בלאט 14 פון 66

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 8:17 pm
דורך מחצה''ק
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א פשוטע מציאות, סיגעטע ישיבה האט זיך צוגעשפארט א יאר נאך וואס רז"ל האט עס איבערגענומען

רוב סאטמאר ב"פ וואס פלעגן קומען יעדע יו"ט אויף סיגעט צום ב"מ ז׳ל האבן אויפגעהערט צו גיין צו רז"ל ווייל ער האט גארנישט פארקויפט, געווען בארינג

איך האב געהערט אפילו אז יעקב בער האט עס אביסל אויפגעלעבט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ס'קיקט עד היום הזה אויס די זעלבע ס'איז זייער נעריש צי האבן טענות פארוואס ס'איז צי זאם געפאלן
ס'איז א בחינה אזוי ווי לאמיר זאגן אז בעלזע רב האט אויך בילגרייע מוסדות אינטער זיך פארוואס זאל זיך עס האלטן? ער האט דאך שוין היינט בעלזא מוסדות די זעלבע מיטן ברך משה ער איז שוין געווען סאטמאר רב דעמאלטס פארוואס זאל זיך האלטן זיין אלטע קליינע מוסדות בכלל ס'איז קיינמאל נישט עכט געווארן פרישע סיגוט'ע חסידים רוב אלטע סיגוט'ע זענען שוין די קינדער געווארן סאטמאר'ע

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 8:18 pm
דורך מחצה''ק
berlbalaguleh האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אבער מהר"א שליט"א איז דער יורש דאורייתא. מהרז"ל וואלט נאכאלץ געקענט זיין א שיינער איד אין די קהילה.

נאר דא איז אריינגעקומען זייטיגע פאליטיק (פון רמג"ב). פון די פאררוקטע בני יואל רעדט מען דאך נישט. זיי זענען סתם א פאררוקטע גרופ. אויסער יאסל וואלדמאן וואס האט אליינס א תאות השררה. ער האט נעבעך געמיינט אז ער וועט ווערן א גרויסער מענטש. היינט עסט ער זיך אויף פאר הארצווייטאג. מהאי טעמא פארברענגט ער טאקע א סאך ימים טובים אין ראללי האטעל. ער קען זיך דאך נישט ערלויבן אז זיין הארץ זאלל פלאצן, (ח"ו) צוזעענדיג דעם שיינעם עולם וואס קומט אויף א יו"ט...!

ר בערל, דיין קנאה צי אזא מוצלחדיגע מענטש שטארט ארויס פין די תגובה,

זיכער איז ער א מוצלח'דיגער מענטש. ווען איך וואלט אנגעשטעלט וואס ער האט אלץ אנגעשטעלט וואלט איך נישט געקענט איינזיצן פאר איין מינוט...!

געפעלט מיר יוסל איז מוצלחדיג ס'איז בכלל דא וואס עם מקנא צי זיין?

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 8:25 pm
דורך גאלד
די רעדע איז נישט דער ברך משה, די רעדע איז ר' זלמן לייב, ער איז געווען א רב פון א זעלבסטשטענדיגע קהילה, צו ס'האט געהייסט סיגעט צו זלאטשעב צו פאפא.

איז פשוט א נארמאל זאך צו ערווארטן אז א מענטש וואס האט די מינדעסטע כשרונות, אז עפעס מענטשן זאלן זיך מדבק זיין אין איהם, אזוי ווי סיי וועלכער וואוילער איד.
דערווייל גארנישט. זילטש. 20 יאר און טויטע באנקעס.

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 8:51 pm
דורך סעגאל
איינער ווייסט וויזוי מען עפענט צימעס?
מען דארף עמערדשנסי אריבערפירן די שמיץ עס שמעקט שוין צי שטארק דא.

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 9:00 pm
דורך תמים
גאלד האט געשריבן:די רעדע איז נישט דער ברך משה, די רעדע איז ר' זלמן לייב, ער איז געווען א רב פון א זעלבסטשטענדיגע קהילה, צו ס'האט געהייסט סיגעט צו זלאטשעב צו פאפא.

איז פשוט א נארמאל זאך צו ערווארטן אז א מענטש וואס האט די מינדעסטע כשרונות, אז עפעס מענטשן זאלן זיך מדבק זיין אין איהם, אזוי ווי סיי וועלכער וואוילער איד.
דערווייל גארנישט. זילטש. 20 יאר און טויטע באנקעס.


נאך אלץ געלונגענער ווי דער ברודער וואס האט נאך 20 יאר נישט נאר נישט געבויט פאר זיך, נאר גאר געבויט פאר זיין יונגערער ברודער -נישט סתם א ברודער נאר א ברודער א ביק -
געבויט א קהלה גרעסער גאר ווי זיין אייגענע קהלה..

די זעלבע יעצט איז אים געלונגען צי בויען פאר זיין פלומעניק א קהלה אין בני ברק גרעסער ווי זיין אייגענע דארט..

מהרז"ל איז דאך נישט אזוי געלונגען ווי דער ברודער.. זעהט אויס אז צי זיין א ביק איז נישט אזוי פאעורפול ווי זיין ברודערס טאלאנט זיין א ביק פלאס א נארסעסיסט.. ער טויג נישט ווי אים..

פארפאלן א ביק וואס איז געזונט איז נאך אלץ בעסער ווי א ביק אהן מדות, וואס איז נעבעך נישט געזונט צו דער זייט..

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 9:27 pm
דורך מפיל קינד
ברעקינג!

אומבאשטעטיגטע באריכטן (כולל נייעס) זאגן אז עטרת אברהם האט געקענסלט די סיום יסודי התורה וואס דארף פארקומען נעקסטע וואך אין עטרת אברהם, אין דירעקטע נקמה אקציע צו די טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל צו מחותנים פון עטרת מייזעלס.

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 9:39 pm
דורך מחצה''ק
מפיל קינד האט געשריבן:ברעקינג!

אומבאשטעטיגטע באריכטן (כולל נייעס) זאגן אז עטרת אברהם האט געקענסלט די סיום יסודי התורה וואס דארף פארקומען נעקסטע וואך אין עטרת אברהם, אין דירעקטע נקמה אקציע צו די טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל צו מחותנים פון עטרת מייזעלס.

מען דארף שטיין ווייט פון די טייטלבוים'ס זיי שלעפן יעדן מיט מיט זייערע מחלוקות ווייבס

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 10:00 pm
דורך תמים
מפיל קינד האט געשריבן:ברעקינג!

אומבאשטעטיגטע באריכטן (כולל נייעס) זאגן אז עטרת אברהם האט געקענסלט די סיום יסודי התורה וואס דארף פארקומען נעקסטע וואך אין עטרת אברהם, אין דירעקטע נקמה אקציע צו די טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל צו מחותנים פון עטרת מייזעלס.


איך האף אז די נייעס איז פאלש. איך זעה נישט וויאזוי אזא אקט העלפט צי די מערכה אין קרית יואל. סאיז נאריש לדעתי.

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 10:07 pm
דורך גאלד
תמים האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:די רעדע איז נישט דער ברך משה, די רעדע איז ר' זלמן לייב, ער איז געווען א רב פון א זעלבסטשטענדיגע קהילה, צו ס'האט געהייסט סיגעט צו זלאטשעב צו פאפא.

איז פשוט א נארמאל זאך צו ערווארטן אז א מענטש וואס האט די מינדעסטע כשרונות, אז עפעס מענטשן זאלן זיך מדבק זיין אין איהם, אזוי ווי סיי וועלכער וואוילער איד.
דערווייל גארנישט. זילטש. 20 יאר און טויטע באנקעס.


נאך אלץ געלונגענער ווי דער ברודער וואס האט נאך 20 יאר נישט נאר נישט געבויט פאר זיך, נאר גאר געבויט פאר זיין יונגערער ברודער -נישט סתם א ברודער נאר א ברודער א ביק -
געבויט א קהלה גרעסער גאר ווי זיין אייגענע קהלה..

די זעלבע יעצט איז אים געלונגען צי בויען פאר זיין פלומעניק א קהלה אין בני ברק גרעסער ווי זיין אייגענע דארט..

מהרז"ל איז דאך נישט אזוי געלונגען ווי דער ברודער.. זעהט אויס אז צי זיין א ביק איז נישט אזוי פאעורפול ווי זיין ברודערס טאלאנט זיין א ביק פלאס א נארסעסיסט.. ער טויג נישט ווי אים..

פארפאלן א ביק וואס איז געזונט איז נאך אלץ בעסער ווי א ביק אהן מדות, וואס איז נעבעך נישט געזונט צו דער זייט..


בקיצור דאס בעסטע וואס די קענסט זאגן וועגן דיין רבי אז דער ברודער איז ערגער. און היות פאר 20 יאר האט'ער דאך נישט קאנקערירט מיטן געפערליכן ברודער, ממילא האט קיינער נישט געקוקט אויף זיין זייט, אבער ווי נאר ער'ז געווארן - אויף דער עלטער - א קאמפעטישן מיטן ברודער איז'ר געווארן אן ארטיקל. געוואלדיג. זייער אינספייערינג.

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 10:37 pm
דורך [NAMELESS]
מפיל קינד האט געשריבן:ברעקינג!

אומבאשטעטיגטע באריכטן (כולל נייעס) זאגן אז עטרת אברהם האט געקענסלט די סיום יסודי התורה וואס דארף פארקומען נעקסטע וואך אין עטרת אברהם, אין דירעקטע נקמה אקציע צו די טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל צו מחותנים פון עטרת מייזעלס.

שוין, האב איך געמיינט אז מאיז אויסגעוואקסן די קינדערישע פייט עכ"פ פין די זאלונישע זייט, ווייזט אויס אז נישט, חבל,

למען האמת, קען איך פארשטיין מזאל עס נישט פארדינגען מלכתחילה, אבער אז די האסט עס שוין פארדינגען איז נישט עטיש צי גיין קענסלען,

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 10:50 pm
דורך תמים
גאלד האט געשריבן:
תמים האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:די רעדע איז נישט דער ברך משה, די רעדע איז ר' זלמן לייב, ער איז געווען א רב פון א זעלבסטשטענדיגע קהילה, צו ס'האט געהייסט סיגעט צו זלאטשעב צו פאפא.

איז פשוט א נארמאל זאך צו ערווארטן אז א מענטש וואס האט די מינדעסטע כשרונות, אז עפעס מענטשן זאלן זיך מדבק זיין אין איהם, אזוי ווי סיי וועלכער וואוילער איד.
דערווייל גארנישט. זילטש. 20 יאר און טויטע באנקעס.


נאך אלץ געלונגענער ווי דער ברודער וואס האט נאך 20 יאר נישט נאר נישט געבויט פאר זיך, נאר גאר געבויט פאר זיין יונגערער ברודער -נישט סתם א ברודער נאר א ברודער א ביק -
געבויט א קהלה גרעסער גאר ווי זיין אייגענע קהלה..

די זעלבע יעצט איז אים געלונגען צי בויען פאר זיין פלומעניק א קהלה אין בני ברק גרעסער ווי זיין אייגענע דארט..

מהרז"ל איז דאך נישט אזוי געלונגען ווי דער ברודער.. זעהט אויס אז צי זיין א ביק איז נישט אזוי פאעורפול ווי זיין ברודערס טאלאנט זיין א ביק פלאס א נארסעסיסט.. ער טויג נישט ווי אים..

פארפאלן א ביק וואס איז געזונט איז נאך אלץ בעסער ווי א ביק אהן מדות, וואס איז נעבעך נישט געזונט צו דער זייט..


בקיצור דאס בעסטע וואס די קענסט זאגן וועגן דיין רבי אז דער ברודער איז ערגער. געוואלדיג.


פארשטייט זיך איך האב גערעדט לויט דיין לאגיק ארויסצוברענגען זיינע שוואכקייטן, אז זיין ברודער איז נאך ארגער פון אים אפילו לויט דיינע סטאנדארטן..

אבער באמת, אויב סאינטערעסירט דיר, זענען חסידי מהרז"ל זייער שטאלץ מיט זייער רבין, א איד א תלמוד חכם, א בר דעת, א ירא שמים, א הולך לפי רוחו של כל אחד, א מתון. וואס נעמט פשוט ערענסט זיין דזשאב אלטס רבי, ווי זיין טאטע האט געזאגט לא שררה אני נותן לפניכם אלא עבדות, און פרובירט פשוט צי זיין א ריכטיגער שומר הפקדון.. צי אנהאלטן זיין פעטערס מורשת קהלה און מוסדות. און נישט אלעס דרייט זיך ארום אנכי ואפסי. נישט קיין קליינע קונץ צו זיין א רב פון אזא ריזיגע קהלה , לכאורה די גרעסטע אין די וועלט, און יעדער זאל אים ליב האבן און זיין צופרידען מיט אים. כאטש מרעדט דא פון סאטמארע אידן וואס פאלגן נישט בלינדערהייט און זענען אנדערש אויפגעוואקסען ווי אין אנדערע קרייזן.


מדארף נישט פראפעגאנדירן מיט פאלשע חסידות און רעביסטיווע וואס סוף פסוק ביי סאטמערע אידן ארבעט עס ממילא נישט.. עיין ערך בני ברק ווי די גרעסטע חסידים לכאורה, שטויסן דעם רבין אז סגייט א רויעך.. און וויאזוי ענק האבן טאקע אנגענומען דעם ברך ביז סאיז געגאנגען קעגן די אינטערעסן.. ועוד חזון למועד, מארק מיי ווארדס וויפיל פאן סגייט זיין ביי קהלת מהר"א ביי די אזויגערופענע חסידים.. בני ברק איז א משל.

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 11:03 pm
דורך גאלד
אויב איז'ר טאקע אזא אדם השלם,
פארוואס האט קיינער מכיר געווען זיין גדלות ביז די 50+ יאר,
פארוואס כל זמן ער איז נישט געווען ר' אהרן'ס קאמפעטישן האט קיינער געקוקט אויף זיין זייט.
און נאר באנקראטירט זיין טאטנס הארוואניע.

כ'פרעג נאר,

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 11:14 pm
דורך תמים
גאלד האט געשריבן:אויב איז'ר טאקע אזא אדם השלם,
פארוואס האט קיינער מכיר געווען זיין גדלות ביז די 50+ יאר,
פארוואס כל זמן ער איז נישא געווען ר' אהרן'ס קאמפעטישן האט קיינער געקוקט אויף זיין זייט.
און נאר באנקראטירט זיין טאטנס הארוואניע.

כ'פרעג נאר,


איך האב נישט געזאגט אז ער איז א אדם השלם. ער טוט למעשה א סופער דזשאב פאר זיין קהלה. זהו

זיין ברודער האט מען אויך נאר געקוקט אויף זיין זייט ווען מהאט אים געשטעלט אויף א פאזיציע. און אזוי אויך ביי אים.

פארשטייסט אליין אז נישט ער און נישט זיין ברודער האט מען אויסגעקליבען צוליב זייער זיין די געלונגעסטע ערליכסטע יודן אין סאטמאר.. מהאט זיי ביידע אויסגעקליבען צוליב די זעלבע סיבה ווייל זיי האבן געוויסט ווי געבוירן צי ווערן.. און צוליב זייער לעצטע נאמען.. אזוי ווי אין אלע קרייזען.

אבער די חילוק איז אז בשעת דער ברודער אלץ רב האט יעדן טאג זיך געקריגט מיט א צווייטן און געמאכט שונאים מבית ומבחוץ און האט פון זיין אין קאנטראל אויף גאנץ סאטמאר, אויפגעבויט א חסידות פאר זיין ברודער גרעסער ווי זיינס, און ער גייט נאך אהן אזוי עד היום, עיין ערך בני ברק, איז דער אינגערער ברודער שיין אריינגעוואקסן אין די ריזיגע שיך און זיין קהלה פארט על מי מנוחות עכ"פ פאר זיינע מענטשען.

Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 11:17 pm
דורך moneyminded
תכלית גערעדט
וויפעל חתונות האט עטרת מאיר צבי היי יאר?
וויפעל חתונות געקענסעלד אין עטרת מייזעלס?


Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 11:22 pm
דורך [NAMELESS]
moneyminded האט געשריבן:תכלית גערעדט
וויפעל חתונות האט עטרת מאיר צבי היי יאר?
וויפעל חתונות געקענסעלד אין עטרת מייזעלס?


Sent from my SM-G960U using Tapatalk

קיינער האלט נישט קיין חשבון אויף דעי שטותים אחיץ אברהם הערש שעהר, וועט מען מיזען ווארטן אויפן פרישען פנקס,

לגבי עטרת מייזעלס, איז ביזדערווייל נאר באקאנט די חתונה פין סאמעטס אייניקל וואס מהאט געקענסלט, אז די ווילסט קענסטי יעצט אנהייבן האלטן חשבון וויפיל חתונות סאיז דא, פאריגע וואך איז געווען פיר דעי וואך איז דא דריי,

נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 11:23 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
ווי גייט ער אין רבינ'ס וועגן?

דער רבי האט געזינגען ניגונים ביים טיש?
דער רבי האט געהאט מוזיק און געטאנצן ל"ג בעומר?
כהנה וכהנה, ער מאכט נאך דעם ברודער טריט און שריט
יסודי התורה/ תורתיך שעשועי, ער זכרו.
יעצט לעצטענס מיט די גמר כתיבת האותיות, קאפי פעיסט
די אלע נעילת החג באגלייטן מיט מוזיק איז געווען ביים רבי'ן?
און נאך אסאך שא"א לפורטם

דאס וואס דו שרייבסט ער האט די גרעסטע קהלה אין די וועלט, איר האט די נומבערס צאמרעכענען וומסב"ג ב"פ קר"י מאנסי מאנטריאל לאנדאן און א"י? נישטא איינער וואס זאגט ער האט מער פונעם ברודער, פארקערט דער ברודער שטייגט אים איבער קע"ה

שרייבט איינער אז סיגעט האט זיך צוגעמאכט ווייל עס איז געווען סאטמאר, א שקר גס, נאך היינט דא יודן אנגעווייטיגט אז ער האט פארשפארט די ישיבה פאר פוילקייט, און געווארן א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה אן קיין שום עול, די 2 דרשות שבה"ג און ש"ת וואס ער האט געדארפט זאגן געדענקען די בחורים ווי וואכן פאר דעם האט מען נישט געקענט רעדן צו אים פאר נערוועזיקייט (כאטש ר' הערצקע צוויבל האט עס געלערנט מיט אים).
סך הכן איז ער א פוילער בארא פארקער רעביש קינד מיט א ענגלישן אקצענט (באקאנט אז ער האט זיך געדינגען איינעם פריוואט ענגליש),
קיינמאל נישט געחלומ'ט פון אזא פאזיציע, מ'האט אים גענומען פאר א שטעקן און ער באלעקט זיך דערמיט.

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 12:16 am
דורך מחצה''ק
דארפסט א ציגרעטל?

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 1:00 am
דורך שמעון וואלף
מיליאנער האט געשריבן:
תמים האט געשריבן:ממה נפשך, אויב אלץ כוח הציבור, איז מהר"א קיינמאל נישט געווארן קרית יואל'ער רב.
רוב ציבור בימים ההם האט זיך מתנגד געווען צי די רבנות. געוויסע צוליב זיין רעבעצין וואס זיי האבן געהאלטן אז סהאט נישט קיין פשט אז דמו ונפשו פון סאטמאר רב, זאל באקומען א רעבעצין מיט א אגודהיסטישע חינוך און רעדט עברית, וואס איז דעמאלטס געווען דאס ארגסטע אין סאטמאר. אבער רוב האבען זיך מתנגד געווען פשוט ווייל זיי האבן געהאלטן אז עד איז ווייט ווייט פון ראוי לאותו איצטלא מחמת וואס ער האט נישט וואס ספארלאנגט זיך פון איינער צי ווערן א רב פון א עיר ואם בישראל, ועוד כמה וכמה סיבות שאכמ"ל.

שמעון וואלף האט געשריבן:לדעתי איז עס נאכמער. מ'האט קיינמאל נישט געמאכט וואלן טאמער מ'זאל אים אויפנעמען אלץ רב און עפ"י תורה האט ער נישט קיין שום כח מרא דאתרא. און אפילו טאמער די ב"מ האט אים געשטעלט מיינט אויך גארנישט ווייל די ב"מ איז אויך נישט געווען מרא דאתרא. היינט אז ס'איז דא מערערע קהילות אין קר"י קען יעדע קהילה פאר זיך אויפנעמען א רב.

ביטע הערט אויף מיט די וואלן ספין, וואס וואלט געווען ווען מ'מאכט ווען וואלן, ווער האלט איר וואלט געוואונען?

אפשר זאגט איר מיר פארוואס די ארוינים האבן די ווילעדזש? די וואלן גייט אייך מאכן צופרידן? און דעמאלטס גייט עטס אננעמען מהר''א פאר מרא דאתרא?! דרייטס א קאפ א צווייטן, אונז האמיר בעסער וואס צו טון ווי מאכן פורים וואלן... אדרבה זאלן די אנטי מהר''א פאררופן וואלן, צו ווייזן אז רוב קרית יואל דארף אים נישט?

זעהט אויס אז נאך דעם וואס [tag]תמים[/tag] האט דיך "ארויסגענומען פון די כלים" קענסטי נישט טראכטן גראד. איך האב געזאגט אז ווען מ'האט אים אויפגענומען איז נישט געווען קיין וואלן און אסאך האלטן אז רוב האבן אים נישט געוואלט. די קענסט האלטן אז רוב האבן אים יא געוואלט אבער ווילאנג די קענסט עס נישט פראווען האט יעדער רעכט זיך צו דינגן מיט דיר. מאכן יעצט וואלן איז לא מעלה ולא מוריד ווייל ס'זענען שוין דא עטליכע קהילות און יעדער איז בארעכטיגט צו מאכן שבת פאר זיך.
ס'שוין צייט צו אויפהערן ניצן די שרעקעדיגע ווארט "מרא דאתרא" כאילו דאס איז א מציאות ווען אין פאקט איז על זה אנו דנין. ווילאנג ארונים דרייען א קאפ דערמיט וועלן זלונים צוריקשיסן די זעלבע ליצנות.

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 1:11 am
דורך שמעון וואלף
גאלד האט געשריבן:אגב, ס'זענען געווען 2 גאר חשוב'ע סאטמאר רבנים וואס האבן מעיד געווען ברבים פאר א ארון קדוש, אז דער ברך משה האט זיי געזאגט פערזענליך (נאך אין די געזונטערע יארן ווען ער האט נאך געוועפט), בתורת צוואה אז ער וויל ר' אהרן זאל זיין דער איינציגער ממלא מקום "הוא ולא אחר".
הלא המה
הג"ר הירצקא צוויבל דער סאטמאר וומ"ב ראה"כ
הג"ר ישראל חיים הורוויץ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער

אינטערעסאנט אז ער האט נישט געטראפן קיין צוויי כשר'ע עדות אין ניו יארק.. געדארפט גיין זיכן איינעם אין מאנטשעסטער און איין יונגערמאן אינטער די דרייסיג...
פארוואס האט ער עס נישט געזאגט פאר למשל ר' געציל אדער חתנו הגדול ר' בעריש? און טאמער האט ער עס געזאגט, פארוואס גיבן זיי נישט איבער די עדות?

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 1:18 am
דורך אינטערסאנטער
פון אישי (אביסל געטוישט).

ווען די זאליס מיינען דא באמת צו פראטעקטן זייערע מענטשן אין קרית יואל פון די ארוינישע טעראר, זאלן זיי מאכן די תקנה אין אלע זייערע הערליכע זאלן אין וויליאמסבורג אז נאר רז"ל מעג מסדר קידושין זיין דארט, און אלע ארוינים וואס מיזן חתונה מאכן ביי די זאלוינישע זאלן (ווייל די ארוינים זענען לוזערס אין וויליאמסבורג) וועלן על אפם ועל חמתם מיזן נעמען זייער שונא פאר מסדר קידושין, און זיי וועלן אביסל פילן וואס די זאלוינים גייען שוין דורך די לעצטע צוואנציג יאר

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 1:22 am
דורך [NAMELESS]
איך גלייב נישט וואס עס גייט אלס פאר דא, איך הייב אן טראכטן אז דאס טאקע א מחלוקת לשם שמים שסופו להתקיים..... ווען נישט איך קען עס פון די נאנט....

ממש א בושה אז צד מהר"זל לאזט זיך אריין שלעפען צוריק אין די זומפ.

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 1:26 am
דורך שמעון וואלף
תמים האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:ברעקינג!

אומבאשטעטיגטע באריכטן (כולל נייעס) זאגן אז עטרת אברהם האט געקענסלט די סיום יסודי התורה וואס דארף פארקומען נעקסטע וואך אין עטרת אברהם, אין דירעקטע נקמה אקציע צו די טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל צו מחותנים פון עטרת מייזעלס.


איך האף אז די נייעס איז פאלש. איך זעה נישט וויאזוי אזא אקט העלפט צי די מערכה אין קרית יואל. סאיז נאריש לדעתי.

איך האף אויך אז ס'פאלש אבער וואלט נישט געווען סורפרייזד אז ס'איז אמת. זיי האבן שוין געמאכט אסאך נער'ישע מיסטעיקס אין די פארגאנגענהייט

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 1:42 am
דורך שמעון וואלף
גאלד האט געשריבן:
תמים האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:וואסי שלעכט אז ער געט פאר איינעם אלעס, און פאר אנדערע געבט ער סתם מאלטי-מיליאן דאלאר ירושה נכסים, זאלן קענען אויסלעבן די יארן בהרבצת תורה בשלום ושלוה ובהרחבת הדעת אווי דער סיגעטער שוהל אין צענטער פון בארא פארק.

וואלסטו קאמפלעינט ווען דיין טאטע לאזט דיר דאס איבער?

ס'האט טאקע אזוי נייטיג אויסגעפעלט פאר ר' זלמן לייב'ן צו אויך זיין א סאטמאר רבי? און אנע דעם איז פשוט דער ברך משה א שלעכטער מענטש צו זיינע קינדער? הלוואי ווען מען טאטע לאזט מיר דאס איבער


די האלטסט אז ר' אהרן'ס אנדערע קינדער גייען זיין צופרידען אויב זייער טאטע גיבט אלעס פאר ר' מענדל און זיי באקומען א סיגיטע בנין? אויב יא פארשטיי איך דיר..

אבער סגעפעלט מיר, די פארשטייסט טאקע נישט פארוואס מהרז"ל וואלט נישט געווען צופרידען בלויז מיט סיגוט, בשעת דיין רבי איז נישט געווען צופרידען מיט א אימפיריע ווי קרית יואל און נאך און געפייט מיט ציין און נעגל אז דער ברודער זאל גארנישט האבן? קאמאן


בקיצור די האלטסט אז דער ברך משה האט זיך אויפגעוועקט איין טאג מיט א דשוק אין קאפ, "הממ... וואס גייט דא פאר, כאב טאקע געגעבן פאר ר' זלמן לייב'ן 20 יאר צוריק א באמבע ירושה, בכבוד גדול, ווי ס'עט איהם גארנישט פעלן, אבער היות ר' אהרן גייט דאך ווערן סאטמאר רבי, העט ר' זלמן לייב אנהויבן ווערן דשעלעס, מוז איך שוין ציהאקן סאטמאר אין 2 פשוט ר' זלמן לייב זאל נישט זיין דשעלעס."

איי ר' שלום אליעזר מיט ר' ליפא מעגן יא זיין דשעלעס, כפארשטיי נישט

זייער פשוט. די ברך האט געהאלטן אז ר"א וועט זיין א טויגליכע מנהיג און וועט קענען שטיין בראש קהילת סאטמאר, דעריבער האט ער אים געבעקט און פראבירט גרויס צו מאכן. פאר א גרויסע עולם האט עס נישט געשמעקט מחמת כמה סיבות און צעביסליך האבן מער און מער מענטשן זיך אפגעשאקעלט פון סאטמאר ובתוכם מסלתה ומשמנה פון די קהילה. די ישיבה אין קר"י למשל איז געווען א דיזעסטער און רוב סאטמארע וואס האבן געהאט א ברירה האבן נישט אהינגעשיקט די קינדער. ווען מ'האט אים אויפמערקזאם געמאכט און ער האט עס מברר געווען האט ער דעסיידעט אז פאר די טובה פון סאטמאר איז בעסער אריינצוברענגן רז"ל אזוי וועט ער קענען צוריקברענגן דעם עולם. שפעטער ווען ר"א האט זיך מתחצף געווען פאר אים האט ער שוין געקענט באשטיין אלעס אוועקצונעמען פון אים