטש, כדי צו ראטעווען זיין לעבן, דאן קען ער דאך טוישן די סדרים. אויב איז נישטא קיין בחירה דאן מאך ער זאל נישט דורכפאלן, און אויב איז יא דא א בחירה פארוואס דארף די סדר זיין ברוטאלע יסורי הנפש והגוף?
מיין פראבלעם מיט תירוצים פון די סארט איז אז עס איז זיך סותר מיט די פראפאזיציע אז גאט איז א כל יכול, די טאטע וואס גיבט א שטאך אדער דער דאקטאר וואס פירט דורך באהאנדלונגען איז מגובל און בלית בריריה מוז ער דאס טוהן ווייל סוף כל סוף איז דאס בעסער, אבער א גאט וואס איז א כל יכול קען נישט געבן קיין חיי נצחי נאר מיטן אויספייניגן אויף די וועלט?כספי האט געשריבן:דיסקלעימער כ'האב נאכנישט דורכגעליינט/געלערנט דעם אשכולפרייוויליג האט געשריבן: עס איז דא א טיפישע ליין פון בעלי דרשנים, דו האסט ליב דיין קינד? זיכער, האב איך אים ליב! דאן דער אייבערשטער האט דיך טויזענט מאל מער ליב ווי דו האסט ליב דיין קינד. דאס איז אמת, ווייל איך זע דאך די מיליאנען חסדים עד אין סוף, אבער עס איז זייער שווער צו ריזעמבלן א טאטע פון בלוט און פלייש צו א ג-ט, ווייל איך וואלט נישט פארברענט מיין זין, און אים נישט געגעבן קיין שרעקליכע יסורים. איך וואלט אים געקענט געבן לייכטע יסורים ווי א שטאך פון א נידל, אבער איך וואלט אים אויף קיין שום פאל נישט געגעבן שרעקליכע יסורים. אויב ג-ט ברוך הוא דארף געבן שרעקליכע יסורים פאר א מענטש, כדי צו ראטעווען זיין לעבן, דאן קען ער דאך טוישן די סדרים. אויב איז נישטא קיין בחירה דאן מאך ער זאל נישט דורכפאלן, און אויב איז יא דא א בחירה פארוואס דארף די סדר זיין ברוטאלע יסורי הנפש והגוף?
דיין קליינער זון וואס דו וואלסט געגעבן א לייכטע שטאך פון א נידל, קען זיך אויך דאכטן אז זיין טאטע האט עם פיינט, כאטשיג דו ווייסט אז ס'איז פאר זיין טובה, צו דען וואלסטו עם נישט געגעבן צו א דאקטער וואס זאל דורך פירן שרעקליכע באהאנדלונגען ער זאל אדורכלעבן זיין מחלה, און דעמאלטס אויב האט דיין קינד נישט קיין שכל, וויינט ער אויף זיין טאטן וואס איז אזא אכזר און געבט עם איבער צו א רשעות'דיגן גוי געקליידעט אין ווייס וואס פירט אדורך אויף עם יסורי איוב, נאר וואס איז דען יסורי איוב, קעגן 'לעבן'? קעגן א געזונטע לעבן
און וואס איז דען אלע יסורים דא אויף די וועלט אקעגן 'חיי נצח'? פאר אונז בני אנוש קוקט עס אפשר אויס אכזריות, פונקט ווי פארן קליינעם קינד די שטאך, אדער די יסורים ביים דאקטער, אבער אין געטליכע אויגן איז עס ווי א שפילעכל קעגן חיי נצח בזיו השכינה, ענליך צו די באוואוסטע משל פונעם גר צדק פאטאצקי זצ"ל הי"ד