בלאט 14 פון 20

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:02 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:21 pm
דורך בעריש
כ'מיטשע זיך שוין א שיינע האלבע שעה, פרוביר צי טוישען מיין פעסווארד דערווייל האב איך נאך נישט געטראפן אזא אפשען.
קען איינער עדווייזען צי סאיז דא אזאנס?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:24 pm
דורך זר זהב
יא, סיין ארויס פון דיין אקאונט, גיי צום הויפט בלאט און קליק אויף 'איינשרייבן', לייג אריין דיין ניק, און קליק אויף 'פארגעסן פעסווארד' (מעגסט זאגן ליגענט) וועסטו האבן די אפציע פון מאכן א נייע

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:26 pm
דורך ברסלבער
בעריש האט געשריבן:כ'מיטשע זיך שוין א שיינע האלבע שעה, פרוביר צי טוישען מיין פעסווארד דערווייל האב איך נאך נישט געטראפן אזא אפשען.
קען איינער עדווייזען צי סאיז דא אזאנס?

באניצער'ס קאנטראל פאנעל/פראפיל/רעדאגיר קאנטע סעטינגס

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 4:25 pm
דורך משה געציל
וואס איז דער באדייט פון א אומריכטיגע לייק? איך האב פראבירט צו קוועטשן דעם לייק קנעפל דריי מאל צו ליבן א הודעה און עס איז כסדר ארויפגעקומען "אומריכטיגע לייק", אומריכטיג פארוואס? איך בין נישט בארעכטיגט צו ליבן די הודעה? און אויב האט עס מיר יא ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לעפצן ברויך איך עס שנעל פארווישען?

HAPPY BIRTHDAY

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:10 pm
דורך שמעקעדיג
וואס דארף דאס צו מיינען?
אויב איינער שרייבט אריין זיין געבורטס טאג קומט ארויף אויפן הויפט זייט א מזל טוב צו זיין יום הולדת?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:12 pm
דורך זר זהב
YES

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:13 pm
דורך לעמיל
וואס איז די 100 פאר?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:14 pm
דורך זר זהב
עלטער:
100

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:18 pm
דורך לעמיל
100 יאר? חדשים? טעיג?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:20 pm
דורך זר זהב
שעה

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:47 pm
דורך יאנקל
משה געציל האט געשריבן:וואס איז דער באדייט פון א אומריכטיגע לייק? איך האב פראבירט צו קוועטשן דעם לייק קנעפל דריי מאל צו ליבן א הודעה און עס איז כסדר ארויפגעקומען "אומריכטיגע לייק", אומריכטיג פארוואס? איך בין נישט בארעכטיגט צו ליבן די הודעה? און אויב האט עס מיר יא ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לעפצן ברויך איך עס שנעל פארווישען?

ווען איך האב עס געהאט האט עס געמיינט אז די לייק איז שוין געגעבן געווארן. אז דו וועסט ריפרעשן דעם פעידזש וועסטו זען אז די לייק איז דארט.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 1:30 pm
דורך זר זהב
איינער קען מפשר זיין וויזוי דאס ארבעט. אונטער יעדן בילד וואס מ'לייגט ארויף קען מען זעהן די ציפער וויפיל צפיות דער בילד האט געהאט. וויאזוי ארבעט דאס?

למשל דא האבעך געלייגט א בילד אונטער דעם שטייט 127 קוקערס. א בילד וואס איך האב געלייגט שפעטער האט איבער 300 צפיות. צו ביידע האט מען דאך געמוזט אריינקליקן דעם זעלבן אשכול

סוי וואס גייט דא פאר?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 1:46 pm
דורך ראשעקאל
וואס איז די קושיא? מער מענטשען האבן געזעהן פעיזש 11 ווי פעיזש 10

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 1:57 pm
דורך זר זהב
אזוי? נו קוק אויף פעידזש 10 אביסעלע ארויפציר וועסטע זעהן א בילד וואס האט 15 מער צפיות ווי דער אונטירשטע בילד פון פעידזש 10

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 1:58 pm
דורך ראשעקאל
ווייל יענער פיקטשער איז געוועהן לענגער אויף דעם פעיזש, האבן מער מענטשען עס געקענט זעהן

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 11:43 am
דורך שמעקעדיג
ביי מיר איז קאווע שטיבל זייער שטייט היינט. יעדע פעידזש נעמט צו לאודן א יאר מיינוס א מיטוואך. בין איך דער איינציגסטער?

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 11:50 am
דורך ברסלבער
ביי מיר איז עס אויך היינט היבש שטייטער ווי געווענליך. וואסי פשט?

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:02 pm
דורך newkave
ביי מיר אויך...

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:22 pm
דורך וויליאמסבורגער
איך האב נישט די פראבלעם

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:36 pm
דורך לעמיל
newkave האט געשריבן:ביי מיר אויך...

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 4:47 pm
דורך איך אויך
אפשר האטעס מיט דעם צוטוהן? די אינוועסטארס ווילן זעהן וואס זיי קויפן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:12 am
דורך נולד מאוחר
ווי אזוי לייג איך ארויף אידיוא פייל?
הסיומת aac אינה מורשת